שטערנבוך

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 980 מאל

שטערנבוך

שליחה דורך הערשי »

[justify]איך טו גראטולירן @כוכב און אלע חשובע שרייבער וועלכע האבן בייגעשטייערט צו אראמע. באמת דאס הארץ קוואלט מיר צו זען קאווע שטיבל שפרודלן מיט אידיש ליטעראטור. פאר איך גיב דעם איינדרוק ווי אן אלטער פוילישער יידישיסט באזוכנדיג דאס ערשטע מאל וויליאמסבורג, וויל איך קלארשטעלן אז בתוך עמי אנכי יושב. דאך, איך האב הנאה, און איך זאג עס. ליידער האב איך זעלבסט נישט געקענט צוגעבן עפעס נופך, ווייל איך האב אקורשט געשריבן סאפיע, און כ'האב געשפירט א חוב צו דערהיינטיגן דאס שטיבל איבער דעם אנגיינדיגן מגיפה. אזוי אז ס'איז מיר נישט פארבליבן קיין צייט אויף עפעס זאכליך.

איך בין אבער נישט געקומען דא סתם שלוקצען. איך האב א פארשלאג. פארוואס זאלן מיר אלע נישט עפעס לייזן פון אונזער ווערק? די קאליבער פון די ארטיקלען דא (מיט לייכטע דעריגירונג) איז נאך אויף אזוינע שטאפלן ווי די אנדערע סחורה אויפן מארק, אויב נישט בעסער (אודאי בעסער!). טא, לאמיר אפדרוקן דאס אלעס אויף גלאנציג פאפיר, צופאסן שיינע בילדער, צוציענדע גראפיקס, און היידא, א מאגאזין.

שטייצעך אויף דעם יו"ט איז דער באן שוין אפגעפארן. ס'איז אבער קיינמאל צו פרי צו פלאנען אויף פסח. אט איז מיין פלאן.

א) מען פארעמט א קאמיטע פון דריי הדיוטים גבאים.
ב) גבאים זענען פאראנטווארליך אויף אלעס, אריינגערעכנט, הגהות והערות, דאס דרוקן, דאס פארשפרייטן, רעקלאמעס, און דאס געלט.
ג) קאמיטע באשטימט א דעדליין, למשל ר"ח ניסן.
ד) יעדער מעג שרייבן.
ה) ארטיקלען וואס וועלן ערשיינען אויפן געוועב פאר פסח וועלן ארויספאלן.
ו) נאך פסח וועלן די שרייבער ארויפשטעלן זייערע ארטיקלען אויפן שטיבל.
ז) די הכנסה אראפגערעכנט די הוצאות איז דער ריווח.
ח) גבאים באקומען 20% רווחים.
ט) דער עולם טיילט לייקס פאר די שרייבער ביז ר"ח אייר.
י) אכציג פראצענט פארדינסטן ווערט פארטיילט פאר די שרייבער לויט די פראצענט לייקס.
יא) די גבאים באשטימען ווער ס'האט א זכות צו לייקן.
יב) די גבאים טיילן אויס מוציאס פאר די שרייבער, אויף וועלכן אופן ער וויל. דירעקט, דורך א חבר, אדער דורך א דעד-דראפ.
יג) און דאס וויכטיגסטע, מ'וויילט פאר א פאסיג נאמען ביז חנוכה (מיין הצעה איז שטערנבוך, על שם סטאר-בוקס קאווע, על שם דער שטערן, על שם @כוכב, על שם בוך, ועל שם דבר אחר).

וואס זאגט איר צו מיין עצה? מ'קען מרים זיין קרן השטיבל און נישט דערלייגן. אפשר וועט מען נאך אריינכאפן אן איסור אויך און די סעילס וועלן שטייגן.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הערשי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר