אראומע #20 - בסיפורו של רבינו בערל בעל עגלה שליט"א

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דו טויגסט באמת צו אלעס אבער א געוויסע שוואכקייט האסטו ווען עס האנדעלט זיך פון נטורי חרטא אין נטרונא עס גיסט זיך פון דיר א שפע מיט מעשיות שהיו ולא נבראו מעולם אלא נבראו לצורך הענין און אמאל אויך מיט אמתדיגע פאקטען וואס שמירען ארויף דאס שמייכעל אויף אונזער פנימער
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

berlbalaguleh האט געשריבן:א כולל יונגערמאן איז אמאל געקומען אהיים און ר'האט זיך געקריגט מיט זיין רעבעצין. ווען זי האט איהם געפרעגט, וואס איז געשעהן מיט איהם? פארוואס ער קריגט זיך מיט איהר, האט ער געענטפערט אז ס'שטייט אין פרק "ושנא את הרבנות/הרבנית", אז מ'דארף פיינט האבן די רעבעצין, און זיך קריגן מיט איהר... :roll:


:like :like
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:א כולל יונגערמאן איז אמאל געקומען אהיים און ר'האט זיך געקריגט מיט זיין רעבעצין. ווען זי האט איהם געפרעגט, וואס איז געשעהן מיט איהם? פארוואס ער קריגט זיך מיט איהר, האט ער געענטפערט אז ס'שטייט אין פרק "ושנא את הרבנות/הרבנית", אז מ'דארף פיינט האבן די רעבעצין, און זיך קריגן מיט איהר... :roll:


:like :like

שמעקעדיג: ייש"כ פאר צושטעלן די מעשה'לע צו די איבעריגע.אזוי שנעלל? די מעשה האביך ערשט היינט נאכמיטאג אפגעבאקן. ניין. כ'האב עס געהערט מיט יארן צוריק מפה קדשו פון כקש"ת הגה"צ אב"ד ואדמו"ר מוואודרידזש שליט"א... :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לית דין בר נש האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז מען האט שוין אמאל גירעדט דערפון דא אין שטיבל
בשעתו האט איינער געשריבן אז די בעל עגלה'ס גאנצע פראפיי"ל (אויב דאס איז די ריכטיגע ווארט) איז אנגישטעלט אויף ענגליש

לית דין בר נש: איך ווייס נישט אויב דו לעבסט נאך אויף קאווע שטיבל. אויב יא זאלסטו מאריך ימים ונשים זיין. אבער דער אמת'ער טעם פארוואס מיין נאמען און פראפייל איז אויף ענגליש איז זייער פשוט. ס'האט צו טון מיט די גאנצע השתלשלות וויאזוי איך בין צוגעקומען צו קאווע שטיבל. את חטאי אני מזכיר. איך האב געהאט א יצר הרע צו ליינען נחום'ס בלאג. און איך האב עטליכע מאל באמערקט ווי ער פאררופט זיך אויף קאווע שטיבל.ביניך געווארן זייער שטארק נייגעריג. און בעת ההוא האביך געהאט שוועריגקיטן איבער צו סוויטשן מיין קאמפיוטער אויף..."היברו"...ס'איז געווען איינגעשטעלט נאר אויף ענגליש. איבער צודרייען עס איז געווען בימים ההם ובזמן הזה א קאמפליצירטע שטיקל ארבעט. אן איך האב מיך געוואלט איינשרייבן אין קאווע שטיעבל. האביך מיך איינגעשריבן אויף ענגליש.

ועוד יש לומר. אין יענע צייטן ביניך געווען זומער וויקענדס (פרייטאג-שבת-זונטאג) ביי א קרוב משפחה א ביסל ווייט פון בורא ד'פרקא. און זיין דעסקטאפ האט מען נאר געקענט שרייבן ענגליש. ווייל זיין זוהן האט אויפגענוצט די גאנצע מעמארי. און מ'וואלט געדארפט אויסמעקן א סאך דעיטא פון זיין קאמפיוטער כדי צו קענען ערלויבן א ..."ריטש"... לענגוויטש ווי היברו. און איך האב געוואלט ליינען און שרייבן אויף קאווע שטיבל אין די צייט (פארשטייצעך אויסער שב"ק.)...דהעט'ס די ענד אוו דהע סטארי...!
פארשפארט