ישמעאל הכהן האט געשריבן:א חיוב איז א חיוב, און מ'טוט דעם מצוה אכילת מרור מיט שמחה. אבער ליינען א 'שטערן' איז נישט קיין ציווי, איז צו וואס זאל מען צו 'שטערן' דעם הייליגן יו"ט?
סטראשע נישט
שמעקעדיג האט געשריבן:איך בין ארויס פון התפעלות פון דעם "קולט" ארטיקל דעם חודש. עס איז ווערד אלע געלטער! קיינמאל נישט געוואוסט אז היימישע אידן העלפן ארויס פארכאפטע אידישע קינדער.
איף בין שוין חושד אז [tag]פליקער[/tag] ארבעט אין די ארגאניזאציע, דער סוף פונעם 'שטערן' ארטיקל ענדלט גאר שטארק צו דעם אשכול פון פליקער'ן
עמעזאן האט געשריבן:יא עס איז שוין דא צו באקומען פון חודש תשרי, די מעין ארטיקל די שילדערונג פון פרוי גאטטעסמאן פון מאנטשעסטער אשת הרב יהודה אליעזר וואס זי האט זיך שוין געהאט געזעגנט פון אירע נאנטע זייענדיג שטרעבליך קראנק.. מען האט אויף איר שוין געהאט ארויפגעלייגט א דין גוסס אז מען טאר איר נישט רירען... געווען גרייט די טויט שיין.. און ווי וואונדירליך זי איז געראטעוועט געווארן בעזרת השם יתברך, זייער אינטערעסאנט.
א לעבעדיגע שילדערונג פון אפי' חרב חדה מונחת על צאוורו אל ימנע מן הרחמים,