שלום עליכם טייערע פריינד פה שטיבל, סאיז מיר א פארגעניגן צו זיצן דא שוין פאר א שיין שטיק צייט, דארף מען דאך צוריקגעבן עפעס אויך, אלזא א פאעזיע א קליינע, מיט ווינטשן שיינע, באדערן וועל איך קיינע, אישן שיינע, מיט מוחות ריינע.
אליין
ווי א שטיין
אזוי ריין
איך וויין
קליין
פיין
אבער שיין
אין וואלד
באלד
די נאכט צופאלט
איך בין שוין אלט
לאמיר מאכן א געוואלד
אן רחמנות
אדער סבלנות
סטויג אויף כפרות
לאמיר מאכן הפגנות
מיך פארלאזט
פשוט און פראסט
אזוי צולאזט
מער שוין נישט איך טראסט
פאר נארישקייטן
טוט בייטן
פון אלע זייטן
אויספייטן
מיך נעם צוריק
און מיר דערקוויק
א רוף איך שיק
לאמיך זען דיין בליק
***
די אידן אין גלות
די גוים קיין רחמנות
יושבי קרנות
זיי מאכן ליצנות
נעם אונז צוריק
משיח שוין שיק
איך וויל צו דיר זיך געבן א ביק
און נהנה זיין פון דיין בליק
אליין אין וואלד (פאעזיע)
- פאניע בראטל
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 4
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:40 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל