אראומע 18 דער פאראדאקס פון שמחה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

אראומע 18 דער פאראדאקס פון שמחה

שליחה דורך יאיר »

כוכב האט זעט אויס אן אויטאמאטישער פראגראם וואס שיקט ארום אישי'ס צו יעדן איינעם נודיען מען זאל מנדב זיין עפעס א גערוך פאר די קאווע אראמע. גיי זיי אים מסביר אז יאיר האט נישט קיין אושפיזא און אלע מיינע זיידעס לעבן נאך, האב איך נישט קיין סיבה צו מנדב זיין קאווע גערוכן אויף סוכות. אבער שוין, אויב עס איז נישט יאיר'ס אושפיזא איז דאך יא כוכב'ס אושפיזא, און אויב איך וועל נישט שרייבן אראמע 78# האב איך נאך מורא אז כוכב וועט זיך אויפהענגען אין די סוכה דאס יאר.
זיץ איך אזוי ביים קאמפיוטער און קלאפ ביים קיבאורד. און עס וויל זיך מיר חלומ'ען ווי איך שרייב פאר דעם וועלט בארימטן צייטונג אראמע, דער שארפער קאנקורענט פאר די ניו יארק טיימס, וואס ווערט אנגעפירט דורך דעם הויפט רעדאקטאר כוכב, און איך קריג פאר יעדן קלאפ אויף קיאובארד א צענער. דערנאך וועל איך איבערזאגן דעם זעלבן ארטיקל אין זיבן דרשות אין פארשידענע אוניווערזיטעטן איבער דער וועלט, און באקומען אכט טויזנט דאלער פאר יעדע 45 מינוטיגע רעדע.
בין איך יעצט דא אין די אראמע אפיס אויף די 78'טע שטאק אין די עמפייער סטעיט בילדונג. איך קוק ארויס אויף די הערליכע פאנאראמע פון די וואלקן קראצער אויף איין זייט און די גרינע גראז אין סענטראל פארק אויף די צווייטע זייט, איך זיץ מיט די פיס ארויף און איך זופ פון מיין פינף דאלערדיגע סטארבאקס מאקאטשינא און פאררייכער א קובאנער ציגאר.
אויף מיין רעכטע זייט זיצט מיין געערטער קאלעגע, דער בארימטער זשורנאליסט בר דעת, וועלכער האט ל"ע געליטן פון א סיזשורס אטאקע היינט פארטאגס און זינט דעמאלט מורמלט ער עפעס אומפארשטענדליכע ווערטער פריקיקיפקריפריקיקן (ווי באקאנט זענען די נערוון ביי גרויסע ארטיסטן נישט אזוי סטאביל).
אויף מיין לינקע זייט זיצט דער בארימטער אידישער דענקער איש עברי, פוליצער געווינער יאר 2009. כשמו כן הוא, א שטארק לאיאלער איד וועלכער שטיצט אידישע אינטערעסן מיט זיין גאנצע קאפ און מוח. ער באשרייבט אלע סארטן מאדנע אידישע און אנדערע קולטורישע גרופעס, ווי בני נח, היפי בודהיסטן, נטורי קרתא, און כאסידים.
אין די אנדערע אפיס זיצן די בארימטע סייענס שרייבערס, דער יונגער ענערגישער פראפעסאר פארוואס, און דער געערטער מיטליעריגער פראפעסאר פיש, וועלכער האט שוועריקייטן מיט'ן ארויסזאגן דעם R, נאכ'ן וואוינען לאנגע יארן אין מדינת ישראל אלס פראפעסאר אין אוניברסיטה העברית. די צוויי האבן געטיילט די נאבעל פרייז אויף עקאנאמיקס מיט עטליכע צענדליג יאר צוריק, נישט וויכטיג אויסצוטראכטן א פונקטליכע דאטום.
אין א פארשטיפטער דעסק אין דער ווינקל זיצט לעיקוואוד, דער פילאזאפיע און אפיניאן שרייבער. זיצט? נישט ממש. רוב צייט איז ער נישטא. ווען יא שפאנט ער אריין מיט צעפלאשעטע האר און א צושלומפערטן העמד און זיצט דא אפ פאר 36 שעה אין א ציה. לעיקוואוד האט קיינמאל נישט גראדואירט פון קאלעזש. ער האט זיך געדרייט אין הארווארד אוניווערזיטעט פאר עטליכע וואכן איידער ער איז אפיציעל געווארן א דראפ אוט. ער איז אריינגעפאלן צו אלע קלאסן וואו ער איז נישט געווען איינגעשריבן, אריינגעפרעגט אפאר קשיות, טייל גוטע, טייל אבי געפרעגט, און געגעבן אזא מאך מיט די הענט ווי צו זאגן, וואס ווייסן פראפעסארן, און ארויסשפאצירט.
און איבער אונז שטייט דער עדיטאר כוכב מיט א בייטש און גיבט מיר אזא זאג, "נו, יאיר, איך דארף פון דיר א גוטס, אזוינס וואס מ'זאל רעדן דערפון פון ניו יארק ביז וואשינגטאן. אונזערע קאנקורענטן אין די טיימס זאלן שטארבן פאר קנאה."
וויייניג ווייסט מיין געערטער עדיטאר אז איך האלט אינמיטן א שטילער פארהאנדלונג מיט דער טיימס אריבערצוגיין אהין פאר דאפלט די פרייז.
שוין, לאמיר זיך אויפוועקן פון מיינע חלומות. איך שרייב נישט פאר די פרעסטיזשפולע אראמע זשורנאל, נאר פאר די ארעמע קאווע שטיבל. איך טרונק נישט קיין סטארבאקס מאקאטשינא, נאר א טעיסטער'ס נישט-אויסוואל פריקיטשינא. און איך באקום נישט א צענער פאר א קלאפ, נאר איך ווארט בכליון עינים כוכב זאל מיר אריינשיקן אויף פעי פאל דער פופציגער וואס ער האט מיר צוגעזאגט פאר'ן שרייבן דעם ארטיקל פאר זיין אראמע בעיבי.
וויץ. איך באקום נישט קיין פרוטה. יעצט לאך.

איז וואס איך טו איך דא, פרעגט איר אודאי. פארוואס ארבעטן פאר אומזיסט ביי אראמע, און קרעדיט זאל נאך נעמען דערפאר אן אנאנימער ניק, וועלכער ווערט באצאלט מיט ווערדלאזע לייקס דורך אנדערע אנאנימע ניקס, אנשטאט צו גיין ארבעטן פאר די ניו יארק טיימס?
גוט, איין תירוץ האט איר מסתמא צוגעטראפן. די טיימס האט מיר נישט אויפגענומען אלס שרייבער.
אבער טאמאס פרידמאן איז אויך נישט געווארן אויפגענומען ביי די טיימס אזוי ארויסקומענדיג פון היי סקול. אפשר האט ער אויך אנגעהויבן זיין קאריערע ביי אראמע? און פאול קרוגמאן, אפשר האט ער אנגעהויבן מיט'ן שרייבן אשכולות אויף די גוי'אישע קאווע שטיבל פארוואס די סטימולוס פעקעזש וועט זיכער הייבן די אינפלאציע אנשטאט צו נידערן די סטאק מארקעט און ארויפברענגען די טיקער צו א רעקארד הויכע גלאבאלע פראפארציאנעלע וואוקס אין דעם דאלאר קעגן דער פונט?
מסתמא נישט. פון וואו ווייס איך? ווייל מענטשן וואס דערגרייכן עפעס אין לעבן זענען געווענליך דריווען. זיי זוכן צו עררייכן צילן אין לעבן און שטעלן זיך נישט אפ ביי שוועריקייטן. דער סארט עלעמענט וואס באפרידיגט זיך דאס הארץ מיט זיצן אויף אנליין פארומס און האקן אויפ'ן סיסטעם וועט געווענליך ווערן א מיטליעריגער סיסטעם-האקער, נאכדעם וועט ער באקומען א העכערע ראנג און ווערן אן עלטערער סיסטעם-האקער, און דערנאך וועט ער ווערן שטארבעדיגער סיסטעם האקער.
פארשטייט זיך אז דער סיסטעם וועט זיך טוישן. א ניינציג יעריגער וועט האקן אויף די סיסטעם אין דער היים וואו זיינע פעד-אפ קינדער האבן אים אריינגעשטעלט. א פופציג יעריגער וועט האקן אויף זיינע חובות, און א דרייסיג יעריגער, נו, אויף "די" סיסטעם!
עפעס באקומען מיר פאר'ן האקן פון די סיסטעם. אפשר נישט געלט. קודם באקומט מען לייקס. אסאך. אבער אויסער דעם באקומט דער נפש א געוויסע צופרידנהייט. עס געפינט זיך אין א געוויסע מצוקה, און דורכ'ן אויסגעבן די כעס קריגט מען אזא סארט דראג, וואס פארדאופט דעם מוח ביז מען כאפט זיך נאכאמאל אז דער סיסטעם שרעקט זיך נישט פון אונזער האקן.

נישט דוקא דער סיסטעם. יעדער פראבלעם איז אזוי. ווען מען וויל עפעס דערגרייכן אדער טוישן אין לעבן איז די גרינגסטע צו ליגן אויפ'ן קאוטש און זיפצן און זיך רעגן, חלומ'ן אביסל ווי גוט דאס לעבן וואלט געקענט גיין. און ווייטער איינזינקען אין א טיפער שלאף. דער מענטש וועט, פונקט ווי דער זשי פי עס, אייביג אויסזוכן דעם גרינגסטן מיטל צו לעזן א פראבלעם, און אויב זיך רעגן און האקן און בלאזן אביסל וועט געבן א לעזונג, כאטש ווי צייטווייליג און אויבערפלעכליך, וועט מען דאס נוצן.
גרינג איז צו זען די זעלבע קעפלעך אויף צייטונגען יעדע וואך. א מחי', מ'דארף נישט טראכטן. גרינג איז צו אפמאכן אז שלאגן כפרות איז פונקט אזוי וויכטיג ווי פאסטן יום כיפור. א מחי', מ'דארף נישט שפעקולירן, אפמעסטן, אפוועגן, זיך מאכן שווער. גרינג איז זיך צו פארמאכן אין די ד' אמות און טאנצן שישו מעי שישו.
גרינג איז אויך צו שרייען טפשים חמורים נאראנים.
שווערער איז צו נעמען א פראבלעם און עס באטראכטן מיט א ניכטערן בליק, זען ווי אזוי מען קען עס עטוואס פארגרינגערן. פרובירן אז פון די 51 פראצענט חסרונות און 49 פראצענט מעלות, זאל ווערן 49 % חסרונות און 51% מעלות, אזוי אז מיר זאלן כאטש ארויסגיין מיט א פארדינסט פון דעם שפיל וואס רופט זיך לעבן.
יעדער טריט וואס מיר קענען רוקן פאראויס, אין סיי וועלכע הינזיכט פון לעבן, איז ווי עררייכן אן עולם מלא. נישט דוקא ווייל מען דערגרייכט עפעס, נאר ווייל מען טשעלענזשט זיך, מען לאזט זיך נישט פארזינקען אין א ים פון ביטערנישן און דעפרעסיע, און מען שטארקט זיך. דאס אליין ברענגט די גרעסטע צופרידנקייט פאר'ן מענטש. און דאן זעט מען אז דער אריגינעלער פראבלעם איז אפילו נישט געווען אזוי שרעקליך.
דאס איז דער שליסל: ארויסגיין פון זיך און ארומקוקן מיט אן אביעקטיווער בליק, זען וואס "איך" קען "יעצט" טון צו פארבעסערן "מיין" לעבן. ביי יעדן איז דאס אנדערש, און ביי יעדן איינעם איז יעדע מינוט אנדערש. אבער שטענדיג איז דא עפעס וואס מען קען טון צו פארגרעסערן דעם האריזאנט און זיך ברענגען מיט נאך א טריט נענטער צום תכלית האדם בעולמו.
שמחה איז נישט פרייליכקייט. גיי אריין צו א חתונה און וועסט זען אידן טאנצן און שפרינגען און נעמען אפ מזל טוב'ס מיט שמייכלדיגע פנימ'ער. זענען זיי פרייליך? לאו דוקא.
שמחה קומט פון זיך טשעלענזשן, פון נישט ווערן סעלף אבסארבד, פון ארויסגיין העכער זיך. ווען מען שטייגט איבער זיך, מען פארגרעסערט צילן אין לעבן, מען בויט זיך אויף קאנסטרוקטיוו, נאך איין טריט און נאך א טריט, נאך א טרעפל און נאך א טרעפל, דאן ווערט מען בשמחה. נישט דוקא ווייל מען קומט אן ערגעץ, נאר ווייל מען האט געעפנט א טירל און ארויס פון די אייגענע ד' אמות. מען איז א טפח נענטער צו די וועליוס וואס מען שעצט, א סענטימעטער נענטער צו גאט. דאס ברענגט שלוות הנפש און שמחת החיים.
און דאס איז פון וואס מיר האבן מורא. פון קומען נענטער צו עפעס א ציל. ווייל דאס איז שווער, און מיר זענען פראגראמירט צו זוכן באקוועמליכקייטן. האט איר שוין א נייער פשט אין יראה תתאה.
אבער דאס איז אויך וואס ברענגט שמחה. יעצט וועט איר פארשטיין פארוואס לויט'ן גר"א איז די שווערסטע מצוה אין די תורה ושמחת בחגיך.
א פאראדאקס?
יא, א פאראדאקס. אפשר מיינע פראפעסארן אין דעם דערנעבנדער צימער וועלן עס קענען פארענטפערן.
חג שמח!
האדם לא נברא אלא להתענג
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

שפתיים קישאק פישזאפט קאטשעניו חרוסת.
שכויעח יאיר יו מעיד מיי יום טוב, דאס איז מיין נוי סוכה, כידוע פון צאנזער רב.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

Wow!
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

דער יונגער ענערגישער פראפעסאר פארוואס

פון וואנעט ווייסטו מיין עלטער, דו יונגער חוצפני׳אק, כ׳האב געקענט זיין דיין עלטער זיידע.
אביסל דרך-ארץ פאר א זקן (כ׳בין נישט ערגער ווי די סבי דארמאי).
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אנפריקינבעליוועבל,
ולמה נקרא שמו יאיר וכו'
וירח ה' את ריח הניחוח
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

כשרון.
Under influence
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

זייער שיין יאיר. הוספה קטנה:

אוודאי איז גאר גרינג צו זיצן אויפן קאוטש און זיפצען, וויינען, קלאגן און שעלטן דעם סיסטעם מן הבקר ועד הערב. אבער געדענק, עס איז דא עפעס וואס איז גרינגער פון דעם, עפעס וואס די פוילסטע טוען, עפעס וואס טוט אויף די ווייניגסטע און לפעמים איז עס פועל אויף להיפך. דאס זענען די עצלנים וואס לאכן און טייטלן אויף די 'סעסטעם-שעלטער' און גייען מיט מיטן שפאן. וואס עפעס לאכסטו ר' עצלן? דו האסט דען יא עפעס געטון אויף למעשה? ניין! דו ביזט די perpetrator פון דער גרויסע גראבע סיסטעם המעוות. כאטש איך לייג מיך אויפן ליין, איך בין מקריב מיין שמחה, איך קלאג ווייל עס טוט וויי, אבער דו ס"ה פארדאופסט דיר מיטן לאכן אויף מיר. דאס איז די ערגסטע און די נידעריגסטע לענ"ד.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
פארשפארט