אראומא #13 טיטשע
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
אראומא #13 טיטשע
טיטשע
איך וויל וויסן וואס מען קען ערווארטן פון אינזער חינוך הטהור, אה שוין ווייטער האסטו טענות, אלע מאל ביזטו בייז, איך וויל אבער דאך פארשטיין, מיר האבן א סקול סיסטעים, מיר האבן א חינוך וואס דער רבי האט מייסד געוועין, אבער וואס איז צי ערווארטן פינעם דרייצענטען קלאס שטינקער מיידל וואס ווערט אויפגענימען אז זי זאל זיין די לערערן פינעם קלאס פארן קומענדיגען יאר, דעיס שפילט זיך אפ יאר איין און יאר אויס, די אלע מוסדות באדן זיך און געלט, זיי באקומען פראגראמען, זיי זענען אנגעשטאפט מיט געלט ווי שטאפ גענז פון מיין שטעיטעלע בעלז, זיי האבן נישט וואס מער צוטיען, אבער עפעס אריין לייגן אינעם חינוך דאס שוין נישט, פארוואס קענען זיי נישט נעמען לעררערן'ס וואס ווייסן וואס זיין א לעררערן מיינט, וואס איז די קאריקעלעם וואס זיי ברויכן קענען צו ווערן א טיטשער.
יא איך הער עס איז דא א עפענינג פאר א פיפטע קלאס טיטשער, איך שיק מיין טאכטער, זי ווייסט נישט בחייה ובימיה. וואס עס פארדערט פון איר, איין זאך אז זי ברויך זיך חנדלען צו איין צוויי שפיצעל לעידי'ס, זי ברויך קומען בייצייטען'ס, אבער מער פון דעים נישט, ווי לאנג זי ברעינגט נישט ארויס די קלאס פון די כלים איז אלעס אקעי, ווי אזוי זאל זי וויסן, האט איר דען אימעצער אויסגעלערנט ווי אזוי צי זיין א טיטשער, האט זי עפעס טרענירינג ווי אזוי די פראפעסיע ארבייט, איין זאך ברויך זי טיען זי מיז זיין א געניג גרויסע בהמה צי טיטשען פאר א שיבוש, מער פון דעים איז נישט פארלאנגט, כבוד איז דען גארנישט, קיינעם וועט נישט אנגיין אז זי פארציילט מעשהלעך מבוקר עד ערב, דער עיקר איז מען זאל ציזאם האלטן די קלאס, קיינער זאל זיך נישט אוועק רירן קיין סוס כלשהיא.
וואס איז דער פשט אז מיר לאזן צי אינזערע שעיפעלעך זיצן אין קלאס יאר איין יאר אויס, מיט טיטשערס וואס האבן נישט קיין שום טרענירינג, ואין פוצה פה, א קינד קען דורך גיין אלע שולע יארן אן האבן די מינעמאלע ערנערינג וואס יעדע קינד אינדע וועלט באקומט, צי באקימען מיר עלטערן די שכר לימוד אימזיסט, זיי די טיטשערס זענען קרוב צי חינם, אדער איז עס עפעס א לעידי וואס איז טאקע בחינם, נאר ווייל איר מאן איז א ביליאנער דעריבער זענען אירע תלמידות שילדיג צי זיצען א יאר מיט באבי, פארוואס איז דאס יושר און וועלכע פאבליק סקול וועסטו געפינען א טיטשער פון זיבעצן יאר וואס איז א טיטשער פאר פינף און צוואנציג קינדער אן זיין א פראפעסיאנאל טיטשער, ווי איז דאס דערהערט געווארן, באקימען זיי דער נישט געניג געלט צי קענען עפארדן א נארמאלע טיטשער, פארוואס ביי מלמדים נעמט מען יא גאנץ פיינע מלמדים מען נעמט נישט א פריצלעך אפילו, נאר איינער וואס איז שוין פיר דורות א מלמד, נאר איינער וואס טויג טאקע נישט צי גארנישט, נאר צי זיין א מלמד, וואס איז א פריצל קען נישט קמץ אלע פא, נאר א פריצלקע קען?, אבער פארט איז א מלמד א גאנץ נארמעלע פאזיציע, אבער ביי מיידל שולע, איז עס א פשוטע חוזק שפיל, מען נעמט א לאצמעך און מען גיבט איר די פאראנפארטלעכקייט וואס געהער צי א פראפעסיאנאל, און מען לאזט די יארן אזוי לויפן אן קיין שום טויש אינעם סיסטעים.
וואלסטו מיר וועין געוואלט איינרעדן אז נאך פערציג יאר האבן א סקול, איז עס שוין אזוי גיט אויסגעארבייט אז מען ברויך שוין נישט די אלע געלערנטע טיטשער'ס, ווייל זיי באקימען טעיגליך וואס זיי ברויכן היינט אויפטיען, אזוי וואלט איך אויך געקלערט, פארוואס דען נישט ראביי פרעינקל האט דאך שוין געניג און נאך עקספיריענס אז ער זאל האבן געניג שטאף פאר די כמעט צוויי הינדערט פיפציג טעיג סקול א יאר, גענוי א פראגראם פארן יאר, יעדע טאג א געוויסע מאדעל א געוויסע קאריקעלעם, און אזוי זאל מען זעין יעדע טיטשער גענוי צי זי האט געטיען איר קוואטע פארן טאג, די פראגראם זאל ווערן איבער געארבייט פון יאר צי יאר, א פייג און קאפ, נישטא אזאנץ, זיין דזשאב איז נאר צי שרייען אויפ די דערשראקענע מיידלעך אויב פארשפעיטיגן זיי מיט עטליכע מיניט, זאל מען זיי אראפ רעכענען פינעם מאגערן געהאלט, אויב מען קען דאס ריפן געהאלט, פינעם הינדערטער א וואך מאכט ער זיכער עס זאל אראפ גיין א פינעווער, דעים אלטען אכציג יעריגען מנהל איז אבער נאך נישט איינגעפאלן טאמער זעיט ער א מיידל וואס טויג יא, אז מען זאל זיכער מאכן אז זי איז באקוועים, אדער זי זאל כאטש באקימען א קאמפלאמענט איינמאל א יאר, דאס איז דאך שלא על פי תורה, מען קען דאס חלילה נישט טיען ווייל דאן וועט זי נאך חלילה בעיטן א געהאלט העכערינג, נאר ציקלאפן דאס איז דאך א מצוה, דעיס איז דאך געוועין דעים רבין'ס דרך.
וויי איז אינזערע קינדער וואס ווערן אויפגעהאדעוועט ביי די נערישע מיידלעך וואס ווייסן נאך אליינס נישט מה חובתם בעולמם, פון ווי זאלן זיי דען וויסן, זיי האבן דאך גראדיאירט פינף טאג ציריק פינעם זעלבן דרך, זיי זענען די וואס ברעינגען אריין אהבת חיים, אהבת התורה, חדות חיים, וויי איז אינז אז די מוסדות באדן זיך און געלט, האבן געלט צי שווענדען אויפ וועים מיר זאלן וואהטן, פאר יעדן פאליטישן, כדי זיי זאלן זיך מער באדן און מער בליטיגע געלט, ווען עס פאלט זיי ניטאמאל איין אז זיי זאלן אפשיילן עפעס פינעם געלט און אריין לייגען בעסערע עדיוקעישן אינעם סיסטעים, אולי וועט עפעס זיין בעסער אינעם דור, חלילה להם מעשות דבר כזה, עס וועט דאך דאן אויפקלערן אינזערע קינדער, זיי וועלן דאך דאן נישט אויסוואקסן אזעלכע זאמביות ווי זיי זענען ערווארטעט.
פארוואס איז דאס אזוי, אז מען קען מיט אינזערע קינדער טיען גענוי וואס מען וויל, און קיינער קען נישט אריין רעדן, ווי אזוי קען טאקע זיין אז למעשה ארבייט עס, יאר איין יאר אויס שפייט די סיסטעים אויס חמרים מיט מיידלעך, וואס זענען למעשה גיטע סחורה, עס מיז זיין עפעס א סיעתא דשמיה, רעלעטיוו צים הימל שרייעדיגע עוולה איז עס גאנץ פיין, אבער למעשה איז עס א עוולה, ווי אזוי זאגט יענער ווער ווייסט אויב עס וואלטן געוועין נארמאלע טיטשערס וואלטן געוויס אויסן סאך בעסערע פירות פינעם פאפ קארן מעיקר, למעשה בין איך זייער פראוד פון מיינע קינדער, אבער איך בין נישט ציפרידן, עס איז נישט יושר.
אבער די תירוץ קען זיין אויף עטליכע וועיגן, איינס אז די סיבה פארוואס מיינע קינדער זענען גיט אז נישט ווייל די שולע איז מצליח, נאר די דירעקטע ריזאלטאטן פון מיין היים חינוך, קען טאקע זיין אז פון מיר אינדערהיים וואלטן זיי נישט געוויסט ביז צוויי סקונדעס נאכן טעסט וועלכע יאר די צווייטע בית המקדש איז חרוב געווארן, אדער ווער עס איז געוועין ר' מענדעלע מערימענאווער'ס רבי, זיי וואלטן טאקע דאס נישט געוויסט, אבער עס איז נישט ריכטיג צי זאגן אז די סיבה פון סקול איז דאס, והא ראיה וועלכע ווייבל וואס האט צוויי קינדער געדעינקט דאס, און די אלע צניעות פרעידיגעריי וואס מען דרשנט און סקול וועיגן מעיקאפ פייפן זיך מילא אלע אן, יעדער טיט וואס מען זעיט ביי די מאמע נישט קיין חילוק וויפיל תקנות, הסברות קונטרסים די סקול מאכט.
לאמיר עס נעמען פון א צווייטע ריכטינג, לאמיר זאגן אז מיין טאכטער וואלט איין טאג אפגעמאכט אז געניג איז געניג, זי גייט מער נישט אין סקול, לאמיר זאגן דאס פאסירט ביי די זעקסטע קלאס, ווען מען קען שוין ליינען שעשנו כרצונו אים געפינטעלט, צי וואלט וועין געוועין א חילוק און איר לעיבן צווישן צוואנציג און פיפציג, וואלט זי אנדערש אויסגעזעין ווי די אנדערע מוידן וואס שַאפּן פאר המן טאשן און מצה טאשן, ביים נאך לויפן סעילס און ביים גיין צו וויכטיגע צדקה פארטי'ס, ווי וואלט געכאפט די חילוק, אזוי לאנג ווי זי גייט מיט די קליידינג צניעות'דיג, ווער וואלט בכלל געוויסט אז זי איז דורך געשלאפן אכט יאר סקול, קען דען נישט זיין אז די מיידל וואס האט באקומען זערא אויף אלע טעסטעס זינט ערשטע קלאס זיין א מורה'דיגע מאמע, האבן בעיבי'ס יעדע שני וחמישי, אלא מאי ווי קימט די סקול אריין, וואס לייגן זיי צו צים געשעפט, עבסעלוטלי גארנישט, אה זיי לערנען דעוויזשען, ווי אזוי וועלן זיי וויסן ווי אזוי צו ציטיילן די קאר סערוועס צו וואדבערי קאממען צווישן די פיר לעידיס, זאלן זיי פרעיגן די מאן דרייווער, אדער ניצן א קאלקעלעיטאר, ווי אזוי וועלן זיי וויסען ווען מען ברויך מאכן א דאבל רעסעפי, אז צוויי אייער מיט צוויי אייער איז פיר אייער, דאס איז שוין טאקע נאר סקול, ניין אויך נישט מען קען ניצן די פינגער'ס, יעדע פינגער איז געגליכן צי איין איי, און אפציילן אלע פינגער'ס און אזוי וויסן וויפיל אייער מען ברויך.

Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ר' פליקער: איך ווייס נישט אין וועלכן בית רחל סקול דיינע טעכטער זענען געגאנגען. אדער גייען. אבער מיינע צוויי טעכטער שתחי' זענען געגאנגען אין בית רחל סקול פון בארא פארק און זיי האבן ב"ה באקומען א חינוך סיי אין יודיש און סיי אין ענגליש און אלגעמיינע לימודים, וואס מ'האט זיך נישט צו שעימען פאר קיין שום אנדערע סקול'ס. נאר ר' ה. פרענקל, וועלכער איז געוועין דער פרינסיפאל פון בית רחל סקול אין וויליאמסבורג האט בעצם געטון דעים דזשאב וואס מ'האט פארלאנגט פון עים. אלס פרינסיפאל, האט ער געדרימלט רוב צייט פון טאג. זיין אנדערער, אומאפיציעלער דזשאב איז געוועין צו רעדן צו די רעגירונג'ס מענטשן און די מידיא. בעיקר דער נ.י. טיימס. ווייל בימים ההם איז ער געוועין דער איינציגער וועלכער האט גערעדט א קנאקעדיגן ענגליש. די אלע אנדערע אידעלעך האבן גערעדט א מיקס פון יודיש און אונגאריש. און אויך אריינגעווארפן א פאר ענגלישע ווערטער. חוץ פון דעים האביך געליינט וואס אינזער אלעמענ'ס גוטער פריינט ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו האט געזאגט אז דער רבי זי"ע האט געזאגט אז די מיידלעך פון בית רחל לערנען און לערנען און קענען ב"ה גארנישט...!
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
בערעלע, ב"ה אז דו ביזט ציפרידן, עס פארענטפערט אבער נישט די שאלות.
אגב ווי זענען מיינע סמיילי'ס
אגב ווי זענען מיינע סמיילי'ס
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
פליקער האט געשריבן:בערעלע, ב"ה אז דו ביזט ציפרידן, עס פארענטפערט אבער נישט די שאלות.
אגב ווי זענען מיינע סמיילי'ס
דו ביסט 100% גערעכט. דאס אלעס וואס דו זאגסט איז געוועין אין וויליאמסבורג. אבער די בית רחל אין בארא פארק איז געוועין אינגאנצן אנדערש.
די סמייליס זענען געגאנגען א ביסל אויף וואקאציע. זיי האבן זיך צו שטארק אנגעשטרענגט די לעצטע פאר וואכן.
ערנסט גערעדט.: איך האב באקומען א הודעה אז ס'דא מענטשן וועימען מיינע סמייליס מאכן נערוועיז. האביך געסטאפט. אדער גע-סלאו'ד דאון. איך וויל קיינעם נישט מצער זיין...!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
דאס באדערט מיר שוין לאנג, יעדע צווייטע יאר האבן מיינע טעכטער א נייע טיטשער ארויס פון סקול.
די סקולס פאלעסי איז ניטאמאל אז די פרישע טיטשערס זאל די ערשטע יאר זיין אן אסיסטענט אונטער א פראפעשינאל.
כמיין אז האבן קונדער גלייך נאך די חתונה איז די גורם פאר די פראבלעם. ביי די טיים א טיטשער האט די זאך אין די האנט האט זי א קונד צוויי און סטאפט טיטשען.

- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל
למעשה האב איך פיל מער טענות אויף די חדר סיסטעס -על אף וואס זיי קלייבן זיך פראפעסינאלע מלמדים-, ווי די בית רחל -וואס נעמען יונגע אומפראפעסיאנאלע טיטשערס- ווייל ווי נישט גיבן זיי פארט ארויס פיינע סוקסעפולע סעקרעטעריס וואס ארבעטן אווער-טיים כדי דער מאן זאל קענען קראצען די פיס אין מקוה.
פארוואס מען קען נישט לערנען מיט אינגלעך א געהעריגע ענגליש פונקט ווי מיט מיידלעך, איז א שאלה וואס נאגט מיר און פלאגט מיר שוין יארן. גיי פארשטיי די פריקין סיסטעם.

חמין במוצאי שבת מלוגמא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
1000 לייקס פאר רב פליקער
לדעתי איז די פראבלעם אויך ביי די מלמדים וואס צוליב די נישטיגע געהאלט (אויב מען קען עס רופן אזוי, ביי מיר איז דאס נענטער צו א כולל תמיכה) איז נישט דא קיין אינטערעס צי ווערן מלמדים, עס בלייבט נאר איבער א אויסוואל פון מענטשן וואס צוליב יחוס אבות קענען זיי נישט ארויסגיין ארבעטן, און אפי' עס וועט שוין געלונגען אז א געלונגענער אינגערמאן זאל ווערן א מלמד איז נישט דא קיין שום מאטיוועשן אז ער זאל זיך איבערארבעטן צו טון א גוטן דזשאב. וועט ער דען באקומען פאר דעם מער געלט? אדער א בעסערע דזשאב? און וואס וועט געשען אויב חוץ נאכבלאבלן וואס זיין רבי האט געטייטשט די חומש וועט ער גארנישט צולייגן
(און פארקערט, ווען עטליכע מלמדים וואס צוליב זייער ערנסטקייט האבן יא געוואלט פארבעסערן זייער חומש פארלערנען און זיי האבן זיך אפגעשפארט פין זייער מאגער געהאלט צו קויפן דעם חומש תורה ברורה וואס איז אויסגעצייכנט פאר מלמדים און טיטשערס (פאר ווער עס האט דעת צו קענען בורר זיין אוכל מתוך שגיונות) האט מען אויפגעהויבן א קול מחאה אדירה).