''דער איד סינדראם'' About time to get an official mental diagnose for this disease, it is sadly catchy, so it is good we should be able to identify the boy by it's name....
ימי קדם האט געשריבן:נישט גרייט, אדער וויליג זיך צונאר צומאכן און רעדן צו די גאס?
ניין. זיי עקזיסטירן פשוט נישט אין די נאמבערס וואס די אזוי-גערופענע ארגאניזאציע וויל פארקויפן פאר'ן עולם. ס'איז א פאר יחידים וואס ערלעדיגן עטליכע זאכן פאר צובראכענע נשמות. ס'איז אבער ווייט נישט דאס וואס זיי ווילן זיך אהערשטעלן...
ר׳ בערל טייערער פון וואנעט ווייסטו וואס טוט זיך אין פוטסטעפס ??? וויפל מעמבערס זיי האבן און וואס זיי די ״אזויעגערופענע ארגאניזאציע ״ טוט אדער טוט נישט ?מקור??? אייגענס??? כ׳בין שטארק חושד אז אונזער בּעלעגעלה האט געליינט עפעס א ארטיקל פון סענדער דער דייטש אדער גאר י.מ. סופר המכונה מנשה פליפסטיג און דו ביסט אנגעשטעקט מיט דער ״איד סינדראם״ ל״ע השם ירחם....
טייערער ר' שבת אחים שליט"א: דו האסט מיך געמאכט אזוי שטארק לאכן, ווי איך האב שוין נישט געלאכט פאר א לאנגע צייט. ערשטנס. הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו ועל קול ישראל, איז שוין לאנג אין גן עדן פון די כאמאס און איז זיך משתעשע מיט זייערע שעשועים, צוזאמען מיט אראפאט, משה הירש וחבריהם. אין אט דעם גן עדן וואו אלע שונאי ישראל גייען אי"ה אנקומען. עכ"פ פאקטיש איז דיין חידוש נישט אויסגעהאלטן. ווייל ער איז געגאנגען למנוחתו נאך א סאך פאר פיל פון די מעמבערס פון "פוטסטעפס" זענען אפילו געבוירן. לגבי "הרב" י.מ. סופר, המכונה מנשה'לע פיליפ, איז יא דא א מעגליכקייט. נאר איך ווער נישט אזוי שנעל באאיינפלוסט פון מיינונגען און בויך גרימענישן פון היפאקריטן און סתם שונאי ישראל. לענייננו: ס'איז קיינמאל נישט געוועהן מיין כונה אוועקצומאכן די אויפטוען פון די וואוילטעטיגע ארגאניזאציע "פוטסטעפס". איך טוה אפשאצן די וויכטיגקייט פון זייערע פעולות פאר די וואס קענען דאס נוצן. אבער מיין פוינט איז. אז זיי זענען אביסל מגזים (מע-גא-זעם, אויף די וויליאמסבורג'ער שפראך). ווייל, לויט ווי ס'זעהט אויס שטעלן זיי אייביג נאר ארויס די זעלבע עטליכע יחידים אדער יחידות אלס טעסטימאניאל פאר זייערע אויפטוען...
גאנצל האט געשריבן:איך האב געהערט אז מהר"א מסאטמאר האט ביי זיין כל נדרי דרשה באוויינט ס'איז דא א ארגאנעזאציע וואס שמדט אפ בחורים מיט יונגעלייט
ער האט געמיינט פוטסטעפס ?
פון וואו זאל איינער דיר קענען זאגן וואס ער האט געמיינט אז ער אליינס ווייסט נישט? דער עיקר מ'זאל מחזק זיין די אמונה אז ערגעץ אין א פינסטערע בעיסמענט געפינט זיך א שרעקעדיגע ארגאנאזאציע וואס טוהט יומם ולילה זוכן ווי אפצושמד'ן אידען און דאס אינזין האבן יום הקדוש און ח"ו נישט תשובה טוהן קיין רגע אויף די פראבלעמן וואס מ'מאכט אליינס.
ר' לעיקוואד: וואס פארשטייט א ליטוואק. (איך שטעל אויף די חזקה. ווייל איינער וואס וואוינט אין לעיקוואוד און האט א שייכות מיט בית מדרש גבוה, מוז בע"כ זיין א ליטוואק.) דער רבי שליט"א מוז א יעדע פאר וואכן ארויסלאזן אן אויסטערלישן סטעיטמענט וואס גייט נגד שכל הישר. פשוט. כדי מ'זאלל וויסן אז ער איז ב"ה חי וקיים. אויכעט אז דער צד שכנגד זאלל נישט האבן קיין פתחון פה אז ער איז ח"ו נתפס געווארן לציונות, רח"ל מהאי דעתא. אויך. ווייל ער וויל זיך אין א געוויסן זין פארגלייכן צו דעם מייסד פונ'ם חסידות/קהילה, וועלכער האט אויכעט געלאזט הערן מיינונגען וועלכע זענען נישט געוועהן אנגענימען אין די אידישע וועלט. ארויסווייזנדיג אז מ'ווערט נישט נתפעל פון די מיינונג אויף די גאס...!
איך זע נישט וואס איז קאנטראווערסיאל פון זיין ארטיקל איבער פוטסטעפס און פארוואס איר רופט דאס אן 'העצע', (כאטש איך בין איינשטימיג מיט שלום דין'ס מיינונג איבער פוטסטעפס) אדער די פראבלעם פון אריינלייגן א לינק צייט זיין ארטיקל אין א רעלעוואנטע אשכול.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ישראל קאפקע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ישראל קאפקע האט געשריבן:@שמערל, וואס איז פשט פון אייער איינבראך?
איך זע נישט וואס איז קאנטראווערסיאל פון זיין ארטיקל איבער פוטסטעפס און פארוואס איר רופט דאס אן 'העצע', (כאטש איך בין איינשטימיג מיט שלום דין'ס מיינונג איבער פוטסטעפס) אדער די פראבלעם פון אריינלייגן א לינק צייט זיין ארטיקל אין א רעלעוואנטע אשכול.