אראומע #20 - בסיפורו של רבינו בערל בעל עגלה שליט"א

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

אראומע #20 - בסיפורו של רבינו בערל בעל עגלה שליט"א

שליחה דורך בשבילי! »

[center]ס'דערמאנט מיר א מעשה[/center]

אז מ'קען נישט אליינס איז אייביג דא א וועג ארויס. און אפילו אויב כוכב'ס דרוק, ווי דערדריקנד ס'געווען, האט נישט געקענט באשאפן אייגענע טאלאנט האט עס אבער יא פראדוצירט א בייפאל וואס קען אפשר מהנה זיין די ק"ש ליינער.

אונזער טייערער בערל בעל עגלה דארף מען דאך נישט פארשטעלן. אנדערש ווי א געווענליכער שרייבער, טוהן בערל'ס תגובות אטראקטירן שטיצער און קעגנער. מ'קען זיך נישט העלפן, אפילו דער ליינער איז פון די וואס ווילן נישט איינשטימען מיט 'וואס' ער שרייבט קען מען זיך אבער נישט ערלויבן צו פארפאסן די מעשה'לה, דאס וויצל, א נייע טיטל, א פרישער חידוש אין תמימות... וואס וועט גאר מעגליך און גאנץ זיכער נאכקומען זיינס א תגובה. און אויב ס'איז נישט געווען עפעס פון דעם סארט, איז א פשט'ער 'יגון' אנשטאט 'יגן' אויך עלול פאר אן אויספלאץ "ווען" און טאקע נאר ווען ס'קומט פון ר' בערל'ן.

איז אבער זיכער דא אז מ'האט פארפאסט אדער פארזעהן, ממש א שאד. האבעך צוזאמגענומען וויפיל כ'האב געקענט לייגן א האנט אויף לפונדיק אחד און דער עולם וועט זיךזיכער באלעקן שמייכלן און לאכן מיט די פערל רייד פון אונזער ר' בערל בעל עגלה. ושמחת בחגיך!

אין דעם געלעגנהייט ווילן מיר בעטן ערשט ר' בערל זאל צוריק אנהויבן לייגן די סמייליס, וואס איז געווען ווי א סיגנאטור לאגא אויף א תגובה זיינעם וואס מ'האט דערקענט זאפארט פון דערווייטענס, עס איז נישט די זעלבע אן די אלע פרצופים. און צווייט פון די ליינער בעט מען וואס טרעפן אן נאך מעשה'ליך/ווערטלעך זאלן לאזן וויסן לינקן אין אישי. איך צוטייל עס אין צוויי ס'זאל נישט זיין אנגעלייגט.

נסדר ונלקט ע"י ט. יצחקי, כל הסמייליס שמורות

(1)


אז מ'רעדט שוין פון רבנים וועלכע זענען גרויסע תלמידי חכמים און גייען אנגעטון ווי עמך אידן דערמאנט דאס מיך א פארקערטע מעשה. געווען א "רב" מיט'ן גאנצן רבניש'ן געשטעל, וועלכער איז נעבעך געוועין א גרויסער עיין הא. (בגן עדן תהא מנוחתו) ער האט אמאל געדאוונט פאר'ן עמוד און אויסגעלאזט ביי מודים "ברוך א-ל ההודאות..." ווען מ'האט איהם געפרעיגט איבער דעים האט ער געענטפערט. "וואס הייסט. ס'איז דאך מודים דרבנן און איך בין א רב..." :lol: :roll: :oops:

(2)


דאס דערמאנט מיך א מעשה וואס איך האב געהערט אלס יונגל. (לאמיר זעהן אויב איך געדענק עס נאך). אין א רעביש'ן הויף איז געגנב'ט געווארן א טייערער זילבערנער בעכער. מען האט נישט געוואוסט ווער דער גנב איז. האט מען אויסגערופן בשם דעם רבי. אז א יעדער וואס איז דארט געווען אין יענע צייט מוז זיך שטעלן אין א ליין און מ'וועט ברענגען א האן און א יעדער מוז געבן א גלעט פאר'ן האן און ווען דער גנב וועט איהם געבן א גלעט וועט דער האן קרייען. מ'האט פארמאכט די לייט אין צימער. (זעט אויס ס'איז שוין געווען לעקטער אין יענע צייטן). און ווען מען האט אנגעצינדן די לייט און א יעדער האט אויפגעהויבן די הענט האט מען געזעהן אלע האבן שווארצע הענט און איין האנט איז געבליבן ווייס... :P :roll: :oops:

(3)

פון ווי שטאמט דאס אז זויערע וויין איז גוט... נאר די מעשה איז אזוי: ס'איז געווען א אידל' א וויין סוחר וואס ס'איז איהם זויער געווארן עטליכע פעסער וויין' איז ער געפאלן אויף המצאה. אנשטאט אויסגיסן דעם וויין און שאדן האבן געלט האט ער עס א נאמען געגעבן פענסי (פראנצויזישע ) נעמען און איינגערעדט פאר'ן עולם אז ס'איז טייערע וויין. און דער עולם האט עס געקויפט!!


(4)

וועגן קעסט -- אויב די חתן-כלה האבן איין שפראך און זיי וועלן קענען לעבן צוזאמען, דאס איז נישט וויכטיג. איך האב געטראכט פון אזא ווערטל/מעשה'לע. איינער האט זיך משדך געווען מיט א מאפיאנער. )לאוו דווקא מיליאנער). איין מחותן זאגט "איך וועל געבן פיהר יאהר קעסט. זאגט דער צווייטער "מחותן" איך וועל דיר געבן (א) קעסט cast וואס וועט דיר האלטן א גאנצן לעבן...!

(5)

דאס דערמאנט מיר א זיס ווערטל וואס כ'האב אמאל געהערט. איין יוד זאגט פאר'ן צווייטן, ווען מ'האט איהם געסטראשעט אריינצולייגן אין "ח". "לייגטץ מיך אריין אין ח', אפילו אין ט', נאר נישט אין "יוד".

(6)

נו, דו הייסט דאך אפטעמיסט (לכה"פ אין קאווע שטיבל. ביי דיין ווייב הייסטו הער נאר, קוק נאר.). ס'דא א באקאנטע חסידישע מעשה ( להוציא מליבן של הליטוואקעס. הן ההיימישע והן הבודאפעסטער און אפשר לעיקוואוד אויכעט) אז א איד איז געקומען צו דעם מעזריטשער מגיד אז ער וויל פארשטיין פשט אין די גמרא אין מס' ברכות. "חייב אדם לברך על הרעה כשם שמברך על הטובה" פרעגט ער דעם רעבין וויאזוי קען דאס זיין? האט איהם דער מגיד געשיקט ער זאל גיין אויפזוכן דעם רעבי ר' זושא (נאך איידער ר'איז נתגלה געווארן). הקיצור. קומענדיג אין שטאט פרעיגט ער זיך נאך אויף א ר' זושא. קיינער האט נישט געוואוסט צו זאגן ווער דאס איז. ביז איינער האטציך דערמאנט אז ער זוכט זושא דעם שמש. אריינקומענדיג אין זיין חרוב'ע, האלב איינגעפאלענע הייזקע זאגט דער איד. "מיין רבי דער מגיד האט מיך געשיקט צו אייך איהר זאלט מיר זאגן פשט אין די גמרא". האטצעיך ר' זושא אנגערופן . "איך ווייס נישט פארוואס דיין רבי האט דיך געשיקט צו מיר" פאר מיר גייט אלעס ב"ה זייער גוט. ... :lol: :D :o ;)

(7)

יאיר: די איבערזעצונג איז געווען וואונדערליך. אויף ענגליש רופט מען דאס אן "הילעריעס". דאס דערמאנט מיך א מעשה וואס כ'האב געהערט פון א ליטווישן איד, ע"ה. נאך די ערשטע וועלט'ס מלחמה, ווען (אין א געוויסע תקופה) די ליטווינער האבן באזעצט טיילן פון דייטשלאנד, ביי די גרעניץ שטעט, אדער פויליש-ליטא? די פאליציאנטן, וועלכע האבן נאר גערעדט די ליטווישע שפראך, האבן זיך באנוצט מיט דאלמעטשער'ס. עפ"י רוב אידן, וועלכע האבן געקענט רעדן ביידע שפראכן. מאכט זיך אמאל אז די פאליציי האבן ארעסטירט א פערד-גנב. האבן זיי אריינגערופן א איד אז ער זאל איבערטייטשן פאר'ן ארעסטאנט די באשולדיגונגען אקעיגן איהם. האט דער איד זיך אנגערופן צום ארעסטאנט כהאי לישנא: דער "ערל" זאגט אז דו האסט "געלקח'ט" א "סוס"..... :lol: :lol: :lol: :roll: :x :P :oops: :o

(8)

שמעקעדיג" ייש"כ פאר מעורר זיין. ס'דא א סאך מענטשן וואס זיי שרייבן (אידיש) אזוי ווי זיי רעדן. דאס דערמאנט מיך א מעשה. מיט א סאך יארן צוריק ביניך אריינגעגאנגען אין א הארדוועיר סטאר, אין ב.פ. און געפרעיגט דעם בעה"ב אויב ער האט "שטריק". ענטעפרט ער "ניין". איך האב אבער פארשטאנען אז מסתמא האט ער יא. נאר ווייל ער איז אן אונגארישער/רומענישער אידל רופט ער דאס אן אנדערש. האב איך איהם געפרעיגט אויב ער האט "שפערגואעט". זאגט ער מיר "יא".... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :D :) ;) :o

(9)

די מעשה מיט הרב פאלק שליט"א דערמאנט מיך א מעשה וואס איך האב אמאל געהערט. א יונגל איז אמאל געקומען צו זיין רבי און דערציילט. "די רעבע האט געהערט דער גרונם איז אזא מחוצף. ער האט גערעדט שלעכטס אויף די רבי. און ער האט אויסגערעכנט אלע נישט גוטע זאכן. האט די רבי איהם געענטפערט. "איך מיין אז דו ביסט דער מחוצף, ווייל דו זאגסט די אלע זאכן... :? 8-) :roll: :x :P :oops: :oops: :oops: ;) :o

(10)

דערמאנט מיך א מעשה'לע וואס איך האב געהערט דערציילן פון אלטע אידן. אין דייטשלאנד, פאר די צווייטע וועלט מלחמה, בעת די נאציס ימח שמם האבן איבערגענימען די רעגירונג. האט א איד געקויפט א טיקעט צו פארן אויף די באן. ארויפגייענדיג האט ער געקויפט א "שטירמער" (דער פארגייער פונ'ם "איד". און דער נאכפאלגער פון בלעמ'ס צייטונג.). און ער זעצט זיך אראפ. א מינוט שפעיטער קומט ארויף א צווייטער אויפ'ן באן און זעצט זיך אקעיגן איבער איהם. ווען די באן האט אנגעהויבן פארן האבן זיי זיך גענימען שמיעסן. זאגט דער ערשטער פאסאזשיר צו זיין שכן. "דו ווייסט די יודן זענען דאס ערגסטע פאלק אין די וועלט און מ'דארף זיי מאכן א סוף" (ח"ו). האט דער צווייטער גענימען נאכמער שעלטן די אידן. אזוי איז אנגעגאנגען א קאמפעטיש'ן צווישן די צוויי ווער ס'קען מער האקן אויף די אידן. אינמיטן געט דער ערשטער איד --וועלכער האט שוין נישט געקענט אויסהאלטן די קללות -- א שריי "שמע ישראל". האטציך דער צווייטער אנגערופן "ה' אלוקינו ה' אחד".... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :D :) :x :P ;) :o

(11)

יישר כח פאר'ן אנצינדן מיין זכרונות מאשין. איך האב ב"ה נישט געהאט קיין רבי'ס רוצחים און סאדיסטן. נאר איינעם א סובסטיטוט וואס האט געהאט שפיציגע שיך און ער פלעגט צו גיין צו א יעדן יונגל אין קלאס וואס האט זיך עס פארדינט (און איך האב מיר עס זיכער פארדינט) און געשטויסן מיט זיינע שפיציגע שיך אין די זייטן. זאגנדיג דערביי דעם זעלבן פזמון. "אזאנס האב איך נאך אין מיין לעיבן נישט בייגעוואוינט". מיין מאמע ע"ה, זעענדיג די בלעק ענד בלו מארקס, איז נישט געלאפן אין חדר סטראשענדיג מיט'ן ארגסטן ווייל מ'האט צושטויסן איר תכשיט. נאר זי האט מצדיק את הדין געווען אז כ'האב מיר עס זיכער ערליך פארדינט. כ'האב נאך עטליכע זכרונות פון צוזאמענשטויסן וואס כ'האב געהאט מיט שטרענגע רבי'ס. נאר מיר עלל'ן עס לאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט. ועוד חזון למועד.

(12)

מ'דערציילט א מעשה וואס האט זיך געטראפן ביים בית ישראל. איינער פון די חסידים איז אמאל אריינגעגאנגען צו איהם פרעגן אן עצה וועגן א שידוך. "רבי--זאגט דער חסיד. מ'טראגט מיר אן א שידוך פאר מיין זון. אבער דער מחותן איז א... בעל תשובה. .. ענטפערט איהם דער בית ישראל. "און וואס וועט זיין מיט דיר"?...

(13)

ס'איז דא אן ענליכע מעשה. ס'איז איין יאר געווען זייער א ווארעמער ווינטער אין ניו יארק. און דער עולם איז נישט געפאהרן קיין פלארידע. די בעלי בתים פון די האטעלן האבן געזען אז ס'איז צרות. זענען זיי געגאנגען צו התאחדות וועלכע האט ארויסגעגעבן אן איסור צו פארן קיין פלארידע. האט זיך דער עולם דעמאנט אז מ'דארף פארן.. לענייננו. כאשר יענה אותו כן ירבה וכן יפרוץ. ווי מער זיי וועלן אסר'ן, לייגן אין חרם און באיקאטירן וועט דער קאווע שטיבל אי"ה ווערן שטארקער און גרעסער.

(14)

ומעשה שהי' כך הי'. ר'איז (געווען) אן ערליכער, חסידיש'ער יונגערמאן וועלכער האט געהאט א ווייב וואס איז נישט צו קלוג. זי איז א יעדע זאך געלאפן שואל עצה זיין מיט איר טאטן. מיין חבר פון ישיבה. דער טאטע, אנשטאט ער זאל זאגן פאר זיין טאכטער. "דו האסט חתונה געהאט. איך מיש זיך נישט אריין" האט איהר געגעבן עצות וויאזוי משפיל זיין איר מאן. פארשטייט זיך אז דאס האט אונטערגעברענגט דעם שלום בית. דער סוף איז געווען אז זיי האבן זיך גע'גט. און צובראכן א שטוב מיט זעקס קינדער. נאר ביז'ן גט האט די ווייב געלאזט ארעסטירן איר מאן ממש פאר שטותים. לדוגמא. ער האט געדרייווט א גע'רענטע קאר. און די רעסיט איז געקומען אויף זיין רעזידענץ אדרעס, וועלכע ער האט פארלאזט. זיין (געוועזענע) ווייב האט צוריסן די רעסיט און אוועקגעווארפן. ווען די רענטל קא. האט געקאלט פרעגן אינפארמעישן וועגן איר מאן האט זי געזאגט אז ר'האט פארלאזט דאס לאנד. האבן זיי רעפארטעד די קאר אלס געגנב'ט. פארשטייטזיך אז די פאליציי האבן איהם ארעסטירט ביי א טרעפיק סטאפ. ער איז נעבעך אפגעזיצן א גאנצע נאכט אין תפיסה ביז אינדערפריה ווען דער ד.עי. האט איינגעזען אז ס'איז נישט דא קיין טשארדזש אקעגן איהם. דער מוסר השכל פון די מעשה איז אז אלע צרות הייבן זיך אן ווען א דרויסנדיגער מענטש מישט זיך אריין

(15)

אויף דעם פסוק שלח לך אנשים האט א צווייטער אייראפעישער רבי פון פאר די מלחמה געטייטשט שלח לך אנשים דו זאלסט שיקן משולחים ויתורו און ס'זאל עפעס בלייבן פאר דיר אויך. דאס ווארט איז באזירט אויף א מעשה שהי'. אז דער רבי האט ארויסגעשיקט א משולח צו זאמלען געלט פאר זיין ישיבה. און צום סוף איז גארנישט געבליבן. ס'איז אלץ אריין אין משולח'ס טאש.
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך בשבילי! »

(16)

איך זאג נישט אין דעם פאל. אבער ס'קען דאך זיין טעארעטיש אז א רבי זאל אויך שרייבן אין קאווע שטיבל אונטער א באהאלטענעם ניק. ווי ער וואלט געווען א בעל עגלה למשל. איך מיין נישט מיך. איך בין אן אמת'ע בעל עגלה. דאס דערמאנט מיך א מעשה. איך האב געשמועסט אמאל מיט א יונגערמאן מזרע המלוכה. האביך מיך געגעבן אזא רוף אן "באלאגאלע ובזמן קריב". איז געשטאנען דארטן איינער וואס איז געווען אומזיכער ביי זיך צו דער עולם האלט איהם פאר א בנש"ק. האט ער זיך אנגערופן מיט שרעק צום אדמו"ר הצעיר, אויף מיר. "ער איז דיין קרוב"? האב איך איהם בארואיגט. "די באלאגאלעס זענען נאכנישט קיין קרובים מיט די רעבעס, קענסט נאך שלאפן רואיג".

(17)

אויפ'ן טשימפא'ער רב ווערט דערציילט אן אנדערע זיסע מעשה'לע. (כ'האב מורא אז דער אשכול פארט אוועק פון פוינט). אמאל נאך א דין תורה וואס ר'האט אנגעפיהרט האט ער צוטיילט דאס פסק-געלט פאר די דיינים. איינער האט באקומען דריי פינעפער'ס מיט א צעינער. דער צווייטער האט באקומען דריי הונדערטערס מיט א צוואנציגער. ווען מ'האט איהם געפרעגט דעריבער האט ער געזאגט. "כ'האב יעדן געגעבן די זעלבע צאל שטיקלעך"

(18)

דאס דערמאנט מיר אן אנדערע מעשה פון א מיניסטער אין מדינת ישראל, דוד לוי, וואס האט נישט געקענט רעדן ענגליש. ווען ר'איז געקומען קיין אמעריקע שנארן, און ר'האט געהאלטן א דרשה פאר די יו.דזשעי.עי. האט ער גערעדט פראנצויזיש. מ'קען זיך פארשטעלן וויפיל ר'האט אויפגעטון. דערציילט מען אויף איהם אז ר'איז אמאל געגאמגען שפאצירן אויף א גאס אין מאנהעטן און ר'האט זיך פארלוירן. רופט ער אן די עמבאססי פאר הילף. זאגן זיי גוט. זאג אונז וואו דו ביסט מיר וועלן שיקן א קאר דיך אויפפיקן. ענטפערט ער. "רחוב וואלק פינת דאונט וואלק". ביי די וואלק גאס קארנער דאונט וואלק.

(19)

אזא פנים האט מען ווען מ'זאגט איבער יענעמ'ס טעותים און נארישקייטן. ס'דערמאנט מיך א מעשה. א יונגל אין חדר האט נישט געוואוסט דעם תירוץ אויף א קשיא וואס די רעבע האט געפרעיגט. האט איהם זיין חבר אונטערגעזאגט דעם נישט ריכטיגן תירוץ. ווען די רבי האט זיך צובייזערט אויף איהם האט ער זיך פארענטפערט אז נישט ער זאגט דאס. דאס זאגט זיין חבר.

(20)

דאס דערמאנט מיך א (נארישע) מעשה'לע פון דזשואיש פרעסס. איינער האט געקויפט א פערדל/אייזל פון א יוד. דער פערדל/אייזל איז געווען אויסגעלערנט אז ווען מ'זאגט "שמע ישראל" סטאפט ער. און ווען מ'זאגט ברוך ה' פארט ער. דער קאסטטומער האט זיך ארויפגעזעצט אויפ'ן פ/א אויסצוטרייען. ער האט זיך גענומען לויפן שנעל און ר'איז געווען זייער נאנט צו א שפיץ בארג. דער יוד האט זיך זייער שטארק דערשראקן און ער האט געשריגן "שמע ישראל" די לעצטע סעקונדע פאר'ן עק פונ'ם בארג.און דער פ/א האט זיך אפגעשטעילט. האט דער יוד געזאגט "ברוך ה'".... (כ'האב געזאגט אז ס'איז א נארישע מעשה'לע(.

(21)

די מעשה'לע ווערט דערציילט איבער א בארימטן רבי'ן. וואס ער פלעגט ארויסגעבן תיקוני תשובה פאר באל אוויירעניקעס. איין טאג זענען געקומען צוויי חבירים ארויסנעמען א תשובה. זאגט איין חבר פאר'ן צווייטן איכ'ל אריינגיין צום רבי ערשט. אויב ס'וועט זיין א גוטע תשובה וועסטו אויכעט אריינגיין. האט איהם דער רבי געפרעגט "האסט אפשר געטון די עבירה מיט די פרוי וואס וואוינט אויף ...סטריט: אפשר מיט די פון יענעם אפארטמענט בילדינג אויף ...עוו"? וכו'. ווען ר'איז ארויס געגאנגען פון רבי'ס שטוב האט איהם דער חבר געפרעגט "וואס פארא תיקון תשובה האסטו באקומען פון רבי"? האט ער געענטפערט. " א תשובה אפשר נישט אבער כ'האב באקומען א פאר נייע אדרעססן!

(22)

דאס דערמאנט מיך א מעשה. כ'על עס מיטטיילן מיט'ן עוילעם. ס'געווען א קאפל וועלכע האבן געפייערט זייער פופציג'סטע יאר פון די חתונה. .ווען מ'האט זיי געפרעיגט וויאזוי זיי האבן געקענט אנהאלטן שלום בית פאר פופציג יאר האט זיך די פרוי אנגערופן: "זייער פשוט. א טאג נאכ'ן חתונה האבן מיר געמאכט א הסכם, איך מיט מיין מאן. ער וועט אנפיהרן די גרויסע זאכן. און איך, די קליינע. ווען מ'האט איר געפרעיגט וואס מיינט די גרויסע און וואס מיינט די קליינע. האט זי געענטפערט. די גרויסע זאכן מיינט וואו די אמעריקאנער מיליטער זאל שטיין.וואו ענגלאנד זאל שטיין וכו'. "און וואס מיינט די קליינע. האט זי געענפערט. "דאס באנק ביכל...."

(23)

דאס דערמאנט מיך א מעשה: א איד האט געזוכט א שידוך פאר זיין טאכטער. האט איהם א שדכן אנגעטראגן א בחור וואס איז זייער א קלוגער און א תלמיד חכם. נאר ער האט איין קליינעם פעלער. ווען ער הייבט אן רעדן שטאטטערט ער. אבער נאכדעים רעדט ער נארמאל. זאגט דער טאטע פון מיידל אויב דאס איז דער פעלער בין איך גרייט צו נעמען איהם פאר א חתן. דער איד האט געוואוינט אויפ'ן דריטן שטאק. זאגט ער צום שדכן שיק ארויף דעם בחור צו מיין הויז. כ'עלל כאפן א שמועס מיט איהם. ווען דער בחור איז געקומען צו יענעם אין שטוב זאגט ער צום טאטן "שששלוםםם עללליייככככעם.' דער איד האט נישט געוואלט טון דעם שידוך. ווען דער שדכן האט איהם געפרעגט פארוואס. האסט דאך געזאגט אז דאס שטאטטער'ן אליינס איז נישט קיין פעלער. האט איהם דער טאטע געענטפערט. דער בחור איז אויך נישט קלוג. ווייל ער האט געדארפט אנהייבן זאגן שלום עליכם אונטן אויף דער גאס....

(24)

דאס דערמאנט מיך א מעשה'לע. ווען איך בין געגאנגען מיט איינעם פון מיינע זין שי' אויף א "באשוי", האט איהם דער צוקונפטיגער (און ב"ה , נישט געווארענער) מחותן גענימען אויף א גאר שטרענגן פארהער. האביך מיך אנגערופן (אדער געוואלט אנרופן.) "אנטשולדיגט. איהר ווילט נעמען אן איידעם, אדער אויפנעמען א רב"?!... :lol: :roll: :lol: :lol: :oops: ;) :o

(25)

דאס דערמאנט מיר א מעשה'לע: ס'געוועהן אין גאליציע א איד וואס האט געשמ'ט מיט זיין עניוות אין די גאנצע מדינה. איז געוועין א קלוגער איד, א ת"ח וואס האט געזאגט "איך וויל גיין אויספראבירן דעים גוואלדיגן עניוו" . "ווי ווייט זיין עניוות גרייכט". איז ער אנגעקומען אין שטאט און געגאנגען גלייך אין ביהמ"ד וואו ער האט געטראפן אינזער "עניוו". נאכ'ן ערשטן שלום עליכם האט דער אורח געפרעיגט דעם גרויסן עניוו. "ס'איז מיר שווער א קשיא. ס'שטייט אין פסוק "והאיש משה עניו מאד מכל האדם" האט דען כביכול דער אייבישטער נישט געוויסט אז איר זענט דא?!.. רופט זיך אן דער עניוו... אז עים איז אויך שווער די זעלבע קשיא.... :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :roll: :P :oops: ;) :o

(26)

דאס דערמאנט מיך א מעשה. פארנדיג מיט'ן באס אין די בארא פארקער גאסן ארום זייער האלאווין חגא, האב איך אלעמאל אבזערווירט וואו ס'שטייט א גרופע שקצים מיט אייער באקסעס אין די טריפה'נע ידיים ידי עשו, גרייט צו ווארפן (נאר) אויף אידישע דורכגייער און באסעס. ספעציעל ביי א רויטע לייט וואו מ'דארף ווארטן. האב איך זיי מקדים געווען און אראפגעלאפן פונ'ם באס מיט א בהלה ביז זיי האבן זיך דערשראקן און אנטלאפן. און אמאל אויך אראפגעלאזט די אייער אויפ'ן פלאץ. איינמאל, שטייענדיג ביי א רויטע לייט האביך באמערקט אט אזא גרופע שקצים. נאר אזוי ווי איך האב אויפגעמאכט די טיר פונ'ם באס האב איך געכאפט א פלייץ פון אייער אין פנים... ס'זעהט אויס אז זיי האבן מיך דאס מאל מקדים געוועין... :lol: :lol:

(27)

ס'דערמאנט מיך א מעשה פון א היימישן איד וועלכער איז געווען פון די עשרה ראשונים אין אונזער שטעיטל בורא ד'פארקא זיך איינצוהאנדלען אן עס.יו.ווי. און ס'האט נעבעך נישט געשנייט א גאנצן ווינטער. דער איד איז איז ארומגעפארן איבער די גאסן בפחי נפש. :mrgreen:

(28)

דאס דערמאנט מיך א מעשה: (אזוי דערציילט מען.(. ס'געווען אמאל אן עושר, א איד א ת"ח אבער א גרויסער קמצן. איז אמאל איינער פון די בני הקהילה אריינגעקומען צו איהם אין שטוב אין די ניין טעג און ער זעהט ווי דער עושר זיצט און האקט אריין אין א סטעיק. רופטצעך אן דער אורח."איך פארשטיי אייך נישט. איר זענט א איד א ת"ח ווייסט איהר דאך אז מ'טאר נישט עסן פלייש אין די ניין טעג"?! ענטפערט דער בעה"ב. איהר ווייסט דאך אז איך בין א קארגער. ממילא איז דאס עסן פלייש א סיגוף פאר מיר. פרעגט איהם דער אורח: אויב אזוי טרינקט'זשע שוין צו א גלעזל וויין אויך! האט איהם דער עושר געענטפערט: אינגאנצן הרג'נען מיך בין איך נישט מחוייב!!! :lol: :lol: :roll: :x :P :oops: :o

(29)

ר' ליטוואק פון...: נאך גוט אז דו האסט דיך דערמאנט די אריגינאלע מטרה פון דעים אשכול. ס'דא אזא מעשה. (און אויב נישט גיימיר עס יעצט אפבאקן.) צוויי אידן, סוחרים (וואו שטייט געשריבן אז אלע מעשיות מוזן זיך אנהייבן מיט א פריץ און אן ארענדאר און א קרעיטשמע.?!) האבן זיך באגעיגנט אויפ'ן באן, פארנדיג צום יריד קיין לייפציג. נאכ'ן ערשטן שלום עליכם האט זיך אנטוויקלט א שמועס איבער משפחה. שטעלט זיך אויס אז זיי זענען גאר דריטע קאזינס פון די מאמע'ס זייט. אזוי שמועסנדיג ווייטער איבער די משפחה פארציילט איינער פון זיי אזוי כבדרך אגב אז זיין טאכטער זאל זיין געזונט , זייער א געלונגען מיידל, א מלומדת און א קלוגע ווערט אי"ה קומענדיגן אדר א' אכצן יאר ביז 120. רופטצעך אן דער צווייטער. איך האב א זון, ב"ה א געלונגענער בחור א מתמיד און א יר"ש, מיט אלע מעלות, וועלכער איז יעצט דעם פארגאנגענעם ר"ח טבת געווארן אכצן יאר. אזוי שמועסנדיג ווייטער געט דער ערשטער מחותן א שפרונג אויף. "איך האב א וואונדערליכן געדאנק. אפשר ווער מיר מחותנים. דיין זון פאר מיין טאכטער" זאגט דער אבי החתן. "אזוי ווי אינז פארן דאך קיין לייפציג מאכן געשעפטן. לאמיר ענדיגן די ביזנעס קודם. און נאכדעים עמיר ארבעטן אויפ'ן שידוך." מסכים". זאגט דער צווייטער מחותן. די באן איז ווייטער געפארן א דורך פעלדער און וועלדער וואו מ'האט געזעען בהמות פאשען זיך רואיג. ס'איז נאך פארבליבן מער פון צוויי שעה אין די נסיעה. די צוויי אידן האבן ווייטער געשמועסט, און איינער פרעיגט אויס דעם צווייטן אלע פרטים פון זיין לעיבן. בתוך הדברים איז אויסגעקומען א שמועס צו וועלכן רעבין א יעדער פארט. האבן זיי זיך גענומען קריגן וועימענ'ס רעבע איז גרעסער. ביז ס'האט אויסגעבראכן א פייערדיגע מחלוקת צווישן זיי. און זיי זענען געגאנגען זיצן א יעדער אין אן אנדערע זייט פון די באן. ענדליך איז די באן אנגעקומען קיין לייפציג און א יעדער פון זיי האט ב"ה שטארק מצליח געווען. נאך צוויי וואכן זענען זיי געפארן אהיים. ממש השגחה פרטית אז זיי האבן זיך ווידעראמאל געטראפן אויפ'ן באן. צוערשט זענען זיי געזיצן אין א שטילשווייגעניש. (שתיקין באדישתא). נאך א האלבע שעה רופציך אן איינער פון זיי. נו. לאמיר צוריקגיין צו אינזער ערשטן שמועס. ווי האמיר געהאלטן?.... :roll: 8-) :lol: :P :x :o

(30)

ס'דערמאנט מיך א מעשה: כ'בין געווען ביי א לוי' ל"ע. וואו דער רב המספיד האט גערעדט בשבח הנפטרת און ר'האט געזאגט אז זי האט זיך מוסר נפש געווען אז איהרע קינדער זאללן קענען לערנען תורה. "און מיר זעען דאך וויאזוי זיי זעען ליידער אויס".... ר'האט זיך צוריקגעכאפט און געזאגט .."ב"ה.." נאר ס'איז שוין געווען צו שפעט.

עפילאג...

דאס דערמאנט מיך די באקאנטע מעשה פון "צפיחית בדבש". איך מיין די מעשה איז צו לאנג און "בארינג" איך וועל עס לאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט" אי"ה. ועוד חזון למועד.
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

Wow א מעגא ארבעט, סוף הכבוד לבוא, אז מטרייבט ערליך די פערד העלפט דער אויבערשטער.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אין כמו בערל באלעגאליינו מיט זיינע זיסע סיפורים און סמייליס,
ואין כבשבילנו, מיט זיינע בליציגע רעיונות און קיוט איינפאלן!

טאמבס אפ :like :like

א עקסטערע לייק כדאי לעצמו פאר די שורה:
"נסדר ונלקט ע"י ט. יצחקי, כל הסמייליס שמורות"... :lol: :lol: :lol:
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אגב- ר' בערל איז איינע פון די גרעסטע לייקערס דא אין שטיבל.
עס וואלט דעריבער אלס הכרת הטוב כדאי געווען צו לינקען צו די אלע שיינע עפיזאטלעך און יעדער זאל באלייקן ר' בערל עד אשר יצא מאפו....
וירח ה' את ריח הניחוח
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

אבער נאר לייקן ר' בערל אין ענגליש
THANKS FOR THE POST
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

Wow א מייסטערווערק פון א אשכול. לאוו איט!!!
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

wow! א געדאנק פון א אשכול א הספד בחיי מורינו ר׳ בערל.
ר׳ בערל איז א חידוש לעצמו א שטערן אין שטיבל וואס שיסט אריי גאזעלין פון פרישקייט אין חיות ביי יעדען אשכול וי ער פאלט אריין
לאמיר ברענגען אפאר פון זיינע ווערטלעך אין מעשיות מפי כתבו פון די ביסל וואס כהאב גענישטערט וזה החלי:
א. און איך האב מיך דערמאנט א דזשאוק. (וואס איז געוועין א אמת'ע מעשה.(
א געוויסער חשוב'ער רב, וועלכער האט זיך גערופן אויף עפעס א שטעיטל אין אונגארן אדער ראמעניע, האט אמאל געדאוונט פאר'ן עמוד ערגעץ אין א שטעיטל אין גלילות פון ניו יארק. ביי חזרת הש"ץ און מודים האט ער אויסגעלאזט "ברוך א-ל ההודאות..." ווען מ'האט עים געפרעיגט פארוואס ער האט געזאגט דעים "מודים" האט ער געענטפערט. "דאס איז דאך מודים דרבנן. און איך בין א רב..." ... :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: ;) :o

ב: מדערציילט אן ענליכע מעשה אויף א יונגערמאן (מוז נישט זיין א אידישע) וועלכער האט פריש אנגעהויבן ארבעטן אין א באנק. דער בעל הבית, באמערקנדיג זיין גרויס התלהבות צו אלע פינאנציעלע עניינים, האט איהם געפרעיגט וואו ער האט באקומען זיין פינאנציעלע בילדונג. האט ער געענטפערט. "אין יעיל". שפעיטער פרעיגט ער עים, "וויאזוי הייסטו"? זאגט ער "יאים יענסען"... :? 8-) :lol: (קרעדיט: דער אנטיסעמיטישער , ריעדער'ס דיידזשעסט, וואס איז שוין ב"ה געפייגערט מיט א מיתה משונה. כן יאבדו כל אויבך ה'... :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :x :P :oops: ;) :o

ג: לפענ"ד האבן זיינע שכנים אין וויליאמסבורג פארשפרייט די קלאנגען. ווייל ווען זיי זענען געזיצן שבת נאכמיטאג אין דיינינג רום האבן די פענצטערס זיך פלוצלינג גענומען ציטערן. קודם האט מען געמיינט אז די גוי'אישע שכנים שיסן פייערווארקס. אבער ווען מ'האטציך דערנענטערט צום חצר זענען די קולות געווארן שטערקער און די ווענט האבן געציטערט. אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק "וינועו אמות הסעיפים". ביז מ'האט געזעהן בחוש ווי די פענצטערס פונ'ם שכינות'דיגן ביה"כ ווערן צו פלאצט. רופט זיך אן איין שכנ'טע צו די אנדערע. "וואס ביסטו אזוי באזארגט? ר' מנשה האט היינט ווידער געגעסן טשולענט!... :? 8-) :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :x :P :oops: ;) :o

ד: (בעצם א באקאנט ווערטעל אבער ווען ר׳ בערל דערציילט דאס איז דאס מיט א עקסטערע גישמאק)
וויאזוי שטייט נאר אין פסוק. "ויישן ויחלום שנית". ער האטציך איבערגעדרייט אויף די אנדערע זייט און ווייטער געחלומ'ט. אזוי ווי דער יארמער רב שליט"א, ער זאלל מאריך ימים ונשים זיין, פארציילט איבער די מלחמת היצר וואס האטציך אפגעטון ביי עים אינדערהיים. ווען דער וועקער זייגער האט געקלינגען און ר'האט זיך אויפגעוועקט, האטציך אנגעהויבן א מלחמה צווישן יצר טוב און יצר הרע. דער ייצ"ט האט געהזאגט "שטיי אויף". דער יצה"ר האט געזאגט שטיי נישט אויף. האט ער זיי ארויסגעשיקט אין קאך קריגן, און ער איז ווייטער געשלאפן... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :x :oops: ;) :o

ולסיום סתם א אינטרעסאנטע תגובה זיינע וואס האט מיר אראפ געווארפען בשעתו פון בענקעל:
א קליינע, כבדרך אגב'דיגע שאלה'לע צום זעירא דמן חבריא קדישא הדין, המכונה---------שליט"א. א וואס האט איר אנגעשטעלט דעם גאנצן פארגאנגענעם יאר, תשע"ד? ספעציעל אין די זומער חדשים? וויפיל פלעשער ביר האט איר אויסגעטרינקען, בדיבוק חברים ארויסקומענדיג פון פול, נאכ'ן נייט סווימינג. ביז 4:30 פארטאגס. און נאכדעים אויפגעשטאנען שפעיט און עובר געוועין זמן קריאת שמע. אפילו לשיטת הגר"א. און נאכדעים געגאנגען גראד צו דעם בארבעקיו'עד סטעיק' מיט נאך פלעשער ביער. וחוזר חלילה. און ווען מ'האט גע'שיפל'ט מיט נאך א פאר שכנים און שכנ'טעס צוזאמען אין די שטורמישע וואסערן? און זיך אריינגעכאפט אזוי, אין טעאטער אויף מעין סטריט, בזמן שהיא לא יום ולא לילה. וואס מ'האט א גאנצע וואך אנגעשטעלט אין שטאט, פון דעים רעד איך דאך אפילו נישט. וויפיל מאל פארשלאפן זמן תפילה ווייל מ'איז אויפגעוועין די פאריגע נאכט ביי א קומזיץ מיט ביר און פרענקס לרחצה וואס דער ברייטהארציגער שכן האט צוגעשטעלט אין זיין חצר? ליתר פרטים עיין בבלאג של האי צדיקא ו---- הידוע נחום...נאר ווען ס'קומט סליחות און ראש השנה הייבט מען אן קרעכצן בלב נשבר ונדכה. אבער דעם קומענדיגן יאר חזר'ט זיך איבער דער זעלבער שפיל... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :oops: :oops: :cry: :( ;) :o

עד כאן העליתי במצודתי החלודה
לכבוד בעל העגלה הדברים הבאתי כלשונו
ויוסיפו הניקים כל אחד מזכרונו הכא להעתיקה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מורי ורבותיי: כל אחד בשמו וניק הטוב שלו יבורך. איך קום יעצט פון א לעבעדיגע לוויה. וואו איך האב מיטגעהאלטן א גאר ערנסטן (לעבעדיגן) הספד. וואו עטליכע בארימטע בעלי דרשנים האבן פרובירט איבערצושטייגן איינער דעם צווייטן. וואס זאלל איך ענק זאגן רבותיי, ס'איז ביי מיר מקויים געווארן דער פסוק "ויחד יתרו" לויט אלע מפרשים און פשטים. איך האב מיך געמיזט געיבן א ציפ א יעדע פאר מינוט ליינענדיג די שיינע ליקוטים פון אונזערע חשוב'ע חברי הקאווע שטיבל. צו מאכן זיכער אז איך בין ב"ה חי וקיים. און איך ליג נישט ח"ו אין אן ארון, דארט אין טשאפל, ערגעץ אויף פארט העמילטאן (אקעיגנאיבער דעם גאראדזש) אדער אויף די 14'טע עוועניו. און ס'איז מיר ביי געפאלן דער פסוק. לא נברא העולם אלא בשבילי... אדער אפשר איז עס גאר א מאמר חז"ל. (וואס ווייסט דען א בעל עגלה?).
דאס דערמאנט מיך א מעשה פון א איד וואס האט געגעסן א סטעיק אין די ניין טעיג....! :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o :דאבללייק: :קראץ: :קלאטש :רח"ל :roll: :אומגלויבליך:
נאכאמאל: א יישר כח פאר דעים הערליכן ליקוט לכבוד יו"ט...!
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

ט. יצחקי :lol: :lol: :lol:
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אפשר דארף מען טוישען דעם קעפעל אויף ״אראומע 20# - ספר ליקוטי מעשיות (וסמייליס) ממורינו הרבי ר׳ בערל בעל עגלה -גייט ערשיינען בקרוב״?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אתא קלילא האט געשריבן:אפשר דארף מען טוישען דעם קעפעל אויף ״אראומע 20# - ספר ליקוטי מעשיות (וסמייליס) ממורינו הרבי ר׳ בערל בעל עגלה -גייט ערשיינען בקרוב״?!

אתא קלילא (דלית בה מששו תא.).:ייש"כ. פאר דיינע ווארימע דיבורים. און די אלע אנדערע דברי חיזוק (אדער אפשר, חוזק.) . נאר איך וויל דא רעדן פון אן אנדער ענין. היות איך גרייט מיך שוין די לעצטע פאר יאר (לכה"פ 20) צו שרייבן און ארויסגעיבן גאר א וויכטיג ספר, מיט'ן נאמען "זיכרונות פון א בעל עגלה". נאר ס'קומט אייביג צו נאך בלעטער און פרקים. כהיום, האלט עס שוין ביי צוויי גאנצע בענדער פון 600 בלעטער א יעדעס איינס. און איך וויל אנהאלטן אן אלטן מנהג וואס איז שוין געוועין איינגעפיהרט אין דער אלטער היים אין אייראפע. אז א מחבר פון א ספר האט קאלעקטעד געלט פון מענטשן אויפ'ן חשבון פון זיין ספר וואס ער גייט דרוקן. מ'האט עס אנגערופן מיט'ן נאמען "פרע-נומעראנטן". איך גיי דא געיבן אן אימעיל אדרעס (וואס איך האף עקזיסטירט נישט) כדי מ'זאל קענען אריינשיקן געלט: והנה:

moshezichmich@optimum/verizon.com

ווער ס'וועט אריינשיקן א פאר דאללער, וועט מען אריינשרייבן זיין נאמען און דעם נאמען פון שטעיטל פון וואו זיין זיידע קומט אין פוילן,אונגארן אדער גאליציע, ראמעניע, רוסלאנד, וכו' :roll: :lol: :? :x :P :oops: :D ;) :o
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אז די וועסט ארויסגעבען דיין ספר וועט דאך א יעדער ויסען דיין נאמען סאיז א ערענסטע חשש גלוי.
א חוץ אויב דו וועסט ווייטער ממשיך זיין דאס געיים פון ״בערל בעל עגלה״ אין טאקע וי געזאגט משה זיך מיר / optimum.gmail.com
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

לית דין בר נש האט געשריבן:אבער נאר לייקן ר' בערל אין ענגליש
THANKS FOR THE POST

וואס איז טאקע פשט דערפון. פארוואס אייביג ווען כ׳באקום א לייק פונעם בעל עגלה איז עס אנדערש ווי געווענליך? וואס איז דער סוד?
[tag]berlbalaguleh[/tag]
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווייל א ריכטיגער בעל עגלה מאכט נישט קיין חשבונות פון כבוד אין לייגט אריין א שטיק הארץ אין א יעדען לייק זיינעם
מיט אנדערע ווערטער זיין לייק איז אזוי וי א תגובה וואס מ׳ברויך אפלערנען וואס ליגט אינטער דעם לייק אין פארוואס האט ער געלייקט?
מה נשתנה התם מהכא? ומה ראה ר׳ בערל על ככה?
ואשרי להעומדים על סודותיו.
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

דאכט זיך מיר אז מען האט שוין אמאל גירעדט דערפון דא אין שטיבל
בשעתו האט איינער געשריבן אז די בעל עגלה'ס גאנצע פראפיי"ל (אויב דאס איז די ריכטיגע ווארט) איז אנגישטעלט אויף ענגליש
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

ופשוט הוא.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואס איז אזוי פשוט?

בשעת איך האב מיך איינגעשריבן דא אין קאווע שטיבל האביך עס געטון בחיפזון ובהיסח הדעת. (אזוי ווי א מציאה.) נישט געפלאנט. און מיין קאמפיוטער איז דאן געוועין אנגעשטעלט צו שרייבן ענגליש. ממילא האביך געשריבן "בערל בעל עגלה" אויף ענגליש. נאך א טעם. ווייל אין יענע תקופה איז מיר אויסגעקומען א סאך מאל צו נוצן א דעסקטאפ קאמפיוטער וועלכער איז געוועין באגרעניצט, און האט נישט געהאט א גרינגע מעגליכקייט צו קענען שרייבן "היברו". מכח כמה טעמים. אויך ווייל דער אייגנטימער פון די כלי איז געוועין א סטודענט וועלכער האט "דאונ-לאודעד" אלערליי אומנויטיגע זאכן און ער האט "אויפגעגעסן" כמעט די גאנצע מעמארי פון קאמפיוטער. אזוי אז מ'האט געדארפט אפווישן עטליכע זאכן כדי צו קענן שרייבן "היברו".

איך האב שוין זייט דאמאלס געטרייט עטליכע מאל צו טוישן אז מיין "סיגנעטשור" זאל זיין אויף יודיש און אויף ענגליש. אבער איך בין א גרויסער ע"ה ווען ס'קומט צו טעכנאלאגיע, און איך האב נישט מצליח געוועין דאס צו טון...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א פרישע מעשה ערשינען דורך רבי בעריל׳ען אין מילתא דבדיחותא אשכול וז״ל;

נאר איך האב א שכן. (ס'הייסט . ער וואוינט אין אן אנדערע גאס. נאר די בעק יארד איז בשכינות). ער האט א מנהג אז ווען ס'קומט סוכות פירט ער ארויס זיין שאו אויף די גאס. ער רעדט און לאכט הויעך. אלע שכינים האלטן מיט ווען ער עסט די פאטעיטא קוגל און ווען די חלה קוגל. ווען ער גייט זינגען זמירות (נישט ווען ער זינגט ממש.) שפילט זיך מיט די אייניקלעך. און ווען ער רעיגט זיך. געוויינליך טוט ער דאס אין שטוב. ביי די שבת'דיגע סעודה. וואס ער מאכט אן אוירלי שבת. אז ווען איך גיי ארויס אויף מיין פארטש פוצן די שיך לכבוד שבת, קענמען עים הערן שרייען און זיך קריגן מיט די בני בית אינמיטן זיין סעודה...

הבהרה: אויב איינער טראכט אז ער איז אין אן ענליכן מצב, איז עס נישט מער ווי א צופאל...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א זאפטיגע מעשה פון ר׳ בעריל.
זעהט אויס אז מדארף עם אנרייצען כדבעי כדי ער זאל ארויסגעבען זיינע געשמאקע מעשה׳לעך פון זיינע אוצרות וז״ל:
ר' ישראל: אז דו רעדסט שוין מיין שפראך וועל איך דיר זאגן אז די נטורי חרתא זענען אזוי ווי דער כעלעמער. ס'איז א באקאנטוע מעשה. א איד פון כעלעם איז געפארן אין די גרויסע שטאט לעמבערג זיך אויסלערנען חכמה. קומענדיג אויפ'ן יאריד גייט ער פון טישל צו טישל און באטראכט די וואונדערליכע סחורות וועלכע זענען געווען אויסגעלייגט. פלוצלינג באמערקט ער איין טיש וועלכער איז געוועין אינגאנצן ליידיג. גייט ער צו צו דעים מענטש וואס איז געשטאנען דארט און פרעיגט ביי איהם "וואס פארקויפט איהר"? זאגט יענער . איך פארקויף חכמה. זאגט דער כעלעמער איד. אה. דאס זוך איך טאקע. ווייזט מיר עפעס א חכמה. זאגט דער איד דער סוחר. לייגט אראפ א פינעפער, 'עלל איך אייך אויסלערנען א חכמה. דער כעלעמר געט אהין דעם פינפער און דער איד זאגט צו איהם. "איך לייג אראפ די האנט אויפ'ן טיש. און דו זאלסט געיבן א גוטן זעץ אויף מיין האנט". ווען דער כעלעמער האט געגעיבן א זעץ האט יענער שנעל אוועק געכאפט זיין האנט און דער קלאפ איז געגאנגען אויפ'ן טיש. שוין. דער כעלעמער האט שוין געהאט עפעס א חכמה. ער קומט אהיים פרעיגן איהם אלע זיינע חבירים. "האסט דיך עפעס אויסגעלערנט א חכמה"? זאגט ער יא. איך דארף א טיש. האבן זיי געזאגט אז ס'איז נישט דא קיין טיש. האט ער געלייגט זיין האנט אויף די נאז. און ר'האט געזאגט פאר די חברים. "עטץ זאלט געיבן א שטארקע קלאפ אויף מיין האנט". און ער האט אוועקגענימען זיין האנט און די קלאפ איז געלונגען אויף זיין נאז.... :lol: ...

In English, there's a saying: "He cut off his nose, to spite his face".

דאס איז דער נמשל מיט די נטורי חרתא און די אנשי נטרונא. זיי לויפן צו די אראבערס און צו די גוי'אישע אנטיסעמיטן צו באשמוצן אנדערע אידן. אבער זיי אליינס זענען דאך אידן... :roll:
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

יאפ דער האט אזא 'שרי המאה' סטייל זעקל מיט מעשיות גרייט פאר יעדע מאורע און מחאה.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עס לוינט זיך אופצורייצען ר׳ בערל ווייל עס איז מובטח אז ער וועט ענטפערען עפעס א זאפטיגס
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נישט אייביג. נאר ווען ס'האנדלט זיך איבער די נטורי חרתא אדער די אנשי נטרונא...!
פארשפארט