אראומע #10 מיין יוגנט מיט רבי לעמל אין אוישוויץ

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

אראומע #10 מיין יוגנט מיט רבי לעמל אין אוישוויץ

שליחה דורך איש עברי »

איך בין אויפגעוואקסן אין שאטן פון די האלאקאוסט, יא איך בין קוים עטליכע אין צוואנציג יאר אבער די טייוול-גייסט פון אוישוויץ האב איך באגעגנט טעגליך מיט מיינע אויגן, נאך אלס קינד האב איך טאג איין טאג אויס זיך אנגעטראפן מיט מענגעלע, מיט אייכמאן און אפילו מיט היטלער, דאס איז א דאנק מיין ליבע שכן רבי לעמל, וואס האט מיך מיט זיין ברייט הארץ גענומען אויף א באזוך קיין אוישוויץ, מיך מיטגעטיילט אלע איבלען וואס זענען אויף אים אריבער און זיכער געמאכט אז עס קריצט זיך איין טיף טיף אין מיין יונגע הערצעלע.

נישט אז רבי לעמל איז די איינציגע מלחמה איבערלעבר וואס איך האב געקענט, אין די סביבה ווי איך בין געוואקסן האט יעדע ווייסע בארד אויך געהאט נומערן אויף די האנט, אבער די רוב פון זיי האבן מיטגעברענגט פון אוישוויץ א שרעקעוודיגע שווייגעניש, א שווייגעניש וואס איז שווער צו טרעפן היינט, איך געדענק ווען איך בין אריין ביי מיין זיידן און באבע אינדערהיים און מען האט געשוויגען, געשוויגען, און די שווייגן האט געהאט א כח, עס האט געשפיגן אזויפיל ווייטאג, איך האב נישט געוויסט פון ווי זיי נעמען די כח אזויפיל צו שווייגן.

אין בית המדרש זענען זיי אייביג געזיצן אויף זייערע פלעצער ווי מען האט זיי געקנס'ט, ווי גלייך דער וועכטער שטייט מיט א רעוואלווער און גיט אכטונג, געקומען אויף צייט, אוועקגעגאנגען די לעצטע, אלעמאל אין די אונטערשטע רייען, מיט זייערע לייען ברילן און די קישעלעך אונטערצולייגן אויף די זיץ פלעצער, די אויגן אריינגעגראבן אין די סידור און די ליפן האבן געשעפשעט אן אויפהער.

ווען זיי האבן געעפנט דאס מויל האבן מיר געוויסט אז זיי טאר מען נישט פרעגן אדער זאגן נאר אויסהערן מיט סימפאטיע און צושאקלען מיט'ן קאפ, זייערע מעשיות זענען שטענדיג געווען בערך די זעלבע איבער די אלטע היים און די קריג, איבער זייערע ליידן און פארלוסטע, איבער די בא'חנ'טע קינדער וואס זיי האבן דארט איבערגעלאזט און איבער די הונגער וואס זיי זענען דורכגעגאנגען אונטער דעם דייטש, און אלעמאל זיכער געמאכט אז ווען מיר עסן א שטיקל קאקאש קעיק זאלן מיר וויסן אז אין אוישוויץ האט מען נישט געחלומ'ט אויף אזאנס.

אבער ר' לעמיל איז איינער וואס איז געווען בולט מיט זיין אייגנארטיגקייט, אנדערש ווי אלע אנדערע איבערלעבער, ער האט אויך אסאך געשוויגען און באהאלטן זיינע סודות אונטער א פארזיגלטע פנים מיט א ביטערע שמייכל דערויף, ער האט אבער געקוקט מיט הנאה אויף אונזערע שפיל, ער האט אלעמאל צוגעשמייכלט, אפילו ווען מיר האבן זיך גע'חוצפה'ט האט ער אנגענומען מיט א גוטמוטיגע שמייכל, זיין שמייכל האט אונז אלעמאל געמוטיגט נישט זיך צו שרעקן פון די "זיידעס".

ער איז געזעצן אויף די לעצטע באנק פון ביהמ"ד, ער האט אייגנטליך נישט פארנומען קיין פלאץ בכלל, ער האט זיך ארומגעדרייט ווי א שאטן, מען האט געוויסט אז אים דארף מען נישט גרוסן ווייל ער ערווארט עס נישט, טאמער האט מען אים באגריסט און נאך דערצו טאמער האט מען געזאגט מיט זיין נאמען גוט מארגן רבי לעמל האט ער זיך פאררויטלט ווי א בר מצוה יונגל.

אין די ברענעדיגע ויכוחים וואס האבן געהאלטן פארנומען די אלטיטשקעס צו מען זאל עפענען די פענסטער אדער פארמאכן, האט ער נישט געהאט קיין מיינונג, און ארויסגעוויזן גאנץ ווייניג אינטערעס, ער האט ליב געהאט זיך צו באהאלטן אין זיין ווינקל און אריינקוקן אין זיין משניות וואס האט אויסגעזעהן מער ווי ער זוכט פשוט א פלאץ ווי צו פארשטעקן זיינע אויגן ווייל ער האט גאנץ ווייניג פארשטאנען וואס שטייט דארט.

בכלל האבן די אידן עפעס געטראגן מיט זיך א וועלט וואס מיר האבן נישט פונקטליך פארשטאנען, זיי האבן גערעדט פון די אלטע היים פון מונקא טאבאר, און אומפארשטענדליכע זאכן, מיר האבן געוויסט אז דאס זענען די אידן וואס קומען פון "דארט" וואס אויף זיי פרעגט מען נישט קיין קשיות זיי מעגן זיך בייזערן און שרייען, און מען דארף זיי פארגעבן.

אנדערש איז אבער געווען רבי לעמיל. ער איז געווען שטיל, איידל, ווייניג גערעדט און אסאך געשמייכלט, אבער נישט אזעלכע גוטמוטיגע שמייכלען נאר אזא שעמעוודיגע שמייכל וואס האט באהאלטן אונטער זיך אסאך ווייטאג, א שמייכל וואס האט ווי געזאגט זייט מיר מוחל אז איך עקזיסטיר, ער האט זיך ווי אנטשולדיגט אויף זיין עקזיסטענץ.

מיט מיינע יונגע חושים האב איך דערשפירט אז רבי לעמיל באהאלט אין זיך א סוד, אפילו אין די צייטן וואס אנדערע האבן גערעדט פון דער אלטער היים מיט נאסטאלגיע, אדער אויסגעמאהלן מיט פארבן די צרות וואס זיי זענען אריבער אין די דייטשע גיהנום, האט רבי לעמיל עפעס איינגענומען א שווייגעניש, ווי צו זאגן: "לא לך, חשב עניך כעניי. התמשילי חלייך לשברי ולחליי"?!

געזיצן איז ער נעבן די קענדי מענטש פון אונזער בית המדרש. ער האט געקוקט ווי די אנדערע קינדער נעמען די קענדיס און האט ווי שטענדיג געהאט זיין ווייטאגליכע שמייכל, די קענדי מענטש פלעגט זאגן פאר רבי לעמל 20 קינדער האבן גענומען היינט ביי מיר, און רבי לעמיל פלעגט ענטפערן: א נקמה, איך האב נישט פארשטאנען א נקמה אין וועם, איך האב געקלערט אפשר אין די קענדי מענטש פון די דערנעבנדיגע בית מדרש, אבער ס'וועט קומען א טאג וואס רבי לעמיל וועט מיך ערקלערן.

איך האב געוויסט אז די קשר מיט רבי לעמיל ענדיגט זיך מיט א ברייטע גוט מארגן און א שמייכל, קיין לענגערע שמועסן האט מען מיט אים נישט געקענט האבן, ווי גליקליך בין איך געווען ווען רבי לעמיל האט מיר מיט א פאררויטלט פנים געלאדענט איך זאל ארויפקומען צו אים אהיים. קיין גליקליכער ווי מיר איז נישט געווען, דער ליבליכער רבי לעמל האט מיך געלאדנט איך זאל קומען צו אים אהיים, איך האב געוויסט אז דארט ווארט מיך אפ א הויפן פון גוטע זאכן, רבי לעמל האט אייביג געהאט אין זיין טאש א ענדלאזע אוצר פון זיסווארג, און איך האב פארשטאנען אז דארט ביי אים אינדעהיים איז די מקור השפע.

וואס זאל איך אייך זאגן? רבי לעמל האט נאר געעפנט די טיר איז מיר אקעגנגעקומען א שארפע גערוך, די זעלבע גערוך וואס אלע אלטע אידן האבן מיטגעברענגט פון "דארט". אזא שארפע גערוך געמישט פון מענטשליכע אפפאל מיט אלטע מאכלים, אבער מיט די שמייכל פון רבי לעמל האט דאס געשמעקט ווי גוטע בשמים, אינדעהיים איז געווען איין לאמפ וואס האט געווארפן א העלע ליכטיגקייט וואס האט נאר טונקעלער געמאכט, אין די שטוב וואס האט געדארפט דינען אלס דיינינג רום איז געווען א גרויסע שפיטאל בעט ווי עס איז געליגן די ווייב פון רבי לעמיל, מיט פארמאכטע אויגן און א בלאסע פנים און יעדע צוויי מינוט איז ער געגאנגען קוקן וואס זי מאכט און איר א גלעט געטאן אין די האנט.

רבי לעמל האט מיר נישט געגעבן קיין גוטע זאכן, זיין שמייכל איז פלוצלינג אראפ, און ער האט מיך געפרעגט מיט א טרויעריג פנים אויב ער מעג מיך פארציילן א מעשה. איך האב מיך דערשראקן, אבער איך בין געווען זיכער אז עס וועט זיין א אינטרעסאנטע מעשה, אפשר אפילו א שרעקעדיגע מיט ים רויבער אדער מענטשן פרעסער'ס. און רבי לעמל האט מיך פארבעטן צו זיצן און פארציילט, און פארציילט, מיט טרערן, מיט קרעכצן, ביז עס איז געווארן מנחה.
איך געדענק נישט פונקטליך וואס רבי לעמל האט פארציילט אבער עס נישט אויסגעקוקט ווי א מעשה נאר ווי א וידוי, ער האט זיך ווי אנטשולדיגט פאר מיר אז ער האט יא געדארפט בלייבן אין בונקער ווען זיין ווייב האט געהייסן, ווער ווייסט אפשר וואלט זיין משה'לע נאך געלעבט ביז היינט, אפשר האט ער יא געדארפט פארלאזן קיין ארץ ישראל צוויי יאר פריער, אלע זיינע געוויסנסביסן האט ער אויסגעגאסן אויף מיין קליין קעפעלע און יונג הערצעלע, און דערביי געזאגט משה'לע איז געווען דיין עלטער, ער האט אויסגעזעהן ווי דיר, און איך האב פארשטאנען אז רבי לעמל וויל איך זאל אים מוחל זיין אין נאמען פון משה'לע,

אצינד האב איך פארשטאנען פארוואס רבי לעמל טוט אזוי וויי ווען איך זאג אפ צו נעמען זיינע גוטע זאכן, ווען איך קום נישט צו אים זאגן א גוט שבת. אין זיינע אויגן בין איך משה'לע, א שאטן פון זיין באליבט קינד, א פארנעפלטע זכרון וואס ער פרובירט צו כאפן, רבי לעמל האט מער נישט געהאט קיין קינדער אבער ער האט אנגעפולט זיינע טאשן מיט גוטע זאכן פאר זיין משה'לע, ווען א יונגל וואס האט געענדלט אין זיין משה'לע איז אריבער האט ער אים געגעבן א גוטע זאך פאר משה'לע.

*

יענעם דינסטאג אינדערפרי ווען איך האב געזעהן די מודעה פון די לוויה פון רבי לעמל, בין איך געגאנגען צו די לוייה און ווען קיינער האט נישט געזעהן בין איך צוגעגאנגען צו די מטה און אריינגרוימט פאר רבי לעמל, איך בין זיכער אז משה'לע איז דיך מוחל, טייערע רבי לעמל נוח בשלום על משכבך, דו ביזט נישט שולדיג אויף די גרויזאמע גורל וואס האט באטראפן כלל ישראל, שפיר דיך נישט שולדיג אז דו ביזט געבליבן לעבן, און ווען אלע האבן געזאגט אז עס איז געבליבן א חלל פון א איד וואס האט נאך געקענט רבי ישעיה'לע קערעסטירער האב איך געטראכט ווער ווער וועט אצינד געבן די ווארימע גלעט פאר די פרוי וואס ליגט ביי רבי לעמל אין דיינינג רום.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

Speechless!!!
דאס איז נישט בלויז אן ארטיקל, נאר א שטיק ארט דורכגעפלאכטן מיט א ריטם פון פאעזיע פון העכסטן קאליבער.
עס האט מיר - ליטערלי - געברענגט צו טרערן. ארץ ארץ אל תכסי דמם.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

פון די שטערקסטע טיפסטע עמאציאנאלסטע ארטיקלען אמאל געשריבן געווארן אין קאווע שטיבל.
מקען טאפן מיט די הענט די עמאציעס, יאוש און האפענונג, טרייסט און טרויער, די אומגעהויערע ליבשאפט שאינו תלויה בדבר צו זיין פרוי, און די זעלבסט האס און פאראיבל.
א wow ארטיקל.
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

די לייקס קומען זיך פאר כוכב, ער בלאזט אריין א פריש ווינטל די אין שטיבל, הייבט די מאראל און געט חיזוק צו שרייבן, איך האב נישט געקלערט צו שרייבן נאר למען הרמת קרן השטיבל און מחזק זיין דעם ענערגישן גבאי נעתרתי לבקשתו.
כוכב'ל כה לחי!
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 868 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

שליחה דורך בר דעת »

עס רינט מיר טרערן!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ספיטשלעסס
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

בר דעת האט געשריבן:עס רינט מיר טרערן!

מיר אויך!

אישקעלע ביטע דרוק אפאר מאל דעם ספעיס קנעפל בין פרק לפרק.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מורא'דיג! רירענד!
וירח ה' את ריח הניחוח
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

זאג נאר ווי האסטו געקויפט דיין הארץ?
אזא ווארעמקייט מוראדיג ביסט אריין אין אלע מיינע ביינער
איך וועל איבערשרייבן פון די פריעדיגע, ספיטשלע"ס! עס קומט מיר טרערן!
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

הערליך רירנד!
יישר כח
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

און די אידן גייען פון אונז ווי באבעלס פון א זייפן בלאז. וואסארא פעקל די שוואכעטשקעס טראגן מיט זיך מיט!
(- - -)
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

פישל ברענגט אויף א ריכטיגע זאך די אידן גייען אוועק, לאמיר אריינכאפן און זיי פארזיסן די עלטער, די אידן טראגן מיט זיך שווערע פעקלעך ביטערניש און שולד געפילן, כאפט א שמועס מיט א מלחמה איבערלעבער, זאגט אים א גוט ווארט...
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

קונסטליכע ארטיקל.. קריכט אריין אין די קליינע סוב-באוואוסטזיניגע פרטים, און מחשבה'ליך וואס ברענגט אריין אן אמת'קייט, א לעבן אין די כאראקטערס. ר' לעמיל'ס "היים גערוך" האט מיר דערמאנט מיינע באזוכן צום זיידן, מיין נאז האט אנגעהויבן קיצלען.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
פוןדעסטוועגןדאך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל

שליחה דורך פוןדעסטוועגןדאך »

נורא נוראות.
די פעטש און יסורים קען מען נאך פארגעסן, אבער געוואלד וואס טוט מען מיט די שולד געפילן.
רצחת וגם ירשת. אוי טאטע.
שפתים ישק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

שליחה דורך שפתים ישק »

שפתים קישאקTM!
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

וואו! כ'האב צוגעמאכט די טיר פון אפיס מ'זאל נישט זען אז איך וויין ביים ארבעט. איש, דיין שילדערונג ברענגט ארויף אלטע זכרונות וואס מיר אלע קאלעקטיוו האבן אין אונזער נשמה, אבער מיר האבן דאס קיינמאל נישט מיטגעלעבט. א שקויעך!

דאס יאר האב איך אפגעמאכט אז אנשטאט הענגען בילדער פון גראבע רבי'ס מיט פידזאמעס אין סוכה, גיי איך הענגען בילדער פון די זיידעס און באבעס, די אידן פון אלטן היים מיט'ן שארפן שמעק, די באבעס וואס פלעגן באקן די האני קוקיס וואס האבן טיילווייז פארדעקט יענע שמעק, די מיטגעליטענע, וואס האבן מיטגענומען סיי זיסע און ביטערע זכרונות אריין אין קבר. די איר עלטערן וואס מיר האבן נישט געהאט די שכל גענוג צו פארברענגען מיט זיי, צו הערן און זאגן א גוט ווארט, בעטן א עצה, אדער זיצן און שווייגן צוזאמען. זיי וועלן באצירן די געפילטע פאמיליעס סוכה דאס יאר. די וואס קענען אנפולן דאס הארץ מיט אן אמת'ע שמחת יו"ט, ווי אויך ברענגען צו טרערען פון נאסטאלגיע.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

געפילטע פיש האט געשריבן:גראבע רבי'ס מיט פידזאמעס


צוויי זאכן ווער איך יעצט געוואויר.
1) ביסט א בעלזער
2) לעצטע יאר האסטו יא געהאנגן. נישט געגלייבט.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אפטעמיסט האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:גראבע רבי'ס מיט פידזאמעס


צוויי זאכן ווער איך יעצט געוואויר.
1) ביסט א בעלזער
2) לעצטע יאר האסטו יא געהאנגן. נישט געגלייבט.

דער בעלזער איז טאקע די איינציגסטע גראבע רבי?

איך בין א שנה ראשונה יונגעמאן, פאריאר האב איך געהאנגען וואס מיין מאמע האט געהייסן.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

איש עברי בא לצחק בנו... ער שפילט זיך מיט אונזערע געפילן... דא מאכט ער אונז וויינען... דארט מאכט ער אונז לאכן..
#חסידים גאט טעלענט
Under influence
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

אריינגעסיינט גלייך מוצאי יו"ט נאר צו לייקן דעם ארטיקל עס האט ליטערעלי צושאקלט יעדע סטרונע פון מיין נשמה.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איך שטים פאר דאס אלץ די שענסטע ארטיקל פון די אראומא.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

איך שטים פאר דעם אלס די בעסטע קאמפלימענט וואס איך האב אמאל באקומען
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך חד גדיא »

א פחד פון אן ארטיקעל. פאר יו"ט בין איך ווייניג געווען דא אין שטיבעל. יו"ט אין ביהמ"ד האט מיר א חבר געוויזן דעם ארטיקעל און ס'האט מיר ממש צושאקעלט. מורא'דיג באשריבן!!
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
פארשפארט