אראומא #7 אפילו בהסתרה אין דינסט פון די סיסטעם
- איש עברי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
- האט שוין געלייקט: 997 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל
אראומא #7 אפילו בהסתרה אין דינסט פון די סיסטעם
אלזא איך האב פיינט אפילו בהסתרה, ניין נישט וועגן די מעלאדי איז נישט שיין איך בין א קנאפע פארשטייער אין מוזיק, נישט וועגן די ווערטער זענען נישט אמת, איך גלייב אז דער אייבערשטער איז עיניו פקוחות על כל דרכי בני אדם, (הגם איך פארשטיי נישט די קאנסעפט פון די ניגון און די סכסוך צווישן די אייבערשטער אין די רבי) די ניגון כשלעצמו קען זיין איז א הערליכע קאמפאזיציע וואס פארדינט א הויכע אויסצייכענונג, אבער לדעתי צייגן די פאפולאריטעט פון די ניגונים אויף טיפערע זאך און האט א פסיכאלאגישע דינסט פאר אונזער פארשאלטענע סיסטעם.
איך האף אז איר וועט פארשטיין מיין פוינט, און איך מיין נישט דווקא אפילו בהסתרה איך מיין די גאנצע חיזוק/אמונה אינדוסטרי וואס ארבעט ביי אונז אויף קעסל כלים.
מיר לעבן אין א דור וואס סאיז נישטא קיין פירערשאפט נישטא קיין קלארע ריכטונג, א סטאדע שאף וואס גייט אין די פינסטער נאך יעדע שמע קולנו פון עפעס א ארבעט'סלאזע רבי'שע אייניקל, מען לויפט צו כינוסים יעדע מאנטאג און דענערשטאג, מען ארגאניזירט מאסן פארזאמלונגען צו הייבן די מאראל אויף א מאנאטליכע באזיס, און דאן רייבט מען זיך אין די פלייצע מיט הוילע פראזן איבער די געוואלדיגע אחדות און קידוש ה' און עולם גולם זעטיגט זיך פאר נאך צוויי וואכן.
צייטונגען וואס האבן שוין אויפגעהרט דינען זייער צוועק און זענען מער ווייניגער געווידמעט צו דרייען א קאפ און וואשן די מוחות פאר זייערע אגענדעס, און דינען אלס שופר פאר יעדע נערוון קראנקע עסקן, אין די ברייוון צו די רעדאקציע טוט זיך א קאנטעסט ווער עס האט מער קרעאטיווע פירצות מוחה צו זיין, אזאנע וואס ווייטאגן אויף די מאמעס וואס ווארטן אויף די באסעס מיט טורבאנס און אזעלכע וואס האלטן אז דער עולם האט א טעות אין די נקודות ביי אלוקי נצור ווי סאיז דא ווארט ווי מען דארף זאגן מיט א חיריק און ס'דא וואס זאגן מיט א חיריק.
און בית המדרש רעדט מען איבער די פרישע גט'ן און אלטע מחלוקת'ן און מקווה קעדט מען איבער דעם פוטין און מען טוישט אויס מיינונגען צו ער וועט עס מאכן צו נישט, און מען נאמינירט קאנדידאטן פאר די וויצע פרעזידענטשאפט פון 2018 און מען פאסט קריטישע באשלוסן איבער אינטערנאציאנאלע אנלעגנהייטן.
מנהיגים? מורי דרך? וואס ווי ווען, מאקסימום האקן זיי אויף טייערע חתונות טאמער זיי ווייסן אז ס'איז פאפולער ביים עולם, אדער איבער טשיקענס וואס מען איז אויך בודק די בלינדע קישקע און בהמות וואס מען שחט אפרקדן, דאס איז די גאנצע וואס זיי האבן צו אפערען פאר א צוריסענע צושפליטערטע צובלוטיגטע סאסייעטי, און דאס איז שוין אין בעסטן פאל, די רוב רבנים און רבי'לעך ווארימען זיך אין די טילעפעס און ביי ניחום אבלים'ס קרעכצן זיי אויף די שוואכע דורות.
אז מען נעמט אפיר א פראבלעם וויסן מיר שוין די לעזונגען פון פאראויס, קיינמאל נישט קיין טויש פון ריכטונג, אלעמאל ווייטער מיט די קאפ אין וואנט אריין, קרעאטיוויטעט איז לגמרי מחוץ לתחום, פארשטייט זיך אז אלעס איז איינגעהילט אין ציטאטן פון הייליגע ספרים איבער די הארבקייט פון הייליגע מנהגים וואס עפעס א פארשאלטענע באבע איז איינגעפאלן ווען זי איז געווען אין א שלעכטע גיסטע, און אז יעדע מנהג איז יסודתו בהררי קודש, און אונטער די הררי קודש ליגן מיר נעבעך באגראבן, שם תהא קבורתכם.
איז אמאל אויפגעברענגט געווארן צו א ריכטיגע ציבורישע דעבאטע די ברענעדיגע פראבלעם אז 80 פראצענט פון אונזער יוגנט טוט מער ווייניגער גארנישט אין זייערע בעסטע יארן פון לעבן, אז די ישיבות זענען נישט מער ווי א פינסטערע אילוזיע און א לעזונג פאר אפאר טויזנט יושבי אהל פון ווי צו ציען חיונא? צו האט מען אמאל ערנסט דיסקוטירט די שוידערליכע מצב הפרנסה ביי אונז, און אז אונזער וועג פון ברענגען פרנסה האט נישט קיין עתיד, צו ווערן ערגעצוואו איבערגעשמועסט די פאקט אז א גרויס חלק בחורים אין די ישיבות טוען מעשים מגונים איינע מיט די צווייטע נעבעך וויבאלד זיי זענען איינגעשפארט פיזיש און גייסטיש? צו האט מען אמאל ערנסט באטראכט די מעגליכקייט אז מען זאל בכלל איבערקלערן די אומפארשטענדליכע איסור אויף בירטקאנטראל וואס די פרייז דערפון איז, עניות, עגמת נפש, נערוון צוזאמענראכן, חתונה קריזיס, דירות קריזיס, שידוכים קריזיס, בשעת די גאנצע איסור איז תולה על בלימה, אן קיין ריכטיגע הסבר.
שוין אפגערעדט וואס טוט זיך אין די אידישע שטובער יעדערע איינער שטיקט זיך מיט זיינע פראבלעמען, מיר האבן אויפגעבויט אזא גלאנציגע סאסייעטי ווי יעדער מוז זיך איינרעדן אז ביים שכן קלאפט אלעס, יעדער איינער דארף שפייען בלוט אינדערהיים צוליב די בושה פון די גאס וד"ל
מיר האבן אויפגעבויט א גאנצע דיקשענערי פון ווערטער כדי זיך צו אפשאקלן פון אחריות אויף אונזער אייגענע לעבן, יעדע מקווה זיצער האט גאנצע פיליזאפיעס אין ענייני השגחה והשתדלות, דארט ווי מען וויל נישט עפענען א קענזערוו פון ווערים איז גענוג צו געבן א ווארף א ווארט דער אייבערשטער פירט דאף די וועלט, און ס'איז הס קטיגור, וואס קענסטו ענטפערן, א שידוכים קריזיס? גלייב מיר אלעס איז באשערט! א פרנסה קריזיס? גלייב מיר יעדע פעני איז פונקטליך פארשריבען פון אויבן, א ישיבה קריזיס? נו מייסנטו אז ביים גוי איז בעסער? מיינסט אז דער אייבערשטער פירט נישט די וועלט? און ווי די מנהג ביי גוטע אידן פארצוקערט מען עס נאך מיט אנעקדאטן פון שוואגערס מיט עלטער מומעס וואס האבן געזעהן באשיינפערליכע סייעתא דשמיא, ממילא וואס האבן אונז קליינע מענטשעלעך זיך צו מוטשען בכלל צו ארויסהעלפן גאט ברוך הוא צו פירן די וועלט.
מיר האבן אנשטאט נעמען אחריות אויף אונזער גורל אויסגעקליבן א וועג פון זיין בלינדע שפעלעך, מיר האבן אנטוויקלט א באקוועמע שפראך וואס שאקלט אונז אפ פון יעדעס ביסל אחריות אויף אונזער גורל און אויף די גורל פון אונזערע קינדער, און די שפעטערדיגע דורות, און טאמער איז שוין ממש נישט דא קיין לעזונג נעמט מען ארויס די משיח געווער, משיח קומט שוין עניוועי בקרוב אלזא וואס דארף מען זיך מוטשען לאמיר אריינלייגן אונזער ענערגי אין לוחם זיין קעגן סמארטפאנס מיט קברים אין בית שמש.
אבער עס הערשט א אנזעץ א ביטערקייט און א פיסטערקיט ביי אונז, און אפילו א צארן, אלזא ווי געט מען דאס אויס? וואס טוט מען מיט די ווייטאג? צו וועט די ווייטאג פירן צו עפעס זאכליך, דא קומט אריין די "אפילו בהסתרה" קולטור, מען פאסט צו אונזער אמונה צו די געברויכן פון סאסייעטי, מען שטאפט אונז מיט פאלקסלידער וואס מאכט אביסל ווארים אויף די נשמה און פארזיכערט אז דאס פאלק לייגט זיך שלאפן פאר נאך א טויזנט יאר און לאזט זיך פירן פארפירן פון די נארישע סיסטעם (יא איך האב נאכנישט געטראפן קיין בעסערע ווארט ווי סיסטעם הגם עס גריצלט שוין אין די אויערן)
די אונטערשטע שורה, די פאלקס ליטעראטור אויף אמונה/בטחון/משיח דינט טיילמאל ביי אונז אלס געווער קעגן טויש, קעגן זאכליך זיך נעמען אין די האנט אריין און טון צו די זאך

- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
פשיהא, א שטארקע ארטיקל, איצט קענעך שוין גיין שלאפן,
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
[tag]איש עברי[/tag], זייער שיין געשריבן. און ליידער אמת'דיג און ווייטאגליך, ואפילו בהסתרה..
די מעלה פון 'ואפילו בהסתרה' איז אז עס איז פלעקסיבל. מען קען עס נוצן זיך צו באפרייען פון די פליכטן, און מען קען עס נוצן צו וויינען אויף די וואס ווילן זיך באפרייען פון די פליכטן.

די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 765
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל
איש עברי האט געשריבן:למען האמת איך האב עס געשריבן אונטערן רושם פון די ווינדערליכע "אכן כפרות העם" ארטיקל פון ידידי בר דעת
מיר קוקט אויס אז דער צארענדע 'אכן כפרות העם' ארטיקל איז געשריבען געווארן לפני יאוש, ווען מען צארנט און מען ברויזט נאך, און דער 'אפילו בהסתרה' ארטיקל איז געשריבן לאחר יאוש, ווען דער צארן וועפט אויס און במקומו זעצט זיך אריין א אזא יאוש און דעפרעסיע אז עס איז א פאלוירענע קאמפ.
בכל אופן אן הערליכע ארטיקל!
חמין במוצאי שבת מלוגמא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
א שטארקע נקודה, אבער ווי א קנאפער חסיד איך בין פון ברעסלאוו, האלט איך אז זיי וועלן אונז די שנעלסטע אויסלייזן פון דעם גלות הסיסטעם, במילא נישט קיין חילוק וואסערע תעמולה זיי נוצן צו אריינברענגן זייער גלויבן אינעם אלגעמיינעם עולם, זאל עס אפילו זיין אזא נערישע אנגעזעצטע תנועה, מיז עס נאכאלטס באגריסט ווערן.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:איש עברי האט געשריבן:למען האמת איך האב עס געשריבן אונטערן רושם פון די ווינדערליכע "אכן כפרות העם" ארטיקל פון ידידי בר דעת
מיר קוקט אויס אז דער צארענדע 'אכן כפרות העם' ארטיקל איז געשריבען געווארן לפני יאוש, ווען מען צארנט און מען ברויזט נאך, און דער 'אפילו בהסתרה' ארטיקל איז געשריבן לאחר יאוש, ווען דער צארן וועפט אויס און במקומו זעצט זיך אריין א אזא יאוש און דעפרעסיע אז עס איז א פאלוירענע קאמפ.
בכל אופן אן הערליכע ארטיקל!
The 5 stages of Grief
1. Denial and Isolation
אייוועלט, סיסטעם, בלאט, וכו'.
2. Anger
אכן 'פריקען' כפרות העם
3. Bargaining
ברוקלין-איינוואוינער וועלן שטימען "ניין"...
4. Depression
אפילו בהסתרה אין דינסט פון די סיסטעם
5. Acceptance
מ'ווארט נאך.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
געוואלדיג וואונדערבאר!
א שאד איש עברי איז נאך פאר מתן תורה, מען קען טרעפן סמוכין לדבריך פון פילע ראשונים ואחרונים כמעט אויף יעדע נקודה וואס איז בארירט געווארן, ארויס צו ברענגען בקיצור וואס איך מיין, וועל איך צו לייגן די מעשה פון אלי וויזעל ווען עס האט אים געפרעגט איינער ווי אזוי האט דער באשעפער צוגעלאזט דעם האלאקואסט ? (ער פלעגט פיל מאל ענטפערן אנדערש אבער איינמאל ער האט ער דאס געאנטווארט) דער באשעפער פרעגט דאס פון אונז! ווי אזוי האט די וועלט געקענט צו לאזן א האלאקואסט?!.
מיר מאכן די טעותים און בלעימען נאר גאט דערויף, דער דייטש שעכט דער גוי מאכט זיך נישט וויסנדיג און גאט איז נאך שולדיג!

דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
דאס האט דאך שוין רבינו קארל היינריך מארקס געשריגען "רעליגיע איז אפיאם פאר די מאסען", מיינענדיג דערמיט אז די וועלט איז דא פראבלעמען וחוסר צדק און לעולם וואלט די עולם געדארפט ארויסגיין אויף די גאסן שרייען הייתכן ווי איז די גערעכטיגקייט און אויף דעם קומט רעליגיע און איז מנחם דער עולם עס איז בסדר מ'וועט גיין אין גן עדן די ייסורים מכפרים וכו' און דאס מאכט דער עולם גלייכגילטיג זיי זאלן נישט תובע זיין זייער אייגענע גאולה וואס איז לא רחוקה היא בעולם הזה.
די הערה אויף דעם איז נאר אז דער נסיון פון די הונדרעט יאר זייט די תורה האט לכאורה געוויזען אז די פראבלעמען גיין נישט אוועק וויפיל מזאל נאר שרייען, און אויב פראבלעמען, איז דאך שוין בעסער פראבלעמען מיט אפיאם ווי פראבלעמען אנע אפיאם. אלזא איז נישט מן היושר ומן הטאקטיק צו טענה'ן דווקא אויף די חיזוק אז דאס אי די פראבלעם, שרייען זאל מען אויף די פראבלעם גופא. אויף דאס וואס העלפט אפילו בבחינת א לאטע איז בעסער לאז ווי עס איז.

I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
דער עקסטרעם גערעדעכץ האט מיר אביסל געשטערט. דו מיינסט טאקע אז 80% פון בחורים דרייען זיך ליידיג אין ישיבות? יעדער מוטשעט זיך מיט פרנסה און האט נישט קיין וועג ארויס? יא, דער פארלאזען זיך אזוי פיל אויפ'ן רעגירונג געלטער טויג נישט, אבער דאס האסטו נישט דערמאנט. אמת, ס'איז נישט דא קיין פיהרשאפט אינ'ם חרדיש'ע קהלה, מיר האבען אלע מורא פאר דער lowest common denominator דער ליידיגייער וואס מאכט אן איסור אויף עפעס אן א מקור, אדער דער וואס לבו נוקפו אויף מצות וואס אלע האבען געגעסען, אדער נייע מחיצות צווישען מענער און פרויען וואס נישט דער הלכה, נישט דער שכל און נישט דער מסורה פאדערען. אבער למעשה, רוב מענטשען זענען צופרידען מיט'ן א.ג. סיסטע"ם, און אפילו ווען ס'איז דא טענות, ווילען זיי נישט פארמאכען דער גאנצע זאך. מיט'ן ארויסהעלפען אפאר צובראכענע בחורים האסטו אסאך מער אויפגעטוהן ווי מיט שרייען אויפ'ן גאנצע סיסטע"ם און אלס וועלען אונטערברענגען.
ווען איך קוק מיר ארום אויף מענטשען, באמערק איך אז ס'איז דא א נאטור פון געוויסע מענטשען ליב צו האבען א שטארקע סיסטעם, זיי פילען באקוועם ווען אסאך מענטשען טאנצען מיט איין מהלך, זיי זען א גרויסע רעביש'ע חתונה און זיי פילען גוט אז ס'איז דא אזויפיל מענטשען וואס טאנצען מיט איין זאך. ווען מ'זאגט זיי אז דער זאך שטינקט, פילען זיי אז מ'גראבט אונטער זייער לעבען. ווידער איז פארהאנען א צאל מענטשען וואס פילען דערדרוקט אין א סיסטע"ם. זיי פילען אז זיי זענען שוין נישט קיין מענטשען, קיינער איז נישט אינטרעסירט אין טראכטען צום זאך, און די אלע זאכען וואס ווערען אנגעקוקט ווי מעלות ביים ערשטען כת, זענען גאר חסרונות ביי דער כת. איך פערזענליך בין פון די צווייטע כת, אבער מ'דארף פארשטייען אז ס'איז בלויז א נאטור פון א מענטש. יעדער איינער האט זיך זיין נאטור און מ'קען נישט צווינגען אויף א צווייטען אונזער באקוועמליכקייטען.
איך האב געוויזען פאר א חבר מיינער א בילד פון דער גערער רעבע ווי ער שטייט אויף א באלקאן נאך א חופה און קוקט ארום אויף זיין שעפעלעך, טויזענטער חסידים מיט הויכע שטריימלעך וואס לעכצען פאר א בליק פון זייער רעבע. מיין חבר זאגט מיר 'ס'זעט אויס ווי היטלער ביי א נאצי פארזאמלונג'. ער איז פון די מענטשען. ווען א רעבע איז געקומען צו מיין היימשטאט און זיך מסדר געווען א באגלייטונג מיט פאקעלען, האט מיין מאמע געזאגט 'ס'איז אזוי שיין צו זען אזא ציבור צוזאמען'. איך האב זיך פאר'עקעלט, אבער אזוי איז זי. א חכם אחד האט געזאגט אויפ'ן סיום הש"ס 'פופציג טויזענט מענטשען זענען געגאנגען זען פופציג טויזענט מענטשען'. אסאך האבען אבער הנאה געהאט פון אט דער 'אחדות' און 'שמחה של מצוה' וכדו'.
כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דעותיהן שוות.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא