אראומע --# פארוואס זענען אינזערע קינדער אזוי לאנג אין חדר

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
אראנדש קאונטי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

אראומע --# פארוואס זענען אינזערע קינדער אזוי לאנג אין חדר

שליחה דורך אראנדש קאונטי »

עס דרוקט מיר שוין א שטיק צייט אז איך זע מען רעדט דא פון די חינוך סיסטעם, וועל איך לייגן אן ארטיקעל וואס רעדט וועגן די נושא
כ'קוק זיך אזוי אום, אין כ'זעה אז די מיידלעך ענדיגען שולע בערך פיר אזייגער, להבדיל די גוים ענדיגען שולע סיי בערך פיר אזייגער, אבער ווען ס'קומט צי די אונדזערע יונגעלעך קומען זיי אהיים זעקסע, אין ווער רעדט נאך די בחורים זיי גייען פארטאגס אין קומען אהיים ביינאכט,

די פראגע וואס ס'האט זיך מיר געשטעלט איז צי עס איז נישט צי פיהל פאר זיי ?

דארפען זיי נישט מער צייט צי ארום בארדערען, צי רילעקסען, בקיצור צי זיין אויף דער פריי,
כ'האב שוין לאנג געטראכט אז ביי אונז האבען די מיידלעך א גרינגערע חינוך גייען אין סקול שפעטער, קומען אהיים פריער, אין אזוי ווייטער,
ווידעראום די יונגלעך דארפען אויפשטיין פרי אין זיין אינטער א שטרענגען רבי'ן א גאנצען טאג (היינט איז דאס שוין אביסעל בעסער), אין נאכדעם פין דרייע ביז זעקסע ווארפען שאלעכץ אויפען טיטשער,
אין נאכדעם אהיים קומען אויסגעמיטשעט גלייך צי נאכטמאל אין ס'בלייבט איבער ווייניג צייט סתם צי זיין זיך אין פארברענגען אין שפילען אין טוהן וואס ס'לאזט זיך,

נאכדעם ווערט מען א בחור.... אין דא הייבט זיך עס ערשט אן, מ'דארף אויפשטיין זעקסע פארטאגס אין יאגען אין מקוה, טאמער קומט מען אביסעלע שפעט קלאפט מען אן אין א נערוועזע משגיח וואס רייסט ארויס קנס געלט וואס דער בחור האט נישט,

אין אזוי איז דער בחור'ל אינטער א רעזשים א גאנצען טאג ביז אין די נאכט אריין, די מגידי שעורים טוישען זיך אבער די בחורים בלייבען די זעלבע, אין צענע ביינאכט קענען זיי אהיים גיין, מיט קוים צייט צי אטעמען ווייל מ'דארף שוין גיין שלאפען ווייל מען דארף שוין באלד אויפשטיין,

שטעלט זיך ווידער די פראגע פינעם תם: מה זה ?
פארוואס אינזערע בחורים זענען אינטער א רעזשים א גאנצען טאג אין די מיידלעך מאכען א לעבען כ'האלט אז ס'איז א ערענסטע קעיס פין דיסקרימינאציע,

כ'דענק ווען כ'בין אריין אין ישיבה קטנה ס'געווען אזאלכע לאנגע טעג כ'האב געהאט אזוי ווייניג צייט פאר מיר אליינס, פלעין צייט צי אטעמען צי לעבען מיין אייגענע לעבען צי טוהן וואס איך האב ליב צי טוהן,

כ'ווייס נישט צי כ'בין גערעכט אבער לויט מיין קוק איז עס נישט בסדר, ס'איז אביסעלע צי סאך, צי לאנגע טעג,
ישיבה וואלט זיך געדאפט אנהייבען זעקסע-זיבענע ביז פירע אין פארטיג, נאכדעם גייט זיך יעדער זיין וועג, איינער וואס האט ליב צי לערנען קען גיין לערנען, איינער וואס האט ליב צי האצקענען קען האצקענען, איינער וואס האט ליב צי קלאצען זאל ער קלאצען, אין אזוי ווייטער יעדער וועט טוהן וואס ער וויל איינער ליינען איינער שפילען א פידעל איינער לויפען אין וואלד וכו' בקיצור צייט צי לעבען,

ווען דען איז די צייט צי לעבען אביסעל אויב נישט אין די יונגע יארען אן קיין דאגת פרנסה אין מיט די יונגע געשמאק, פארוואס נאר די מיידלעך לאזט מען לעבען, וואס וויל מען פין די אינגלעך,

לויט ווי כ'פארשטיי איז די גאנצע איינפירונג א נייע זאך ס'פלעגט נישט אלעמאל זיין אזוי נאכען קריג איז געווארען ארגענאזירטע מוסדות אין אזוי ווי מען האט געדארפט לערנען אויך ענגליש מיט די אינגלעך האט מען זיי געהאלטען לענגער, אין די עלטערען האבען מסכים געווען, פארוואס נישט ? א דאגה אראפ פין קאפ, אבער למעשה קומט עס אויפען חשבון פין די קינדערלאך'ס פרייע צייט, אין ביי די בחורים איז עס לויט מיין מיינונג סתם אוט אףף קאנטראל זיי זענען א גאנצען טאג אינטער א קאנטראל כ'האלט אז עס איז צי סאך
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גאסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: אוועקגענומען אראומע נומער
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

גראדע מיט דעם בין איך צופרידן, מיין יונגל אין די טעג וואס ער האט נישט קיין מתמידים קריכט ער אויף די גראדע ווענט, וואס זאל איך טון? אזוי זיצט ער אין חדר מיט אלע חברים אן מ'האצקעט, קענסט פרעגן פארוואס מ'געבט נישט מער צייט אין חדר צו האצקענען
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

אראנדזש, עס איז אן אנדער ענין קאמפליטלי. איך האב מיך נישט אפגערעדט אויף דער סיסטעם. ביי מיך טויג אלעס ב"ה. איך ווייס אויך אז ישיבת ושיננתם איז נישט רעאליטעט. איך האב עס נאר גענוצט אלץ נקודה. די נקודה איז אז טייל עלטערן, תלמידי חכמים ואנשי מעשה, וואלטן געקענט מחנך זיין די קינדער בעסער ווי די "חינוך" אנשטאלטן.
(- - -)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

מיט דעם פלעגט דער אלטער מ''ר טייטשן על שלא בחרו בתורה תחילה אז די בחורים פלעגן נישט לערנען פלייסיג.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
אראנדש קאונטי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך אראנדש קאונטי »

פישל'ע העררינג האט געשריבן:אראנדזש, עס איז אן אנדער ענין קאמפליטלי. איך האב מיך נישט אפגערעדט אויף דער סיסטעם. ביי מיך טויג אלעס ב"ה. איך ווייס אויך אז ישיבת ושיננתם איז נישט רעאליטעט. איך האב עס נאר גענוצט אלץ נקודה. די נקודה איז אז טייל עלטערן, תלמידי חכמים ואנשי מעשה, וואלטן געקענט מחנך זיין די קינדער בעסער ווי די "חינוך" אנשטאלטן.

אויף דעם האב איך געברענגט נאך א פוינט וואס די חינוך סיסטעם ברענגט מיט, אבער עם כל זה איז דא אסאך בענעפיטען וואס מיר וואלטען נישט געהאט ווען נישט די סיסטעם פון חינוך.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

!I can't agree with you more
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

אראנדזש, דיין דריטע צו די לעצטע פאראגראף, ד"ה כ'ווייס, איז אמת ויציב. געב איהם א מינוט צו זיין זיך אליינס. געב דעם "על פי דרכו" א טשענס.
(- - -)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

איך האב א שטיקל לימוד זכות אויף דער סיסטעם
די מיידלעך גיבט מען רילעקסינ"ג טיים אלץ מיידל ווייל אזוי ווי זי האט חתונה איז זי אויף 5:00 פארטאגס מיט די בעבי וואס וויינט און נאכדעם שטייט זי אויף 6:30 צו כאפן אלע קינדערס באסעס וכו' און נאכדעם ביינאכט אודך דארף זי אויפקלינען סאפע"ר צוזאם נעמען די שטוב וכו' אין איין ווארט she has her hands full.
משא"כ דער בחור נאגלט מען אראפ אביסל אלץ בחור ווייל נאכן חתונה קריכט ער ארויס 9:30 פון אונטער די דאכענע ביז 11:30 איז ער ביזי מיט די טוילעט מקוה קאווע ציגארעטל נאכדעם שטעלט ער זיך דאוונען און א פערטל פאר איינס שפאצירט ער אריין אין כולל און די טאג איז אים נאכאלץ צו לאנג.
איך בעט די אלע וואס ארבעטן ביטער שווער פון 7:00 AM ביל 8:00 PM זאלן מיר נישט באפאלן עס איז נאר א שטיקל לימוד זכות
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

די איינציגע אינטערשייד איז אז די מיידלעך באקומען עבודת הפרך האומווארק און די יונגלעך/בחורים האבן עס נישט
וירח ה' את ריח הניחוח
שפתים ישק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

שליחה דורך שפתים ישק »

שפתים קישאקTM!
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

אפשר איז ער דער אריגינעלער שרייבער?
האט ער א גוטן תירוץ הרי טוב, אז נישט פליעט אראפ מיין לייק.
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

כוכב האט געשריבן:אפשר איז ער דער אריגינעלער שרייבער?

אמת, אבער ער דארף מחליט זיין אויב ער איז אתרוג אדער שטארקמאן...
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
פארשפארט