איך בין אבער נישט געקומען דא סתם שלוקצען. איך האב א פארשלאג. פארוואס זאלן מיר אלע נישט עפעס לייזן פון אונזער ווערק? די קאליבער פון די ארטיקלען דא (מיט לייכטע דעריגירונג) איז נאך אויף אזוינע שטאפלן ווי די אנדערע סחורה אויפן מארק, אויב נישט בעסער (אודאי בעסער!). טא, לאמיר אפדרוקן דאס אלעס אויף גלאנציג פאפיר, צופאסן שיינע בילדער, צוציענדע גראפיקס, און היידא, א מאגאזין.
שטייצעך אויף דעם יו"ט איז דער באן שוין אפגעפארן. ס'איז אבער קיינמאל צו פרי צו פלאנען אויף פסח. אט איז מיין פלאן.
א) מען פארעמט א קאמיטע פון דריי הדיוטים גבאים.
ב) גבאים זענען פאראנטווארליך אויף אלעס, אריינגערעכנט, הגהות והערות, דאס דרוקן, דאס פארשפרייטן, רעקלאמעס, און דאס געלט.
ג) קאמיטע באשטימט א דעדליין, למשל ר"ח ניסן.
ד) יעדער מעג שרייבן.
ה) ארטיקלען וואס וועלן ערשיינען אויפן געוועב פאר פסח וועלן ארויספאלן.
ו) נאך פסח וועלן די שרייבער ארויפשטעלן זייערע ארטיקלען אויפן שטיבל.
ז) די הכנסה אראפגערעכנט די הוצאות איז דער ריווח.
ח) גבאים באקומען 20% רווחים.
ט) דער עולם טיילט לייקס פאר די שרייבער ביז ר"ח אייר.
י) אכציג פראצענט פארדינסטן ווערט פארטיילט פאר די שרייבער לויט די פראצענט לייקס.
יא) די גבאים באשטימען ווער ס'האט א זכות צו לייקן.
יב) די גבאים טיילן אויס מוציאס פאר די שרייבער, אויף וועלכן אופן ער וויל. דירעקט, דורך א חבר, אדער דורך א דעד-דראפ.
יג) און דאס וויכטיגסטע, מ'וויילט פאר א פאסיג נאמען ביז חנוכה (מיין הצעה איז שטערנבוך, על שם סטאר-בוקס קאווע, על שם דער שטערן, על שם @כוכב, על שם בוך, ועל שם דבר אחר).
וואס זאגט איר צו מיין עצה? מ'קען מרים זיין קרן השטיבל און נישט דערלייגן. אפשר וועט מען נאך אריינכאפן אן איסור אויך און די סעילס וועלן שטייגן.[/justify]