From kids you take whatever is available

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

From kids you take whatever is available

שליחה דורך ראש הישיבה »

[justify]געהערט א מעשה שהיה.....

ראביי יענקל האראוויץ פון מאנסי טוהט אסאך מיט בחורים וואס סטראגלען מיט אידישקייט. ער פירט אהן א מנין אין די הייליגע טעג פאר זיי, פראבירט זיי מחזק זיין אז זיי זאלן זיך האלטן. איין יאר יום כיפור פאר נעילה האט א בחור אריין געוואקט צו דער מנין. רבי יענקל גייט צי צו אים, און געבט אים א זאגער, וויל אים זעצן אויף א באקוועמע פלאץ, ער כאפט א שמועס מיט אים, און אזוי ווייטער.

זאגט דער בחור:
I don’t know what I am doing here! I ate pizza today’ went to the movie last night, god doesn’t need me here. I am leaving


זאגט רבי יענקל: הער: איך האב א מנהג אז יעדער נאכט קוש איך מיינע קינדער פאר זיי גייען שלאפן. איך פיר מיך אזוי יעדן איינציגסטן טאג. ווינטער, זומער, וואכן, שבת, ווען אימער, ווי אימער איך בין געב איך א קיש פאר יעדן קינד פאר ער גייט שלאפן.

איין טאג איז געווען א געפעך צווישן מיר און מיין 14 יעריגן בחור. ער האט נישט אזוי ביהעווט אין קלאס, און איך האב געשמועסט מיט אים איבער דעם. ער האט געשריגן אז דער רבי איז נישט קיין נארמאלער. איך האב שוין געהאט מברר געווען איבער דער רבי אז אלעס איז כדבעי, און מיין זוהן איז סתם נישט אין די מאד פון ביהעוון. ממילא איז ער געווען אפסעט אויף מיר אז איך האב אים נישט סאפארטעד קעגן זיין רבי.
יענער נאכט ווען עס איז געקומען צום שלאפן גיין, האב איך געזען אז מיין זוהן איז נישט אינטערסירט אין מין קיש. די מערסטע וואס ער האט געוואלט איז אז איך זאל אים ווייזן מיט די האנט (ביי ביי) א גוטע נאכט
נו, וואס האב איך געקענט טוהן? צווינגען צו נעמען א קיש פון מיר? זיכער נישט. סא וואס יא?
האב איך מיר געלערנט אז:

From kids you take whatever is available

זאגט ער פאר דער בחור: אמת דו האסט געגעסן ביסט געווען אין מאווי, אבער דער באשעפער נעמט פון דיר וואס דו וועסט אים געבן. בלייב דא און געב אים נעילה.

איך מיין אז דאס איז א געדאנק וואס מיר קענען ניצן ווען עס קומט צו יום כיפור יעדער בכל מצב שהוא.

א גמר חתימה טובה[/justify]
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

דערמאנט מיר ווען איך בין געווען א אינגל, געקומען אין חדר מיט א עלעקראנישער ״טעטריס״ מיט א ״לעיזער פאונטער״ מיט א דאללער פופציג אין ניקעלס און דיימס.
אין מיין רבי האט טאקע דאס געטוהן
From kids you take whatever is available...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יין שרף, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

#שטארק שטארק
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

א הערליכע געדאנק. באמת איז דאס טאקע דער חילוק צווישן אם כבנים אם כעבדים. א מלך איז דער בעל הבית פון דעם עבד, און כאטש ער אליין איז אויך תלוי אין דעם עבד (אין מלך בלא עם), איז דאס אן אומגעזונטע אפגעהאקטע רילעישאנשיפ, וואס דער גאנצער עקזיסטענץ פון דעם מלך איז צו אוועק'גנב'ן דאס ישות פון זיין עבד.
מה שאין כן ביי אב ובנו, איז דער עקזיסטענץ פון דעם טאטן אליין דאס עקזיסטענץ פון דעם קינד. דער טאטע האט ליב זיין קינד אין יעדנפאל, ווייל דאס קינד אליין איז א חלק פון אים, ממילא ווען ער האט ליב דאס קינד איז דאס באמת אהבת עצמו, און אזוי אויך ווען דאס קינד האט ליב זיין טאטן האט ער אים ליב ווייל דאס איז דער שורש פון אים אליין. בחד קטירא אתקטר. דער טאטע דארף דעם קינד ווייל דאס קינד איז ער, און דאס קינד דארף דעם טאטן ווייל ער איז א חלק פון דעם טאטן. דער טאטע ווייסט אז ער קען זיך נישט ערלויבן צו פארלירן זיין קינד, נישט קיין חילוק אין וועלכן מצב, ווייל דעמאלט פארלירט ער זיין אייגענע נשמה.
האדם לא נברא אלא להתענג
פארשפארט