אראומע #16 סך הכל פון די אראומעס (אפדעיטעד)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

אראומע #16 סך הכל פון די אראומעס (אפדעיטעד)

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

[justify]זיך געבראכען צום דריק פון כוכב. דער כוכב ווייסט גענוי וואו און ווי אזוי צו עפלייען פרעשאור... (כ'האב אליין נישט געוויסט ווי פעש דער כוכב איז) גלייבטס ס'איז נישט בע'טעמ'ט. עניוועי העמער איבער געבן א באריכט פון פרישע פאקטן און טעאריעס וואס מיר זענען אויפגעקומען א דאנק דעם אראומע סומעטאכע.

קודם ווייסן מיר אז פישעלע האט א בחור א בעל גאה א חצוף און אן עז פנים, אזא אני ואפסי עוד סטייל. פאפט אריין ביז צוועלעף און רעדט צום טאטען מיט אן אלכסנדר- ביטול. כהאב שוין געזאגט מיין ווייב אז די שידוך מיט פישעל'ס בחור איז אויס, בטל ומבוטל, געקנסעלט, אראפ פון ליסט. הגם אונזער טאכטער איז זיך אויך ווערט דאס געלט, זי וויל נישט גיין קיין סימס און איר קלייד איז נישט גענוג ברייט מען זאל קענען אריינשטיפן א קישן מיט א דאכענע בצוותא חדא, אבער דאך, אזא פרא אדם קומט איר נישט.

נאכדעם איז געקומען די צווייטע באמבע אז בר דעת קויפט דעם בלאט און ער קען עס כמעט אויסעוויניג. באקומט אן עלערדזשיק ריעקשן פון חטא הידוע, און עקספלאד ווען מען רעדט פון ביינדלך און כפרות.

יואב האט געהאט אן אויסברוך קעגן האניג און בינען, הינדלן מיט באדדעמס און אלעס אינדערמיט. ווי עס קוקט אויס האט ער באקומען א רעיז פון זיין באסס און לאציך וואויל גיין אויף בשר גדיים וטליים. עס טויג אים מער נישט קיין טשיקן, דער פיין שמעקער, און מיר ארעמע מאסען ברויכן זיך דערשטיקן אויף טופי עסן לכבוד דעם.

רויטע וואנצעס ליידט אויף שכחה, ער האט יעדען אריינגעלייגט און די גראמען ממש יעדען, אויסער שטייצעך צוואצניג-דרייסיג ניקים וואס זענען נישט גענוג ווערד אז מען זאל רעדן פון זיי. און יעדער כאפט א שטיל שווייגענישט ביז ווילאנג דער ראש הקהל שטיפט ארויס דאס נאר פון זאק. כה לחי ראשקאל, פארן טוען די דערטי ווערק וואס קיינעם פאסט נישט. מיר זענען די אלע דאנקבאר פון די טיפענישן פון אונזער איגאו סיסטעם.

ווי עס שיינט האט פליקערס ווייב וואס איז שוין א טישטער העכער פינעף יאר נישט באקומען קיין רעיז. ער בייזערט זיך פארוואס מען נעמט נייע יונגע צוצעקלעך אנשטאט העכערן דאס געהאלט פון די אלטע. נו, שוין, וועק אפ די ריעלעטי. בד"וו מר פליקע, טישטע קומט מיט א רי"ש צום סוף.

וועגן איש עברי זעמער געוואויר געווארן אז ער פארשטייט נישט צו קיין נגינה. אין זיין מקוה רעדט מען פון פוטין, און אין זיין ישיבה האט מען געטוען מעשים מגונים רח"ל. אויך זוכט ער דרונגענד א נייע ווארט פארן טערמין "סיסטעם" עס גריצעלט אים שוין די אויערן (לכאורה איז ער קרוב צו די זעכציג) . ווער עס טרעפט עפעס א ווארט זאל טעגן איש עברי'ן 911.
נאך א זאך וואס מיר זענען געוואויר געווארן איבער איש עברי אז ער האט געהאט א שכן ר' לעמיל און די מאמע זיינע האט אים געלאזט דארט פארברענגען איבער צוויי שעה אליין אן קיין משגיח. ווי איז נחום ווען מען דארף אים?

דער שטילער ינגערמאן גייט לכאורה ארום אויפן גאס מיט סטיטשעס אויף די מויל. ווען נישט וואלט זיך דער עולם זיך נישט געלאזט אזוי וויאויל גיין אויף זיין חשבון. כ'מיין טו מיר א טובה, אז מען הערט איינמאל א יאר א מעשה קען מען עס אראפשלינגן אבער אז דער עולם אביוזד אים אזוי וואו ער גייט און וואו ער שטייט, אין גראסערי סטאר, אין הארדווער און אפילו דער איידעלער מוכר ספרים מאכט אויך דאס גענאר פון אים, מוז עפעס זיין ראנג מיט שטילער. בהכרח מוז מען זאגן אז די סטיטשעס אויף די מויל רופט ארויס אזא אביוזער ריעקשען אפילו פון וואוילע מענטשן.
שטילער אין לנו עצה אחרת עפן אויף דיין פרעסער און געב צוריק מנה כפול אפיים און אלעס וועט זיך טשזענדזען לטובה.

אז כ'וועל באקומען צוואנציג לייקס וועל איך גיין ווייטער, אז נישט האט'ס מיר א גוטן קוויטל.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בענדזשאמין פרענקלין, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

גילוי!
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

בענזשי רעדט צו מיר ווי ער פלעגט רעדן צו א קלאניעל עגלענדער, סארא חוצפה! הער מיר אויס בענזשי, די אנדערע ניקים זענען ביי דולה אין די סוכה אויף 52, זאל ער שרייבן וועגן די פארטי דארט. איך הער חזן בלומבערג זינגט דארט אויס די אושפיזין עולאין.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

געטס אים לייקס זיך צו דערשטיקן, כבעט ברחמים, ארויסנעמען די אלטע ניק, די טאפלטע ניק, מאחורי ניק, און צימעס ניק, זאל ער האבן לייקס ממצרים ועד הנה, ער קען נאך פארשווינדן ביז די נעקסטע מוצאי שבת שחל להיות בשבת הס מלהזכיר, און זיצן און ווידער ווארעמען זיינע ביעים איז אויך נישט ממש די בעסטע אפציע.
טוב צפרנן של בענזשאמין ממתניים פונעם גראבן כוכב.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

כוכב האט געשריבן:געטס אים לייקס זיך צו דערשטיקן, כבעט ברחמים, ארויסנעמען די אלטע ניק, די טאפלטע ניק, מאחורי ניק, און צימעס ניק, זאל ער האבן לייקס ממצרים ועד הנה, ער קען נאך פארשווינדן ביז די נעקסטע מוצאי שבת שחל להיות בשבת הס מלהזכיר, און זיצן און ווידער ווארעמען זיינע ביעים איז אויך נישט ממש די בעסטע אפציע.
טוב צפרנן של בענזשאמין ממתניים פונעם גראבן כוכב.

מוצאי שבת שחל להיות בשבת :lol:
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

רבותי האטס רחמנות ריקטס אריין נאך דריי לייק"ס
וו"י וואנ"ט מא"ר!!!
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

א ווארט איז א ווארט. העמער ווארטן אויף כוכב ראבון און לעיקוואד'ס אראומעס און מיר וועלן גומר זיין דעם סך הכל בעזרת צורי וגואלי.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

אדערוויילע ביסטו נאך געבליבן מיט 7 טשעינג. טריי צו דו קענסט עס איינקעשן ביי דיין אתרוג סוחר.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

@ כהאב נאך קיינמאל נישט געלייקט מיט אזא רשעות!
יא כווייס ווי ביזי די ביסט, יויש שוין איך דיר, אבער הנודר על דעת רבים אין לו הפרה, אהער מיט אן ארטיקל.
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

אראומע #16 סך הכל פון די אראומעס (המשך ביז 20)

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

העמער עס מאכן בקיצור יו"ט שטעקט שוין אריין די נאז און מיין סוכה'לע הענגט נאך נישט קיין נוי סוכה פאר א רפואה, און איך דארף נאך גיין קויפן אן אתרוג מיט הוגה.

נאך אפאר באלערנדע פאקטן השערות איבער אונזער ניקים וואס עס שמעקט ארויס פון זייער אראומעס.

העמער ממשיך זיין מיט יאיר'ן, דער יאיר קניינע-הארע איז נעבעך פארשאלטען געווארן מיט א דמיון מפותח. ער וויל נישט זיין קיין שרייבער אינעם פאסוט אדער אפילו אינעם דעילי ניוז, עס שמעקט אים דייקא די ניו יארק טיימס בכבודו ובעצמו. דאס דמיון ארבעט אים אווער טיים, ס'איז אים אפילו קלאר גענוי ווי אזוי זיין דעסק ברויך אויסקוקן און וועלכע זייט די פענסטער זאל זיין און פון די פאנטאזיע פענצטער זעט ער שוין בחוש די סיניערי פון די נוי יארקער וואלקן קראצערס.
מיט אזא דמיון איז נישט קיין ווינדער אז ער פלאגט זיך און פירט מערכות מיט פאראדאקסן פון שמחה און עצבות. ווען דער פאנטאזיע איז דער הימל און דער ריעלטי איז גוט אין דער ערד ברויך מען אויף קומען יעדען שלישי ושישי מיט א פרישן חיזוק-מהלך אין שמחה, וואס האלט אן כמעט א גאנצע מעת לעת ביזן נעקסטע קראך, השם ישמרנו .

וואס יאיר דמיונ'ט מאכט יידל א ריעלעטעיט. ער זיצט דארט מיט האלבע ברילן אויפן שפיץ נאז פארבויגן איבער ביכער פון בערגער און ווייסעך-ווער-נאך און נישט מער נישט ווייניגער ער שרייבט רעצענזיעס. ער האלט א גרויסן העפט און שרייבט נאטיצן כאילו צוויי מיליאן ליינער גייען לייענען וואס ער האט צו זאגן איבער בערגער'ס ביכל. דער אמת איז לעיטס פעיס איט, ער האט א פוינט, וואס איז ער שולדיג אז קאווע שטיבל האט נאר צווי אין דרייסיג באניצער, זיבען רעגעסטרירטע, און און צוויי און צוואנציג געסט? ער טוט דאס זייניגע, דאס איבעריגע זאל זיך קאווע שטיבל קראצן.

דער ראש ישיבה טייערע קוקט אויס ווי ער איז געווען א תמימותדיגע אינגערמאן, פלעגט לויפן מיט זיבעציג לולבים און דרייסיג אתרוגים צו פופצן דיינים יאר יאר איין יאר אויס, ביז יאר תשע"ג איז ער געקומען צום שכל און ער קען זיך פשוט נישט מוחל זיין אויף די פארלאפענע יארן אויף זיין פארברענטע שעות און תמימותדיגע קאנפארמיזם.
לולי דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז ער פרעגט נישט זיין שאלה "פארוואס גייט מען צום רב מיטן לולב" מיט אן התרסה ווייל ער וויל הסכמה צו זיינע רייד אז מען דארף נישט גיין. פונקט פארקערט, ער וויל פשוט הערן א נארמאלען הסבר אויף זיין קעלעבישער צוגאנג און די לעצטע צען יאר. לפי זה נמצינו למידן אז אנשטאט מסכים זיין מיט אים, געט אים אן הסבר ע"פ אילת השחר פארוואס מען מוז גיין דוקא צו אזא דיין וואס די שנאצען פארדעקן אים די גאנצע ליפן און האט א א ווייסע לאמפ קאנעקטעד צו א גרויסע פארגרעסערונג גלאז.

אפטעמיסט איז זיך נישט קיין סאך מגלה אין דעם פאעזיע זיינער, אבער לכאורה קומט ער ערגעץ פון רוסלאנד, אזוי שאץ איך אפ לויט זיין הבהרה, דהיינו, ער שרייבט "ברענג אהער כוכב אויף א טשוואק איך וויל אים געבן א קיש אין באק" כ'קען נישט נאך א לאנד אויסער רוסלאנד וואס די צוויי ווערטער גראמען.

סאו-וואט איז לכאורה א לאנג יעריגער בדחן וואס האט אין זיין באזיס א פייל פון אידישע ווערטעלעך אויף יעדע אקעיזשן. לכאורה -איך זאג נאכאמאל לכאורה- איז ער א "ריטייערט" בדחן וואס האט שוין נישט צו פארלירן פון ארויסגעבן א טעקע פון זיין אנגעקליבענע זשאקס. ווייל ווען נישט האט נישט קיין פשט ארויסצוגעבן אלע זיינע וויצן ברבים וואס כידוע האלטן דאס בדחנים כיס בתוך כיס הסתר בתוך הסתר שלא ישלטו בו עיני זרים. כהאב א פיליניג אז איך האב דא קולע געווען אל האמת, יעצט קען עברי שרייען גילוי! מיט א מייקרא פאון, כהאב אים אין דער ערד.

ארענזש קאנטי איז ביזי מיט לאוו און אהבה. ער שפירט אז מענטשן טוישן רעליגיעס אלץ וועגן מען געט נישט גענוג לאוו און אויב מענטשן וועלן געבן לאוו וועלן אלע פראבלעמען אוועקפליען און יעדער וועט איינזעהן אז משה אמת ותורתו אמת. שווער צו זאגן, אבער לויט די איבערפלוס און געוויכט ארויס פון יעדע פראפארציע וואס ער לייגט אויף לאוו זעט ער מיר אויס אז ער איז א אידישער רעדענדע קריסט- מיסיאנער, פוי, שייגץ ארויס. וסמוכים לדברי העט איר טרעפן
אין זיין ניק "ארענזש קאנטי" וועלעכע נארמאלע איד וואוינט אין ארענזש קאנטי??? מילא ראקלענד קאנטי אבער אראנזש קאנטי?
יעצט זאגט מיר איינער אז מאנראו איז אין ארענזש קאנטי!. אזאלעכע שטותים צו רעדן, מענטשן קענען רעדן אזעלעכע הבלים, אנבעליוועבעל.
איין זאך שיעור פארגעסן אז איר טיילט שוין יא לאוו בשפע געט אן האג (מלשון חיבוק) פאר קאווע טרינקער ער נויטיג זיך דרינגענד און איינס ער איז געהעריג תובע בפה.

עניוועי האטס מיר אלע א גוט יו"ט. פאר די אלע חברה וואס זענען באטראפן געווארן פון די דברי דופי דא בעט איך אייך איבער במחילה גמורה. נעמטס עס נישט פערזענליך, די גאנצע מעשה איז געשריבן געווארן שלא ברצוני ובכפייה גמורה און שטייצעך נאר פאר אן הלצה, עס ענהאלט נישט קיין איין ווארט אמת.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

נו, בנימין, האסט שוין געקויפט אן אתרוג?
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

יא, געקויפט און עס קוקט אויס ווי א גרינע אומגעצייטיגטע צובויגענע פיקעל. נעווער עגעין.
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

אפשר איז עס טאקע? וויייל מ׳פארקויפט עס פאר $20 מיינט אז עס איז א אתרוג?
ליידער געוויסע נידריגע עלעמענטן פארקויפן גאר באנאנעס, באנאנעס! פאר אתרוגים, און די עולם קויפט עס נאך...
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
פארשפארט