נישט מער געדאכט.... יוש ווען סקומט מיר נאר ארויף אין זכרון כאפט עס מיר א שוידער.
געווען בין איך דאן אן אלטער איד און א נאכנישט געבוירענער, און איך האב געכאפט א שפאציר דארטן.
אין איין פליגל זענען געזיצן דארטן אידן מיט לאנגע ווייסע בערד איבער גרויסע גמרות און זיי האבן זיך געטאנעט אין א סוגיא... אבער מיט אזא מין רואיגקייט, מיט אזא צופרידנקייט מיט אזא הארציגקייט... עפעס נישט צום באגרייפן.
אין די אנדערע פליגל האב איך שוין פונדערוויטנס געשפירט א שרעקליכע היץ גאר א ברענענדיקער און אויך גאר הויכע קלאגערייען און געשרייען.
אנקומענדיג נענטער האבעך די ערשטע זאך געזען דעם פאל, נישט אזאנס ווי די וואס איר גייט שווימען, ניין ניין דארט איז עס געווען אנגעפולט מיט... צואה... אבער סאיז דערגאנגען אזא מין שרעקליכער גערוך דערפון אז מיט א נאז קליפ האט מען עס אויך געפילט.
אינווייניג זענען געווען מענטשן... קוים א צורת אדם... סאיז געווען א טיפע פאל, און גאר גרויסע און שרעקעדיגע הונט זענען ארומגעלאפן און נאכגעלאפן די מענטשן, און די מענטשן האבן פרובירט צו אנטלויפן פאר זייער לעבן... זיי האבן זיך דערטראנקען און ווייטער געלאפן און נאכאמאל אריינגעפאלן און... פארגעסט נישט סאיז נישט קיין וואסער... יוש אידאס געווען א שרעק.
די צוויטע זאל איז געווען א גרויסע אנטארטיקע, פריש קאלטע שיינע שניי און אייז מיט אייז קאלטע וואסער, וואס פליסט אין די זייט.
א גרויסער ברייט ביינערדיגער ברוטאלער מענטש איז געשטאנען דארטן און גענומען מענטשן און אן רחמנות אריינגעשליידערט נאקעטערהייט אין די אייז קאלטע וואסער, און דערנאך אין די שניי און צוריק... די מענטשן האבן אזאנס געשריגן פאר יסורים אז א שטיין וואלט צוגאנגען.
די דריטע זאל איז געווען א ריכטיגער קאשמאר, יוש איך ווייס נישט צי איך וועל עס אפילו קענען שילדערן... איך בליק אריין און די בלוט אין די אדערן האבן זיך אפגעשטעלט... א מענטש הענגט אויף זיין... נאז יא יא און האט שוין אפילו נישט קיין כח צו וויינען, ער בראט זיך פונקט ווי א טשיקן פונקט אזוי... אונטער אים פלאקערט א שרעקעוודיגע הייסע פייער און ער בראט זיך דארטן... נעבן אים האט זיך א צווייטער געבראטן הענגענדיג אויף די קליינע פינגער פון די פיס... א דריטער האט געהאנגען אויף זיינע האר.... יוש... שרעקעדיג ביז גאר.
אין די פערטע זאל זענען געווען אויסגעשורה'ט מענטשן און גראבע שווארצע חברה זענען געשטאנען און מיט א סאדיסטישער שמייכל אנגעהייצט גרויסע דיקע אייזערנעס און ווען סאיז שוין געווען גענוג רויט האבן זיי מיט רציחה אריינגעהאקט דערמיט אין די מענטקן דארטן...
רבותי!! ווילט איר דארון אנקומען??? גיבט אכט וואס איר רעדט, טראכט, טוט, שרייבט וכדו' אויב נישט וועט איר סאאנער אר לעיטער זיך טרעפן דארטן.
בברכת אלעס גוטס.
הצלחה
מיין שפאציר אויף יענע וועלט...
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
רמב"ם פירוש המשניות הקדמה לפרק חלק
ולפי שידעו החכמים ז"ל שזה העניין קשה עד מאוד ואין כל אדם משיג אותו, ואם השיגו אינו מסכים בו בתחילת עניין ואינו סובר שתהיה אמונה ברורה, לפי שהאדם אינו עושה מעשה אלא כדי שתגיע לו ממנו תועלת או שתסור ממנו פסידא, ואם אינו כן יהיה אצלו אותה מעשה הבל וריק.
היאך יאמר לבעל תורה "עשה אלה המעשים ולא תעשה אותם" לא לירא מעונש מן השי"ת, ולא להנחיל שכר טוב.
זה דבר קשה עד מאוד, לפי שאין כל בני אדם משיגים האמת עד שיהיו כמו אברהם אבינו ע"ה.
ולכן התירו להמון, כדי שיתיישבו על אמונתם, לעשות המצות לתקוות שכר, ולהינזר מן העבירות מיראת עונש. ומזרזים אותם על זה ומחזקים כוונתם, עד שישיג המשיג וידע האמת והדרך השלם מה הוא, כמו שעושים בנער בשעת הלמוד כמו שהבאתי המשל.
היאך יאמר לבעל תורה "עשה אלה המעשים ולא תעשה אותם" לא לירא מעונש מן השי"ת, ולא להנחיל שכר טוב.
זה דבר קשה עד מאוד, לפי שאין כל בני אדם משיגים האמת עד שיהיו כמו אברהם אבינו ע"ה.
ולכן התירו להמון, כדי שיתיישבו על אמונתם, לעשות המצות לתקוות שכר, ולהינזר מן העבירות מיראת עונש. ומזרזים אותם על זה ומחזקים כוונתם, עד שישיג המשיג וידע האמת והדרך השלם מה הוא, כמו שעושים בנער בשעת הלמוד כמו שהבאתי המשל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves