פירצה נוראה

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
פאניע בראטל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:40 pm
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

פירצה נוראה

שליחה דורך פאניע בראטל »

בעצם טאקע וואלט איך געוואלט זיין דער וואס שטעלט זיך אויף מוחה זיין אבער ההכרח לא הגינה און סיז פשוט נישטא קיין ברירה.

די מנהג מקדמת דנא איז איינגעפירט שוין פאר צענדליגער יארן אז מען שטייט אויף אינדערפרי און מען גייט אין בעסמערעש, דארטן טרינקט מען א קאווע און דערנאך ראלט מען זיך אריין מיט געוויסע זאכן, גראד אין מקוה אריין.
אין מקוה האבעך שוין אלעס פארשטאנען פארוואס סאיז געמאכט אבער איין זאך וואס סקריכט מיר נישט אריין אין קאפ איז די גרויסע קאנעס אזעלכע אמפערס וואס ליגן אין פארשידענע קארנערס סגייט מיר זישט אריין אין קאפ על מה זה??? גראדע זע איך צומאל ווי מענטשן ווארפן דארטן אריין האנטוכער אבער כקען נישט פארשטיין פארוואס, מען דארף עס ניצן פאר זיין צוועק, און אויב קען ער נישט דינען זיין צוועק דארף מען אים נישט באווארפן מיט האנטוכער?
אבער דער ערגסטער חלק דערפון איז, און דא קום איך צו צום פוינט, אז פון אלע יארן האט מען געוואוסט אז די פלאר אין מקוה איז בבל יראה ובבל ימצא, דאס טאר ח"ו נישט געזען ווערן פאר קיין געלט, און ווען מען ענדיגט מיט די האנטוך איז דא צווי אפציעס וואס צו טון, אדער מען גייט און מען שמייסט עס אוועק מיט אזא מין סאדיסטישקייט, גיי ווייס פארוואס... אדער לאזט מען עס אויפן פלאץ און דער נעקסטער מענטש וואס קומט אן ווארפט עס אראפ, און נאר אזוי קען מען זען אז די מקוה פלאר זאל נישט געזעהן ווערן.
און די אלע חברה וואס איך וויל אפילו נישט פורש בשמם זיין, ווארפן עס אריין אין די קאנעס און דערמיט זעט זיך ארויס די פלאר אין מקוה,


שומו שמים על זה, מיר קענען נישט רוען ביז עס וועט ווערן מסודר


דער בוכ"ע זאל העלפן אז אלעס זאל זיך שוין שטעלן אין פלאץ און מיר זאלן אלע האבן א לעכטיגן פרייליכן יו"ט
ב"ה מיר שרייבן שוין נישט דא אין די... פלאץ
פארשפארט