תמים האט געשריבן:ניין איך האב געמיינט ר' אליעזר דוד מיט הרב שווארץ.
מיר קענען קוים ווארטן אויף דיין באשרייבונג אויף הרב שווארץ.
אבער מיר האט זיך געדאכט אז אויף הרב פאל איז שוין דא א אשכול האב איך מיך פארגעשטעלט אז די לייגסט אים דארט אביסל אראפ, אבער זוכענדיג יעצט זעה איך אז ער איז סך הכל געווען א קליין שמועס וועגן אים ווען ער איז אוועק , איז פארצייל אונז אביסל מער אויף דעים אדם גדול.
און זיינע ספרים איז זעהט מען לאו דוקא זיין גרויסקייט, עס איז זייער לעומק הפשט מיט א אמת אבער קיין גרויסע חידושים לענ"ד
עס איז דא אמאל וואס סאיז דא חידושים אויך, אבער יא, זיין עיקר חידוש איז געווען אז ווען ער האט מחליט געווען אויף א פשט א געוויסע זאך, איז געווען נאכן אויסחשבנון, אויף אלע וועגן, ער האט געקענט לערנען א רשב"א פיר פינעף שעה ברציפות, וכמדומה, איז ער טאקע געווען זייער פארקאכט און די רשב"א, איך מיין כהאב אמאל געהערט פון אים אז די רשב"א איז די טיפסטע אדער די שווערסטע ראשון כוועל דארפען איבער פרעגן, אבער עכ"פ זיין רבי רבי גדלי' זצ"ל, איז אויך געווען אזוי, און מערקוועדיג איז, אז מען זאגט אויף רבי גדליה, אז ער האט אמאל נאכן וואכען לערנען א געוויסע סוגיא, די תלמידים האבען געמיינט, אז מאיז שוין ענדליך פערטיג, האט ער זיך אנגערופען, יעצט וועלן מיר גיין זעהן וואס רבי חיים זאגט אויף די סוגיא, סהאט אים גענומען אן ערך פון צוואנציג פינעף און צוואנציג טעג, צו לערנען דעם רבי חיים, עס פאדערט זיך פארדעם עפעס א אומנאמאלער כוחות הנפש דאס צו קענען דערהייבען,פארשטייט זיך אז אלעס האט זיך אנגעהויבען, ביים חוזה אלוקי מרן החזון איש