אראמע 5 - אכן כפרות העם!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 868 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

אראמע 5 - אכן כפרות העם!

שליחה דורך בר דעת »

וואס גיי מיר שרייבן עפעס גוטס? א בר דעת האט אייביג א פראבלעם ווייל מרוב דעת ווייסט ער נישט וואס צו שרייבן. זאל איך שרייבן א גרויסע חידוש אין מאטעמאטיקס און זיך ארומטענה'ן דערויף מיט פארוואס און געפילטע פיש, אדער זאל איך שרייבן היסטאריע און זיך אמפערן מיט ראובן, אפשר גאר פילאסאפיע און זיך שטעלן מיט לעיקוואד אויף איין בימה.
אבער אז כוכב מאכט גרינגער דאס לעבן דורך קובע זיין, גדר גדר, חוק חקק און אלעס איז גרינגער איך גיי שרייבן איבער די "סיסטעם". פעח, א מיאוסע נאמען לאמיר עס רופן סאציאלאגיע.
אלזא, לאמיר שרייבן עפעס וואס איך האב נארוואס געקלערט:
אסאך פון אונז, אידן וואס לעבן אין די וועלט, אידן וואס האבן אפענע אויגן, טוט אונז ווי די צמצום המוחין, די צוואנג און מח שווענקונג. רעליגיעז? אוודאי רעליגיעז! אבער מיט חכמה בינה ודעת. מיר ווילן לערנען תורה, די גאנצע תורה, תנ"ך, ספרי חכמי הדורות, די היסטאריע פון כלל ישראל, די שרשים פון הלכה ומנהג און די מקור פון יעדע מנהג. הלכה כמו שהוא אן אלע הוספות און טפשות פון "בטח יש לזה מקור גדול" וכדומה. מיר ווילן צוגיין צו אידישקייט מיט אהבה אבער אויך מיט נאמנות. מיר ווילן קענען די כלה, און נישט וואוינען מיט איר אין די פינסטער שמא יראה בה דבר מגונה ווען מען וועט איר אנקוקן.
אונזער פאזיטיוויזם וויל אונז מאכן גלייבן אז ITS GETS BESSER און מיר לעבן אין די באבל אז היות מען טרעפט אסאך בעלי דעת וואס זענען אומצופרידן מיט אסאך אספעקטן אין אונזער צעמישטע און קראנקע סיסטעם, דעריבער חלום'ט מען אז עס וועלן געשעהן טוישן.
רבותי, מיר מוזן טון איין זאך צוריק צו לאנדן אין די עולם המציאות, ארויסקומען פון לא-לא לענד. מיר דארפן א קוק טון אין דער איד און דער בלאט און עס כאפט אן אימה חשיכה!
איר חלום'ט אז מיר לעבן אין א שטיקל רענאסאנס, וועק זיך אויף און שמעק דער בלאט.
מיש בלאט נאך בלאט און זעה חזיר'יי געמישט מיט טפשות און בעיקר אכשר דרא'דיגע שמוץ וואס איבעלט.
איך הייס נישט בערל בעל עגלה און איך בין נישט ביזי מיט מנשה פילאפ א גאנצן טאג, אבער אז מען קוקט אין דער איד זעהט מען נישט מער און נישט ווייניגער מנשה פילאפ האקט אריין אינעם חטא הידוע!
רבי איד?! דאס איז א צייטונג! א פריקינ צייטונג!
דאס איז א קאמפעטישאן מיטן ניו יארק טיימס און נישט מיטן חידושי תורה תשט"ז. ער קרעכצט אריין אינעם חטא הידוע. איז איין איינציגע מאל געווען אין די היסטאריע פון אידישע זשורנאליזם אז א שטינקעדיגער כניאק זאל אריינדוכן'ען איבערן חטא הידוע?
נישט סנדר דייטש, נישט חיים משה שטויבער אין דער איד, אוודאי נישט אהרן ראזמארין אדער אוריאל צימער, נישט יודא לייב לעווין אדער ישראל פרידמאן פון המודיע און המבשר, און אפילו נישט חיים קאצנעלבויגן פון החומה!
ר' איד דאס איז א צייטונג!
מישט מען אריבער די בלאט, רבנים זיצן און טרעפן ווערים.... שוין ווייטער! דאסמאל אין די אראנדזשעס, גרעיפ פרוכט און לעמאנס. רבי איד! עס איז פריקין אראנדזשעס!
הער אויף טרעפן ווערים! גאפעל אפ פון דא די קראנקער זכר!!!!!!!!!!!!!!!! איך וויל עסן פרוכט!!!!!!!!!!!!!!
אויב ענק לאזן נישט נאך פון מיינע מאראנצן גיי איך שוין צוריק צו סעלערי און עספאראגוס. חמורים! איר זעהט נישט אז עס מאכט נישט קיין סענס! קריכט אראפ, עס איז נישט קיין ווערים, מאכט א כחא דהיתרא און הייבט מער נישט אויף די טעלעפאן אויף דעם ארבעטסלאזער יונגערמאן דער פריקין "מומחה לבדיקת תולעים" וואס טרעפט ענק אלע ווערים!
און מען מישט די בלאט און אט: די חטוטי שכבי, אוי די פריקין חטוטי שכבי!
רבי איד!!!!!!!!!!!!!!! יא, איך ווייס עס איז דא א פייט צווישן דער גאב"ד און ראב"ד, און די גראב"ד און זיי האבן א פריקין מערכה איבער ספק ביינער פון ספק מענטשן, ואם תמצי לומר מענטשן ספק גויים ספק אידן. אויף א ריזן שטח ווי מען דארף בויען דירות.
שטייט טשאטער רב יעדע פינף מינוט, טוט זיך אן א קיטל, און יאמערט ווי א פריקין אקס איבער חטוטי שכבי און רעדט איבער די שליח פונעם חזון איש שמידל און דערמיט פארעענטפערט א סמיכות ר' תנחום. זיצן ארום מחנות אידן מיט פארגלייזטע אויגן און מען קרעכצט אריין!
ר' איד!!!!!!!!!!!!!!!!!!! דער עולם האט אסאך קינדער און מען בויעט זיי דירות און עס איז איבעראל דא עפעס ביינדלעך, לאז שוין געמאך!!!!!!
אריבער די בלאט איז דא א נייעס אז מלמדים און טיטשערס טארן נישט האבן טעקסט. יא, מלמדים פון קינדער פון 2014 דארפן לעבן אין 1989 און ווער ווייסט ווי מען קען אלס אנקומען אויב מען נוצט טעקסט!
איך געדענק נאך ווען מען האט דאס געזארגט אויף בילדער, אויף די באן, אויף מעסערס מיט זעגעלעך און אויף מאטיאש הערינג!!!!!!!!!!!!! לאז אפ, מען קען נישט צוריקפירן די וועלט!!!!
און די ארגסטע פון אלעס: די מדינה הציונות שטערט די הייליגע מצוות הכפרות, געוויסע גדולים זאגן אז עס איז א גזירת השמד וואס מען איז מחוייב יהרג ואל יעבור, ווייל עס איז ערקתא דפריקין מסאני!!!!!!!
רבי איד!!!!!!!!!!!!! מיר לעבן אין 2014 הער שוין אויף מיט די גרויליגע רעטאריק!!!!!!!!
און די גאנצע כפרות, שטייען יונגעלייט שלא קרו ושמשו הרבה יותר מדי, ליידיגע קעפ און שלאגן כפרות, מיט באזונדערע פאר זכר, נקבה, טומטום און דו מיני. העי!!!!!!!! מען דארף נישט!
רוב ראשונים ואחרונים זענען דערקעגן, עס איז א גרויליגע מנהג של טפשות! עס איז ממאס אונזער פנים ביי יעדן בר דעת, עס איז צער בעלי חיים, אבער דער עולם גייט מיטן קאפ אין וואנט אריין!
אלזא, קיין האפנונג איז נישטא!
אכן כפרות העם!
עס האנדלט זיך פון עמי ארצים גמורים וואס ווילן נישט וויסן קיין שום הלכות, קיין שרשי המנהגים, קיין עכטע תורה, נאר פריקין קיצורי הלכות און קיצורי מנהגים און מען ווייסט איין זאך :מען טאר זיך נישט רוקן פון די פריקי'ן באבעס!
אלזא, אויפגעקלערטע, דער עולם האלט נישט דערביי!
אכן כפרות העם!
און ווי האט ר' אברהם ברוך בראווער געזאגט: אייזקרעם וועלט איר? במדבר הזה יפלו פגריכם!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום בר דעת, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 868 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

שליחה דורך בר דעת »

זייט מיר אלע מוחל אויף די פריקין צארן, איך בין אין א שלעכטע מוד. אבער איך בין בעצם א פיינער רוהיגער מענטש און מיינע נקודות זענען נאר ארויסגעברענגט באופן צארן להבהיר העניין
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

דער בר דעת האט פורק געוועין א פריקעריי, כאילו יעדע פריק הרג'ט א ציוני.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

פיינע פריקן חזק ואפריקן מאץ נייעס!!!
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

איי איז דאס א פריקין ארטיקל, עס רינט מיר די שפייאכטץ פון מויל.
:like :like :like :like :like :like :like :like :like :like
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

א'פריק'אסיא דעניא!

עשה למען באי באש ובמים... פאר פייער און פאר וואסער! :lol:
(- - -)
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

ווי האט יענער געזאגט גיי איין מנחה קיין ראדני און זאגט די מיר צי סווערט בעסער?
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

וואס מיינט פריקין???
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 868 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

שליחה דורך בר דעת »

ופרוק ית ענך, מאכט רש"י דעמ"נ בלע"ז לשון קללה כאדם האומר לחברו סטאפ דיס פריקן ביהעיוויער.
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

פאסט נישט פאר א בר דעת צו שרייבן "סמיכת הפריקין ר' תנחום"

זעט אויס ביסט געווען זייער גערעגט ווען האסט געשריבן דיין ארטיקל, ומתוך כעס בא לכלל טעות
פארדריי די דיר דיין קאפ
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

ווען מעביוזט יעדן מאמר חז"ל און מ'נעמט עס ארויס פון פראפארציע, אז אזעלכע מאמרים ווי כל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו פארענטפערט רויב און חמס, בלוט דורשטעריי און גזל, אז עפעס א פריקן עטרת ישועה אין די ליקוטים בשם אן אלטן פארקאלעכטן איד אין אשל אברהם וואס דאוונט ביים נעץ, אז יעדע בנן של קדושים האט א כוח פארענטפערט שטירן אפפאל געצן דינעריי דעמאלט איז עס פריקן רבי תנחום.
ווער וויל עס טרעידמארקן: קריכטס אראפ פון דעם פריקן רבי תנחום!
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

:like Thumbs up bro
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

ולא נתקררה דעתו של יואב, ער האט בכלל געוואלט אפשאפן די גזע פון הינער ער האט געפלאנט א דשענאסייד אויף די קוקעריקו באפעלקערונג, ווידער בר דעת טענה'ט אז מען דארף פשוט אפשאפן די באבארישע מנהג און לאזן לעבן די אומשולדיגע עופה'לך.
אבער וואס יואב ווייסט נישט איז אז אפילו מען וועט הרגנן אלע הינער בתבל ומלואה וועט די מנהג הכפרות ווייטער אנהאלטן, זאל זיין מיט גענז מיט לעמעלך מיט קיען אדער עלעפאנטן, נצח ישראל לא ישקר, אונזערע הייליגע גאסן וועלן שטונקען אין די עשרת ימי תשובה ביז משיח'ס טאג ועד בכלל
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

איש עברי האט געשריבן:ולא נתקררה דעתו של יואב, ער האט בכלל געוואלט אפשאפן די גזע פון הינער ער האט געפלאנט א דשענאסייד אויף די קוקעריקו באפעלקערונג, ווידער בר דעת טענה'ט אז מען דארף פשוט אפשאפן די באבארישע מנהג און לאזן לעבן די אומשולדיגע עופה'לך.
אבער וואס יואב ווייסט נישט איז אז אפילו מען וועט הרגנן אלע הינער בתבל ומלואה וועט די מנהג הכפרות ווייטער אנהאלטן, זאל זיין מיט גענז מיט לעמעלך מיט קיען אדער עלעפאנטן, נצח ישראל לא ישקר, אונזערע הייליגע גאסן וועלן שטונקען אין די עשרת ימי תשובה ביז משיח'ס טאג ועד בכלל

שוין, מ'נעמט שוין ארויס מיינע ווערטער פון קאנטעקסט. איידער איך ווער געצווינגען צו רעזיגנירן, מוז איך קודם באהויפטן, אז כ'האב מדייק געוועזן צו שרייבן, דאס פטור ווערן פון זיי אויף א פרידליכן מהלך. גענאציד סלקא דעתך? מ'רעדט פון קליידן די נקיבה הינער אין געפאסטע קליידער, (מיט רויטע טורבאנס דאכצעך האט זיי שוין גאט באשאנקען.)

בין איך אן אמת'ער מענטש, וואס זאל איך טון, איך שפיר אז די הינער, שטערן מיר אנצוגיין מיט מיין עבודת השם.
שפתים ישק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

שליחה דורך שפתים ישק »

שפתים קישאקTM!
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

:like :like :like

בר דעת האט געשריבן:מיר ווילן צוגיין צו אידישקייט מיט אהבה אבער אויך מיט נאמנות. מיר ווילן קענען די כלה, און נישט וואוינען מיט איר אין די פינסטער שמא יראה בה דבר מגונה ווען מען וועט איר אנקוקן.

נוקב ויורד עד התהום! :like
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

כוכב האט געשריבן:אן אלטן פארקאלעכטן איד אין אשל אברהם וואס דאוונט ביים נעץ


:lol:
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

געשמאקער וויץ, אבער איך זעה נישט וואס איז פאני. איין בלינק און מיר האלטן שוין אויכעט באלד דארטן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

דאס איז דאך ממש אפריקורסות.
האדם לא נברא אלא להתענג
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אולי אפשר עפעס א שטיקל נחמה אז זאכן רוקן זיך יא אין עפעס א דירעקציע. פרעג דיך נאך ביי חבירים און אידן אין סמעדרעש, ריפארט צוריק חול המועד וויפיל פראצענט האבן אויסגעשאקעלט\אפגעוואשן די סכך. די עולם פייפט אן אין גרויסן, איך מיין אז פופצן צוואנציג יאר צוריק וואלט יעדער געלאפן אויסשאקלען, בודק וואלט ארויסגעקומען מיט געטשעקטע סכך, נר מצוה מיט סכך קלינינג קיטס, שעטנז לעבראטארי וואלט בודק געווען, און אלע הגעלת כלים צענטערס וואלטן פאר סוכות געהאט סכך קליניג בחורים פאר 18 דאלער.
פארשפארט