העי בריסקער, יוצא געווען אלע שיטות פון תקיעות, גיי און מקווה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 637 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 803 מאל

העי בריסקער, יוצא געווען אלע שיטות פון תקיעות, גיי און מקווה

שליחה דורך אחד העם »

[justify]דרייט זיך א ייד מיט צושרויבעלטע פיאות, דיק ווי די וואנט ברייט ווי א גראבער, פארסאפעוועט אינגאנצען אנגעצויגען, סאיז ראש השנה אויף דער וועלט מען דארף יוצא זיין די תקיעות, ער לויפט פון רעכי צו מעכי םהערן די תקיעות, ווען מפרעגט וואס איז דער געטומעל, מען הערט תקיעות און בית מדרש און פטור אן עסק, עה, די ריטב"א, וועט ער דיר ענטפערן ווי א גאנצע למדן, רבי יהושע לייב האט דאך מחמיר און חושש געווען אויף די שיטת הריטב"א, און מען דארף יוצא זיין שיטת הריטב"א, ( שי' הריטב"א אז עס טאר זיך נישט טוישען די קול אינמיטען א תקיעה נאר עס זיין גלייך די גאנצע צייט), איך טראכט זיך צו מיר, לץ איינער, וועם נערסטו חוץ דיין אחור מיט דיין קדם, שיטת הריטב"א ביי תקיעות, דעמאלטס שי' שיבולי הלקט ביי מקווה, וואס הייסט?
ליגט זיך דער בריסקער און בעט, די פיאות שיין פארקעמט ( ליין: גוט צושרויבעלט) און קיין נאכט הצמד פארשטייט זיך די טלית קטן זיינע גרויס ווי אלע רוחות, דינט אים שוין פאר דעם אויכעט, און סחלומט זיך אים פון א געיל מיידעלע ( קרעדיט @שמעון דזשיגאן זצ"ל) ער לערנט אפ דעם חלום פון אלע זייטען, ער איז מדייק אלע פרטים... און פלוצלינג, אופססס, ער וועקט זיך אויף, סאיז שוין אבער לאחר המעשה(מאחורי?)... נא וואס טוט מען יעצט, טראכט ער ביי זיך, גיין און מקווה, נע, תקנת עזרא איז דאך שוין בטל פאר א שטיק צייט, לויפט ער שנעל אריין און בית המדרש ליינען קריאת שמע בזמן לפי שיטת רבי זונדל מן הבקעה, ער וויל דאך די שיטה אויך יוצא זיין, העי בריסקער, יוצא זיין?, זיי יוצא ונכנס און שיטת פינעם כסף משנה, וויל ער זיין מער רייסער, זיך הערן מער למדן, זאל ער זאגען אז ער וויל יוצא זיין די שיטה פינעם שבלי הלקט, און לויף כאפ א טבילה, (וואס פון זיי קומט אויס אז תקנת עזרא איז נישט בטל, נאר מענטשען זענען עס פשוט נישט מקיים, און מען קען אפילו מאכען א ברכה).
סוואונדערט זיך מיר באמת אויף דעם בריסקער, וואס זאגט דעם שמעעעע מיט קלעבעדיגע אונטערהויזען... גלייך פון אשר צג ארויס... איך מיין, האסט פון ערגעץ וואו פון א בלאט מיט קליינע אותיות אפיר געזוכט מיט א מעגריפיין גלעיס עפעס א שיטה יחידאה מיט א הויפען פירכות ווי די שימל אויפען בוידעם, און די פארצט ארויס דעם פאראיבעלטן קוד, יוצא זיין, יוצא זיין, קאט די פא*ען קרעפ, איך וועל דיר ברענגען אויף כמעט אלעס וואס די טוסט נישט א ליסטע גרויס ווי דיין דאס, פון אפענע שיטות ראשונים און הלכה וואס דרייסט דיר אויס די רוקען און די ביסט דאס דש בפאנגעס, כמיין עקביו, סארי, איך וויל באמת פארשטיין, וואס איז די שטופ פאר א מענטש צו פירען, אזא לעבן מיט אזויפיל סתירות און יעדן הינזכיט אוןנאין יעדע זאך וואס ער טוט ומענתו בפיו יוצא זיין, ווען ער ווייסט ביי זיך אז אויף וואס ער טוט נישט איז אויך שיטת אויף לחומרא, פארוואס פארשטייט ער נישט אז די זעלבע תירוצים וואס ער נוצט אויף די זאכען אויף ער טוט נישט, די זעלבע תירוצים ניצען אנדערע אויף די זאכען וואס ער טוט יא, כהאב באמת מער משלים און דוגמאות כהאף שפעטער מוסיף זיין.
אל תדאגו איך מיין נישט קיינעם איך מיין מיר...[/justify]

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר