אראומא #11 גיין צו א דיין ווייזן די אתרוג און לולב- פארוואס?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

אראומא #11 גיין צו א דיין ווייזן די אתרוג און לולב- פארוואס?

שליחה דורך ראש הישיבה »

[justify]עס איינגעפירט דא אין אמעריקא אז מען גייט ווייזן די ד' מינים פאר א דיין אדער א רב אדער א מורה הוראה. עס איז אפילו דא אזעלעכע אתרוג סוחרים וואס דינגען א דיין אויף די פלאץ. פארשטייט זיך אז דאס נאר נאך דעם וואס דער סוחר האט זיכער געמאכט אז ער גייט אים נישט קאליע מאכן די ביזנעס.

די שאלה איז פארוואס? פארוואס גייט יעדער ווייזן די אתרוג און לולב פארן דיין?

וועסטו וועלן זאגן אז מען איז נישט זיכער אז עס איז כשר? עס קען נישט זיין. חדא, אז היינט איז יעדער מקפיד אויף גלאט כשר. קיינער עסט נישט קיין פלייש שהורה בו חכם. מען איז אפילו מקפיד אויף בית יוסף גלאט, וואס דאס איז א חומרא אויף געפיקט ביי די ספרדים. ווי קען זיין אז אן אתרוג שהורה בו חכם, ער איז גאר געווען מסופק צו ס'איז כשר, גייט ער מאכן א ברכה, ווען עס איז א שאלה פון ברכה לבטלה?

ועוד, אויב איז די שאלה אויף כשרות, מיר זעהן כמעט קיינער נישט ווייזן זיין הדסים אדער ערבות פארן דיין? ואם תמצא לומר אז עס איז נישטא אזעלעכע שווערע שאלות ביי הדסים וערבות, ווי ביי אתרוג ולולב, אין הכי נמי אז ביי ערבות איז כמעט נישטא קיין שאלות, חוץ דיע וואס זענען מקפיד אויף א לבלב, אבער ביי הדסים איז דאך יא דא שאלות, ואף על פי כן גייט כמעט קיינער נישט ווייזן זיינער הדסים פאר זיין דיין? אלא מאי מוז מען זאגן אז די סיבה איז נישט ווייל מען איז נישט מסופק. ואם כן פארוואס גייט מען ווייזן די אתרוג ולולב פאר די דיין?

ועוד קשה, מען זעהט אז מענטשן נאך זיי האבן שוין אן אתרוג און אדער א לולב וואס זיי ווילן, בעט מען דעם סוחר נאך איינס, ווייל ער קען נישט גייט מיט איינס, ער וויל אז דער דיין זאל אים קלויבן איינס פון די צווייטע! וואס איז פשט אין דעם?

ולכן נראה לי לאוקמא כמה טעמים פארוואס מען ווייזט די אתרוג ולולב פארן דיין?

ויש לומר אז מען גייט ווייזן משום גמר מקח. היות מענטשן האבן א הארד טיים צו מאכן א דיסיזשען, אפצומאכן וועלעכע צו קויפן, גייט מען צו דער דיין, ווייל מען האלט אז ער איז א מבין, ממילא וועט ער אים העלפן מאכן דעם שווערן דיסיזשען וועלעכע צו נעמען.

ואיכא דאמרי, מען זיכט די אטענשאן וואס דער דיין געבט ווען ער זאגט דיר, פשי אה אזא שיינע אתרוג! וויפיל וויל ער פאר דעם? מען זעהט אז איר האט גוט געדאווענט, וכו' וואס דאס געבט פארן מענטש די גוטע פיללינג, ולכן מוליכים את לולביהם לרבניהם.

ואיכא דאמרי, משום יקרא דרבניא, היות מען שטיפט די דיין אפאר דאללאר פאר יום טוב, געבט מען עס בדרך כבוד אז עס זאל אויסזעהן ווי מען צאהלט פארן דיין וועגן די שווערע פסק וואס ער דארף פסקנען.

ואיכא דאמרי, טאקע ביי די מיעוטא דמיעוטא, ווייל זיי האבן א שאלה בהלכה אויף די אתרוג, וועגן דעם גייען זיי פרעגן.

למאי נפקא מינה?
אז איינער וואס קען אליינס מחליט זיין, און ער דארף נישט קיין אטענשאן, און ער זיכט נישט צו שטיפן זיין דיין (צו ווייל דער שואל האט נישט, אדער ווייל דער דיין האט גענוג, אדער סתם נישט אינטרעסירט), און ער האט נישט קיין שאלה, דעמאלס קען ער אליינס קויפן זיין אתרוג, פונקט אזויווי ער טוהט יעדער זאך אליינס, וכמו שנפסק בהלכה, עד אחד נאמן באיסורין

ולהשומעים יונעם ותבא עליהם ברכה.[/justify]
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

איך פארשטיי נישט וואס באדערט דיר. אמת, ס'זענען דא וואס מיינען אז גיין צום דיין איז א חלק פון די מצוה, אבער אסאך גייען ווייל זיי ווילן זיין זיכער אז ס'איז טאקע א הדר. נאכ'ן צאלן צוויי-דריי הונדרעט טוללער, וויל מען נישט געוואר ווערן אינמיטן יו"ט אז ס'איז כשר נאר לויט געוויסע שיטות.

איך געדענק מיט יארן צוריק האב איך געטראפן א הערליכע לולב און נאכ'ן ווייזן פאר א פאר חברים וואס האבן עס באווינדערט, בין איך אריבער צום דיין וואס האט מיך געוויזן אז אנשטאטס זיין אינגאנצן פארמאכט (ווי איך האב געמיינט) איז עס געווען אינגאנצן אפען ביז אינטן.

הדסים קויפט מען געפאקט מיט א הכשר דארף מען עס נישט טראגן צום דיין, ומהאי טמא איז אין א"י נישט אזוי איינגעפירט צו גיין צום דיין, ווייל דארט קויפט מען געפאקטע ד' מינים מיט א הכשר.
פארדריי די דיר דיין קאפ
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

געוואלדיג האסט מיר געמאכט גוט פילן א טאג פאר ערב יו"ט איך בין קיינמאל נישט געגאנגען מיט מיין ד' מינים צום דיין איך האב פלעין נישט קיין געדולד פאר דער גאנצע זאך איך פארשטיי טאקע נישט וואס איז עס אנדערש פון יעדער אנדערע זאך וואס איך טוה אליין.
אבער in back of my mind האב איך מיר געפילט ווי א שטיקל גוי (די גוים נעמען נישט זייער ד' מינים צום דיין) יעדע גייט און איך פארלאז מיר אויף מיין אויג (וואס פערצופע"ל האב איך גאנץ א גוטע)
און דא פלוצלינג זעה איך אז די ראש ישיבה איז גאר מיט מיר
טענ"ק י"ו
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מיין חשבון איז אזוי, דער דיין שטייט א גאנץ יאר און סערווירט מיר אומזיסט, קוקט שמאטעס און ענטפערט אלע סארטן שאלות, הל' שבת, בשר בחלב, ער באקומט נישט קיין פרוטה פון מיר, אזויפיל קומט אים נאך א צוואנציגער ערב סוכות פארן אתרוג און ערב פסח פארן בדיקת חמץ.

כ'העט אים ווען געגעבן דאפעלט און טריפלט און געשטיצט בריוח, נאר מה אעשה אז צוליב זיינע פסקים האב איך צופיל קינדער צו שפייזן so too bad....
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

שמעקי, כ'על ארלעדיגן ביים דיין ער זאל פסל'ן דיינע שמאטעס, וועסטי נישט האבן אזויפיל קינדער
פארדריי די דיר דיין קאפ
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

קען זיין אז מען האט איינגעטיילט די בני אר"י מיט די בני חו"ל מיט די דיינים.

אין א"י גייט מען פרעגען אלע שמאטעס צום דיין, אפילו ווייסע שמאטעס, און חו"ל האט מען מקבל געוועהן, אז מען גייט יוצא זיין מיט פרעגען איינמאל א יאר אפילו מען דארף נישט, אזוי דארף מען נישט גיין פרעגען אלע שמאטעס.

אין אמת'ן איז דאס די התחלה פין דער שפיץ חילוק פין די חרדים אין א" און חו"ל.

בשעת וואס אין א"י מוז יעדעס חרדי האבען א רב וועמען ער פרעגט זיינע שמאטעס יעדעס חודש, און דערפאר באקומט ער א ביטול צו יענעם רב און ער פאלגט אלע פסקים און שטותים, קען א חרדי אין חו"ל גיין צו א רב פרעגען א שמאטע איינמאל אין צען יאר, ממילא ווען דער רב זאגט אז מען "טאר" נישט האבען אינטערנעט לאכט ער זיך אויס.

אופס, ס'קען זיין אז די יושבי חושך וועלען דאס ליינען און וועלען דערפאר וועלען איינפירען די שאלות פרעגעןנדא אויך, באט הא פריקין קירס.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

להוי יודע אז איך האב נאך און מיין לעיבן נישט געגאנגען צו קיין דיין דורך רעדן עניני אתרוג, הגם איך שטיפ יא אריין פאר עטליכע דיינים ורבנים און פאר סתם ארימע לייט עם הארצים צורכי יום טוב, זעי איך נישט די סמיכת מה ענין דיין אתרוג אצל חציצה, ער נעמט גערן אפילו איך האב נישט א אתרוג בצד שני, עס קוקט מיר אויס עפעת ווי אתנן.. ומכיר..
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
שפתים ישק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

שליחה דורך שפתים ישק »

שפתים קישאקTM!
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

היינו טעמא דשמאטעס והיינו טעמא דלולב, אלעס איז איין גרויסע אמצעי צו מכניע זיין דעם יונגערמאן צו דעם ריפסענע בעקעטשע.
מען דארף האבן יארן הארעוואניע און גרויס עקספעטיז צו קענען מחלק זיין בין ברוין לרויט. קאם אן קאט די לאטקעס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בענדזשאמין פרענקלין, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

וואס איז דער פריקין attack דא אין שטיבל???
יעדע צווייטע תגובה באשטייט פון עפעס פריקין אדער עטליכע מאל פריקין
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

לית דין בר נש האט געשריבן:וואס איז דער פריקין attack דא אין שטיבל???
יעדע צווייטע תגובה באשטייט פון עפעס פריקין אדער עטליכע מאל פריקין

עס איז א לחש וואס לעשט עין הרע
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

ראש הישיבה האט געשריבן:[justify]עס איינגעפירט דא אין אמעריקא אז מען גייט ווייזן די ד' מינים פאר א דיין אדער א רב אדער א מורה הוראה. עס איז אפילו דא אזעלעכע אתרוג סוחרים וואס דינגען א דיין אויף די פלאץ. פארשטייט זיך אז דאס נאר נאך דעם וואס דער סוחר האט זיכער געמאכט אז ער גייט אים נישט קאליע מאכן די ביזנעס.[/justify]


ראש ישיבה דו קומסט מיט אן הנחה, און איך ווואונדער זיך פון ווי נעמסטו דאס? ווער טראגט די לולב צום דיין? איך האב דאס קיימנאל נישט געטון און איך דארף נישט קיין תירוץ פארוואס איך דארף דאס נישט טון. איך נעם נישט מיין כפרה טשיקען צום דיין (אויב איך נעם בכלל...) צו זען אויב עס איז כשר און עס איז טאקע א זכר. איך נעם נישט מיין טשיז קעיק ערב שבויות אז ר זאל עס בודק זיין. און איך נעם אויך נישט מיין פרוכט ערב ט"ו בשבט צו הערן זיין חוות דעת...
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אזא איינפאל? טאמער וויל מען שטופן דעם דיין נעמט מען צו אן אתרוג צו עם, כ'הער. איך מיין איך גיי נעמען אן אתרוג צו מיין שכנה, מיין דיין איז נישט אזוי גוד לוקינג.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

דו געהערסט צו א רעפארם קאנגריגעשאן?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

כ׳זעה דער עולם פארשטייט נישט קיין רמזים, כ׳על ערקלערן דעם ווייטאג:
האט מען א שאלה גייט מען צום דיין, ערב פסח פארקויפט מען דעם חמץ ביים דיין, ערב סוכות - ווידער דעם דיין.
ווען קומט מען צום ראש ישיבה???
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

דריידל האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס באדערט דיר. אמת, ס'זענען דא וואס מיינען אז גיין צום דיין איז א חלק פון די מצוה, אבער אסאך גייען ווייל זיי ווילן זיין זיכער אז ס'איז טאקע א הדר. נאכ'ן צאלן צוויי-דריי הונדרעט טוללער, וויל מען נישט געוואר ווערן אינמיטן יו"ט אז ס'איז כשר נאר לויט געוויסע שיטות.

גוט ארויסגעברענגט די פרצוף פון אן עם הארץ וואס זוכט הידורים! קענסטו אלע שיטות? דארפסטו נישט קיין דיין. קענסטו נישט? נעם any כשרע לולב.
Under influence
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

הערליכער ארטיקל, למעשה, דער דיין האט מיר היינט פראסט און פשוט גע'פסל'ט מיין אתרוג זאגנדיג אז עס איז גוט פאר קאמפאט.
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

כוכב האט געשריבן:הערליכער ארטיקל, למעשה, דער דיין האט מיר היינט פראסט און פשוט גע'פסל'ט מיין אתרוג זאגנדיג אז עס איז גוט פאר קאמפאט.

וואס איז געווען די פראבלעם. (וויפיל האסטו אריינגעשטיפט?).
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

חסר.
קיין פעני, בההוא הנאה אז איך פרעג אים א שאלה, האב איך גורם געווען א שמחת יו'ט פאר א אידן.
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

נו. שוין! זעהסטו דאך.
נעקסט טיים, זאלסטו פארשטיין אז די חסר מיינט מען א חיסרון כיס.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

איך וועל ציטירן וואס [tag]לעיקוואד[/tag] האט פאריאר געשריבן אין אן אנדערע אשכול .

לעיקוואד האט געשריבן:כ'האב שוין דאכציך אמאל צוגעברענגט דער רמב''ם אין מורה וואס גיט א טעם פאר מצוות אתרוג לשמוח עם הפירות בזמן האסיף, און פארוואס פונקט די מינים, ווייל זיי זענען מצוי נישט צו טייער און גרינג צו טרעפן, און איינע פון די יסודות פון די תורה לאפוקי עבודה זרה איז אז גאט פארלאנגט נישט קיינע שווערע עבודות ווי שעכטן די קינדער וכדו ' ווי די עובדי ע''ז פלעגן, נאר א קלייניקייט בקלות והעיקר כוונת הלב.


די היינטיגע סטאנדארט וואס די עולם רעדט זיך איין אז עס איז שווער צו טרעפן אן אתרוג, און עס איז גאר א הידור צו נישטערן, זוכן לויפן פון איין סוחר צום אנדערע, לויפן צו רבנים און דערנאך צאלן הון תועפות, איז היפך פון די כוונה הרצויה, וכמבואר ברמב"ם הנ"ל.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

זאג פאר דער דיין אז חסר מיינט נישט א מיקראסקאפישע חסר ווי ער מיינט. הגם עס שטייט משהו מיינט עס אבער נארמאל וואס מען קען זעהן נישט אז עס האט זיך אפגעשיילט עפעס א טראפ הויט פון די אתרוג.

צווייטענס, נקטינן חסר איז כשר פאר אלע טעג חוץ די ערשטע.
I have a dream
Martin Luther King ~
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

יתירה מזה, חסר מיינט פונעם בשר הפרי און נישט פון די לחלוחית, והא ראיה ניקב איז כשר אויב ס'איז נישט מפולש וה"ה נקלף אם נשאר משהו כשר
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
פארשפארט