אראומע --# העלף פארמינערן די OTD פראצענטן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
אראנדש קאונטי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

אראומע --# העלף פארמינערן די OTD פראצענטן

שליחה דורך אראנדש קאונטי »

לאמיר זיי העלפן, אזוי אז זיי זאלען ביי אונז בלייבן.

וואס פארא מחשבות לויפן אים אין די מחשבות ארום און פארוואס.
צו האמיר אים מקרב געווען אלס קינד, צו איז ער די פאנני אינגל פון די גאס געווען.
ביזט טאקע שטערקער פון אים, אבער צו מוזטו אים מיט א שטעך ווארט פון די וועלט פארשניידן צוליב דעם?
צו האסטו ליב אזוי פון א גרעסערן און שטערקערן שלעכט באהאנדלט צו ווערן? איך גיב אייך דעם ענטפער אן אייער רשות. ניין, ניין און ניין.
צו ווייסטו אז דיין פריינט פון חדר, דער גנב, רויבער, שייגעץ, דראג-עדיקט און אלע שלעכטע זאכען, איז אזוי געווארען צוליב א קרום ווארט וואס האסט אים אמאל בטעות געזאגט.
ער איז דאן רויט ווי א בוריקע געווארען, און דו האסט דיך אויפן פלייצע געקלאפט, אה איך האב איצט גוט צוגעפיקסט. דו האסט אים געפיקסט? דו האסט איצט אים קאלטבלוטיג געהארגעט.
געהארגעט? ער לעבט דאך. יא, יא ער לעבט כדי פון די וועלט זיך קענען נוקם זיין. ער געדענקט דיך און די גאנצע וועלט גייט ליידען דעריבער.
פארוואס זאל ער מענטשן ליב האבען, אז מען האט אים קיין ליבשאפט קיינמאל געצייגט.
פארוואס זאל ער פילינגס פארשטיין, אז מען האט אים קיינמאל אזא זאך געטוהן ווייזען.
די שוואכסטע גייסטישע נשמה, קען זיין קאלעגע פארשטיין, אויב טוט מען אים ליבשאפט צייגן.
און דער שטארקסטער מאן קאן דעם געוויסען פארלירן, אויב זאל מען אים א שטעך ווארט זאגען.
מיט א גוט ווארט קען מען איינעם דעם לעבן שענקן.
און מיט א קרום ווארט קאן מען עטליכע לעבנס פארשניידן.
לאמיר יעדנס לעבן זיס מאכען, אזוי וועט אונז אויך זיס זיין.
א גוט ווארט, א שמייכל, און אמאל איז גענוג אז מען טוט אים כאטש קיין קרום ווארט נישט זאגען, דאס קלייניגקייט קאן איינעם דאס לעבן ראטעווען.
ער קען שוין פארזינקען זיין אין אלע שווארצע פלענער וואס וועבן זיך אים אין קאפ. אבער, דו האסט אים א שמייכל געגעבן און אלעס איז צום גוטן איבערגעדרייט געווארען.
לאמיר דעם שוואכערן ליב האבען, דאס ברענגט א גוטע פילינג פארען געבער אויך. יעדער קען אביסל עקסטערע ליבשאפט פארנעמען.
כמים פנים אל פנים כן לב האדם לאדם.
דיך האבען אנדערע ליב, אבער זיי האבען נאך אנדערע וועם זיי האבען אויך ליב, אלזא קענען זיי דיר נאר אביסל עקסטערע ליבשאפט שענקן.
דער צעבראכענער זעהל האט נאר דיך, גיב אים אביסל ליבשאפט און ער וועט דיר זיין גאנצע ליבשאפט צוריק שענקן, ווייל ער האט נישט נאך איינעם אויף דער וועלט. אזוי וועסטו האבען נאך אסאך ליבשאפט אין דיין רעזערוו פאר נאך אנדערע צובראכענע נשמות אויפצולעבן.
דאס איז א ראד וואס דרייט זיך, מען קען זיי אזוי ראטעווען.
ראטעוועט פאר ס'יז צו שפעט.
פראעסיאנאלען זאגען, אז דער גרעסטער פראצענט פון מענטשן וואס שעדיגן אנדערע איז צוליב וואס זיי זיינען אין זייער יוגענט געטשעפעט אדער אונטערדריקט געווארען. נישט אז דאס איז א ענטפער אויף זייער אקט, אבער א בארוהיגונגס אויף זייערע קראנקע קעפ, אז זיי האבען זיך איצט אין די וועלט נוקם געווען, צוליב וואס מען האט זיי וויי געטוהן.
לאמיר אליין זיך אפהיטן פון אנדערע וויי טוהן, און ווייטער אונזערע קינדער איבערגעבן, אז א קינד/מענטש איז מער פון סתם א שטיק פלייש, הויט און ביין. א מענטש איז א געבוי פון פיל זאכען און די שטערקסטע דערפון זיינען די פילינגס זייערע. לאמער די פילינגס זייערע נישט הארגענען, און אזוי ראטעווען סיי די צובראכענע נשמות און סיי די וואס זיי וועלן שעדיגן אויב ווילן מיר זיי יא טשעפענען.
ואהבת לרעך כמוך, וואס דו האסט נישט ליב פאר דיר טוה נישט פאר יענעם.
האסט ליב א שמייכל, גיב אויך פאר יענעם. און דאס איז א קאמאדיטי וואס קאסט נישט קיין געלט, ביזדערווייל. לאמיר אריינכאפען ווילאנג ס'יז נאך אומזיסט.
א גוט ווארט איז ווי באלזאם אויל, ס'מאכט אז אנדערע שלעכטע זאכען זאלען זיך אויך אראפגליטשען, און אפילו אויב איז עס פערזשאווערט דאן קען עס פאררעכטן פאר א קורצע וויילע ביז מען פאררעכט עס אינגאנצען. א קרום ווארט איז אן אטאם באמבע, ווילאנג מען גיבט זיך גוט אפ דערמיט איז עס רוהיג, אויב גיט מען אבער א דרוק דעם ריכטיגן/אומריכט יגן קנעפל, דאן שיסט עס אויף און ס'נעמט מיט אלעס וואס שטייט אין וועג. ס'איז אן איינצעלנער מענטש וואס גיט א דרוק דעם קנעפל און די גאנצע וועלט ליידט דעריבער. איי וועסטו פרעגן, פארוואס מוז די גאנצע וועלט ליידן צוליב וואס איינער טשעפעט? איך האב נישט קיין ענטפער דערויף, און קיינער האט נישט. אלזא, וואס בלייבט אונז איבער צו טון איז אזוי. באלזאמירן די גוטע אז זיי זאלען בלייבן פריש, די פארזשאווערטע מיט אביסל שטערקערע באלזאם שמירן אז זאלען אביסל פארראכטען ווערן, און אזוי אום א גאנצע וועלט ראטעווען, מיט אונז אינאיינעם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גאסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: אוועקגענומען אראומע נומער צוליב פלאגיאריזם
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

זייער שיין!!!
איך בין בכלל נישט מחולק מען דארף ארויס ווייזן ליבשאפט וכו'
אבער איך בין אויך פאר רויטלט געווארן אין חדר עטליכע אין צענדליגע מאל! און מיין גרעסטע עבירה איז אז איך שרייב אויף די אפיקורסישע קאווע שטיבל סייט
פארוואס דארף ער גיין ווייטער ווי דעם?
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

לית דין האסט א נקודה, אבער דזשאדזש נישט יענעם, אל תדין עד שתגיע למקומו. יענער איז א אנדערע רעסעפי פון דיר און ביי יעדן קלאפט עס אויס אנדערש.

איבריגנס, דא רעדט מען נישט וועגן "זיי", מען רעדט וועגן "אונז".
וירח ה' את ריח הניחוח
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

און ביז די וועלט ווערט וועלט און הערט אויף פארשעמען וכו', לערן אויס די קינדער זאלען האבען גענוג קאנפידענס דורך לויב ווערטער פון די עלטערען, אז נישט נאר זאלען זיי איבערטראגען די שווערע ווערטער פין אנדערע, נאר עס זאל גארנישט מיינען.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

דער פוסק הדור מרן חזון איש האט עס שוין אראפגענאגלט פאר די אלע סיקריקים וואס ווארפן ארויס מענטשן פון ביהמ"ד, וז'ל:
וצריך לקרבם באהבה!
שפתים ישק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

שליחה דורך שפתים ישק »

שפתים קישאקTM!
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

פארשפארט