היסטאריע פון מוסדות החינוך אין דער אלטער היים

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
[NAMELESS]

היסטאריע פון מוסדות החינוך אין דער אלטער היים

שליחה דורך [NAMELESS] »

אפגעטיילט פון דא

איחוד פעלד האט געשריבן:שוין שוין. גרויסע חילוק. יאיר האט געמיינט עפעס אנדרעש. אין פוילען האט מען זיכער געלערנט אין פאבליק סקול פאר די קריג. אונגארישע אדער יא אדער ניין. אבער די סיבה איז געוועהן די געזעץ האט פארלאנגט. פארדעם האבען די חדרים דא גלייך אנגעהויבען לערנען ענגלישע לימודים מיט די קינדער, אויס פחד.


א שנעלע זוך אין גוגל האט מיר געברענגט די פאלגענדע מקורות .קען זיין עס איז דא אנדערע קען זיין איך האב נישט גיט פארשטאנען אדרבה לאמיר עס אויסשמיסן עס איז א אינטערעסאנטע נושא פאר זוך

אתר דעת

החינוך היהודי בוורשה
רוב רובו של החינוך היהודי בוורשה היה חרדי. באמצע המאה ה-19 למדו בחדרים 90% מכלל הילדים בגיל חינוך. בסוף המאה ירד האחוז ל-75%. בתקופה שבין שתי מלחמות העולם, היו בפולין 209,000 תלמידים. מתוכם למדו 159,000 בבתי הספר של אגודת ישראל. (פנקס הקהילות, ורשה, 80).

וויקעפידיע
המפלגות והתנועות השונות עסקו גם במפעלות חינוך מקיפים לאנשיהם שכללו בתי ספר, תנועות נוער, ישיבות ועוד. ''בעוד שבשנות העשרים מרבית ילדי היהודים השתייכו לחינוך הפנים-יהודי, אם בחדרים ובישיבות ואם ברשתות החינוך כמו "תרבות" הציונית או "ציש"א" היידישאית'', הרי שבשנות השלושים יותר ממחציתם למדו בבתי הספר הפולניים על מנת שיוכלו להתקבל לאוניברסיטאות וכן כביטוי למגמת החילון שהתפתח בקרב יהודי פולין.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

berlbalaguleh האט געשריבן:איחוד פעלד: ייש"כ. דו ברענגסט אראפ זייער שיינע טעמים און סברות פאר דעים פאקט וואס אין יוראפ ביז פאר די צווייטע וועלט מלחמה איז (כמעט) א יעדער געגאנגען אין פאבליק סקול, ביז דריי אזייגער נאכמיטאג, און הערשט נאכדעים אין תלמוד תורה. אז די סיבה איז געוועין צוליעב די עקשנות פון די רבנים, וועלכע האבן נישט געוואלט האבן גוי'אישע לימודים אין די תלמוד תורה. איך בין נישט אזוי זיכער אז דאס איז געקומען צוליעב זייער עקשנות. ס'איז מער מסתבר אז די רעגירונג האט נישט געוואלט איינגיין אויף פשרות, און געפאדערט א פולן טאג פון גוי'אישע לימודים אין פאבליק סקול. נאר ענדערש דא אין אמעריקע האבן זיי מסכים געוועהן צו האבן ענגלישע לימודים אין די ת"ת. א שטיקל ראיה צו דעים איז אז אין קוויבעק (מאנטריאל, קענעדע) האט די פראווינציאלע רעגירונג געמאכט פראבלעימען פאר די ת"ת'ס, זאגנדיג אז די שעות וואס זיי געבן אוועק אויף אלגעמיינע לימודים זענען נישט געניג. דאהי, אין נ.י. האבן זיי שוין אויך אנגעהויבן מאכן פראבלעימען, זאגנדיג אז די מלמדים מוזן האבן א קאלידזש דעגרי. :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o


כפי מיטב ידיעתי, איז דערמעשה געווען אביסל אנדעריש. דער אגודת ישראל האט געהאט מוסדות אין גאנץ פולין (גאליציא און רוסיש-פולין בכלל) מיט'ן נאמען 'חורב' וואס זיי האבען געהאט לימודי חול און מצליח געווען מיט קינדער. איך מיין אז פאקטיש דער עיקר הצלחה פונ'ם אגודה פאר'ן קריג איז געווען אין דער געביט (איך האב אמאל געליינט א דו"ח פון אגודה אקטיוויסטע'ן פון פאר'ן קריג וואס זיי באקלאגען אז מ'איז מפרסם כל מיני נערישע הצלחות פונ'ם אגודה, און דער איינציגסטע פאקטישער הצלחה איז באהאלטען). אפשר אין אונגאר'ן איז געווען אנדעריש, כ'ווייס נישט. אויך האב איך אמאל געזען א תשובה אין חבצלת השרון קעגען די מוסדות מיט לימודי חול, ווייל ענדעריש זאל מען גיין אין פאבליק סקול ווייל גזירה עבידא דבטלי, און נאכדעם וועלען מיר גיין אין חדר, אבער טאמער מ'מאכט חדרים מיט לימודי חול, וועט עס בלייבען מותר לדורות.
מיין אונגארישע עלטער באבע (פונ'ם שטאט מאטע-סאלקע) האט מיר פארציילט אז זי איז געגאנגען אין א גויישע שולע.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

ייש"כ ליטוואק פאר די אינפארמאציע.

שמע מינה כדאמרן. אין הכי נמי, איך האב עס טאקע נאר געזאגט מכח השערה.

וויפיל ישיבות פין חורב האט די אגודה געהאט?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שרה שנירער האט געפענט סקולס און גאליציא ווייל יעדער איז דארט געגאנגען אין פובליק סקולס. אין לויט ווי איך האב געהערט איז מען דעמאלטס ארויסגעקומען שארף קעגן אירע סקולס ווייל סאיז געווען א נייע זאך. נו אז מקען שיקען מיידלעך אין פובליק סקול איז מיר נישט אזא גרויסע חידוש אויף יונגלעך...
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איך האב געמיינט די מיידלעך זענען בכלל נישט געגאנגען אין סקול.
האדם לא נברא אלא להתענג
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יאיר האט געשריבן:איך האב געמיינט די מיידלעך זענען בכלל נישט געגאנגען אין סקול.

זיי זענען אלע געגאנגן אין פובליק סקולס שרה שנירער האט דעמאלטס געהאט א עפטער סקול פראגראם צו לערנען יודישקייט אבער רוב רבנים זענען דעמאלטס געווען דערקעגן.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אפשר רוב מנין, אבער רוב בנין זיכער נישט. דאס אליינס אז דער חפץ חיים און דער בעלזער רב האבען מיטגעשטימט מאכט אלע קלענערער רבנים\סאנזער אייניקלאך פאר נישט וויכטיג.
איך מיין אז שרה שנירר האט אנגעהויבען מיט א קליין מיידלאך סקול און א סעמינאר צו מאכען לערערינ'ס צו קענען ארום גייען אין די שטעט און מחנך זיין נאך דער פאבליק-סקול, א שטייגער ווי די תלמוד תורה'ס אין אמעריקא נאך מיטאג.
איך וואלט נישט געברענגט קיין ראיות פון דער מצב אינדערהיים מיט גייען אין פאבליק-סקול, ווייל אין די קורצע יארען ווען מ'איז געגאנגען אין פאבליק-סקול, האט מען שווער געליטען פון א.ט.ד., און ממילא אז מ'קען ברענגען א ראיה פון דארט, איז עס א ראיה לסתור.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אפשר רוב מנין, אבער רוב בנין זיכער נישט. דאס אליינס אז דער חפץ חיים און דער בעלזער רב האבען מיטגעשטימט מאכט אלע קלענערער רבנים\סאנזער אייניקלאך פאר נישט וויכטיג.
איך מיין אז שרה שנירר האט אנגעהויבען מיט א קליין מיידלאך סקול און א סעמינאר צו מאכען לערערינ'ס צו קענען ארום גייען אין די שטעט און מחנך זיין נאך דער פאבליק-סקול, א שטייגער ווי די תלמוד תורה'ס אין אמעריקא נאך מיטאג.
איך וואלט נישט געברענגט קיין ראיות פון דער מצב אינדערהיים מיט גייען אין פאבליק-סקול, ווייל אין די קורצע יארען ווען מ'איז געגאנגען אין פאבליק-סקול, האט מען שווער געליטען פון א.ט.ד., און ממילא אז מ'קען ברענגען א ראיה פון דארט, איז עס א ראיה לסתור.

מאך נישט אזוי אוועק די קלענער רבנים אין סאנזער אייניקלעך. ערשטענס ווייל למעשה האבן זיי אויסגעפירט אין סאיז קיינמאל נישט געווען קיין שרה שנירער סקול סאיז נאר געבליבן ביי א סמינר פאר טיטשערס אין צווייטענס וואס די זאגסט אז רוב מנין ובנין איז געווען דערפאר איז נישט אמת ווייל סאיז געווען א אים באקאנטע זאך פאר די קריג אין רוב מנין ובנין האבן נישט געוויסט פון קיין שרה שנירער צו זאגן אין די וואס האבן יא געוויסט איז נאר געווען דורך די איסורים דערקעגן נאר נאכן קריג ווען מ'האט אנגעהויבן צו מאכן מיידל סקולס וואס איז געווען א חידוש ביי אינגערישע און גאליציאנע אידן האט מען געמאכט א מצב פון איר ווייל זי האט גערעדט דערפון דער ערשטע.
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: דאס אליינס אז דער חפץ חיים און דער בעלזער רב האבען מיטגעשטימט מאכט אלע קלענערער רבנים\סאנזער אייניקלאך פאר נישט וויכטיג.

פע! :דיסלייק:
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לית דין בר נש האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: דאס אליינס אז דער חפץ חיים און דער בעלזער רב האבען מיטגעשטימט מאכט אלע קלענערער רבנים\סאנזער אייניקלאך פאר נישט וויכטיג.

פע! :דיסלייק:

זאג נישט נאך ליטוואק וועגן די חפץ חיים אין בעלזע רב ווייל סאיז נישט אמת. והדברים ארוכים
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אדרבא [tag]עזריאל[/tag] ברענג אנדערע זאכען פונ'ם ח"ח און בעלזער רב. ביזדערווייל אזוי ווייס איך. שרה שנירר האט נישט געמאכט קיין מוסדות, זי האט געמאכט א סעמינאר אויסצולערנען מיידלאך צו ווערען טיטשער"ס אין שטעט, אזוי ווי חב"ד שלוחים. מ'האט נישט צוגעלאזט אז א מיידעל זאל צוריק גייען צו איהר אייגענע שטעטעל, זי האט געמוזט גייען צו א צווייטען שטעטעל. למעשה, זענען אלע ארויסגעגאנגען, ס'איז נישט געווען קיין מושב פון עלטערער מיידלאך אין קראקא.
דאס אז דו זאגסט אז מ'האט נישט אויסגעפיהרט, ווייס איך נישט וואס דו רעדסט. ווי האט מען נישט געקענט עפענען א בית יעקב ווען מ'האט געוואלט? און אפילו אז יא, מיינט עס נישט גארנישט. אז די פרייע האבען עס נישט געוואלט, און דער רב האט עס נישט געוואלט, איז נישט אזוי שווער צוריק צו האלטען א בית יעקב פון עפענען.
און דו [tag]לית דין בר נש[/tag], ייש"כ פאר'ן 'פעך', אבער ביטער זיי מסביר. דו מיינסט אז דער קאלאשיצער רב איז א בר פלוגתא פונ'ם ח"ח ?!
כפי ידיעתי, די איינציגסטע וואס שרייבט דערוועגען להלכה, איז דער זקן אהרן (מגדולי פוסקי דורו, וואס מ'האט זיך געוואנדען צו איהם פון די גאנצע וועלט מיט שאלות) אין זיין תשובה וואס איך טרעף נישט יעצט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
galitzyana
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 12:22 am
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

שליחה דורך galitzyana »

I remember one of the bobbover sharie zions they have written up exactly what sura shnirrer did and were her schools was and what the mission was. its pretty clear. They also say that privately the bobover ruv HYD endorsed it
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער תשובה אין זקן אהרן איז ח"ב סי' ס"ו, עי"ש ותמצא הרבה נחת. דער תשובה איז געווידמעט צו איינער 'האלבערשטאם', אפשר גאר אן אייניקעל, און ער ברענגט אז די גדולי ישראל האבעו יא געהאלטען, און טויזענטער מיידלאך האבען נהנה געווען פון דעם, ווייס איך נישט וואס דו רעדסט אז ס'איז נישט געלונגען.
מ'קען זען דער תשובה דא
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

קוק אויך דא פאר די סך הכל פון מיידלאך אין בית יעקב אין תרפ"ט און וויפיל מוסדות ס'איז דעמאלס געווען. נישט ממש ווי בית רחל אין וומסב"ג.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און דו [tag]לית דין בר נש[/tag], ייש"כ פאר'ן 'פעך', אבער ביטער זיי מסביר. דו מיינסט אז דער קאלאשיצער רב איז א בר פלוגתא פונ'ם ח"ח ?!

זיכער האלט איך אזוי און אודאי אויף א אידישקייט השקפה שאלה!!!
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

כאכאכאכא, האסט עפעס א מקור צו דיין 'וודאות'? אדער סתם אזוי שמעקט עס דיר צו גלויבען?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לויט ווי איך פארשטיי פון וויקעפידיע האט שרה שנירר געהאט צווי פראעקטן קודם האט זי געעפנט א מיידל שולע וואס ביז די מלחמה האט עעס געהאט איבער 300 אפטיילונג לענגאויס פולין אין ליטע אין היות זי האט געהאט א סקול האט זי געדארפט האבן לערערינס האט זי אויך געהאט א סעמינאר למורות
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

ווען זי איז געווען ביים בעלזא'ר רב נעמען א הסכמה האט ער איר געזאגט: די וואס דארפן עס זאל עס העלפן און די וואס נישט זאל עס נישט קאליע מאכן. כך שמעתי פון דעם ראב"ד ירושלים הגה"צ ר' משה שטערנבוך שליט"א. והוסיף אז דאס איז געווען די שטימונג ביי כמעט אלע גדולי ישראל, אפילו די וואס האבן איר אפיציעל געשטיצט און געבעקט.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

היסטאריע פון מוסדות החינוך אינעם אלטער היים

שליחה דורך איחוד פעלד »

עס איז אינטרעסאנט, כ'האב קיינמאל נישט געטראכט אז די מתנגדים פין שרה שנירר זענען געוועהן מתנגדים אפילו אין ליכט אז מען האט זיי געצווינגען צו גיין אין גוי'עשע שולע. ד.ה. אזוי, התינח ווען די מיידלעך זענען געוועהן געוואוינט צו ווערען אויפגעצויגען אהן קיין שופ עדיוקעישען, נאר די מאמע האט זיי אויסגלערענט צו מאכען ברכות און חלות, נו, האבען כאטש די מיידלעך נישט געהאט קיין שום וויסען אז עס איז דא עפעס,, און זענען נארטורלעך געבליבען אידען. אבער אז מען נעמט מיידלעך אין מען לערנט זיי אלעס וועגען יאשקע דורך ערפארענע מלמדים, איז אפילו מיט א אידישע חינוך דארף מען רחמים זיי זאלען וועהלען צו בלייבען אידען, קל וחומר אויב מען גיבט זיי נישט קיין שום אידישע חינוך וועלען זיי נאטורלעך נישט בלייבען קיין שומרי תורה ומצוות..

איז די שאלה, זענען די גדולים פין יענער דור געגאנגען מיטן קאפ אין וואנט?

וואס זאגט עס אויף אלע זייערע שיטות? אולי בנוגע ציוניזים זענען זיי אויך אזוי פארקרומט?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לכאורה אין אונגארן איז די התבוללות נישט געווען אויף אזא פארנעם האבן זיי נישט אנערקענט די נחיצות הענין
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך בין נישט קלאר וואס פינקטליך איז געווען די סיבת ההתנגדות די טענה אז מען טאר נישט לערנען תורה מיט נשים אויב אזוי פארוואס האבן זיי נישט געעפנט א שולע אן לערנען תורה
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

למעשה האט שרה שנירר (שענירער, אויף אונגאריש/אידיש) קיינמאל נישט חתונה געהאט. ווייסט איינער די אמת'ע סיבה פאר דעים?
בכלל איז אינטרעסאנט צו באמערקן. אז די מענטשן וועלכע זענען געוועהן זייער שטארק איבערגעגעיבן פאר עפעס א פראיעקט האבן קיינמאל נישט חתונה געהאט. אזוי ווי דר. וואלאך. דער מייסד פונ'ם שערי צדק שפיטאל אין ירושלים. און אויך ליליען וואלד. די אידישע עלטערע מיידל וועלכע איז געוועין א נוירס און זי האט געגרינדעט די ארגאניזאציע "וויזיטינג נוירסעס". מיט דעים האט זי אפגעראטעוועט די לעיבנס פון א סאך אידישע משפחות, פון דער אמאליגער אלטער אידישער איסט סייד, אין מאנהעטן. וועלכע האבן געלעיבט אין גרויס דחקות און אן די מינימאלסטע סאניטארע און געזונטהייטס באדינגונגען. זי און אירע נוירסעס האבן אויסגעלערנט די איינוואוינערס פון די טענעמענטס וויאזוי זיך צו האלטן בנקיות, און געזינט...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ידע מענטש האט א פילינג אז ער מיז עפעס איבערלאזן אויף דער וועלט עס איז דא וואס טענ'ן אז דאס קימט פין די נאטירליכע אינטסטינק וואס א מענטש האט אז ער וויל לעבן אין אפי' נאכן טויט אויב לאזט מען איבער א זכר אי איז נאך עפעס געבליבן פין זיין חיות רוב מענטשן לאזן איבער קינדער אבער אז נישט פרובירט מען עפעס אנדרש
פארשפארט