מיין מלחמה מיטען שווארצען קאץ,

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
חבקוק הנביא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 5:21 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

מיין מלחמה מיטען שווארצען קאץ,

שליחה דורך חבקוק הנביא »

זיץ איך מיר און די סוכה'לע, די אושפיזין זיצען ביי די זייט אויסגעשטעלט מלכות'דיג לויטען סדר,

כ'זיץ און כ'שטיל מיין הונגער מיט אביסל היימישע חלה מיט שארפע טאמעיטא דיפ, יעדעס בייס איז דאך נאך א מצוה, א מצוה פין עסען און די סוכה, כ'האב געמאכט א הילכיגען לישב בסוכה, און זיך געזעצט רואיג און די סוכה, איגנארירענדיג אינגאנצען אז איינער באן קי מאן האט אויך וואס צי זאגען.... וואס ווי ווען.... וואס פארשטייט א גוי,

אבער ביקש יעקב לישב בשלוה, העריך פלוצלינג עפעס ריקט זיך לעבען די סכך, (ס'דא דארט א פארטש) (נו גילו), וואס איז דאס ? ס'דאכט זיך מיר שוין אז ס'איז אויפען סכך, חאטשיג כ'בין געווען אנגעטוהן מיט א ווייסע הויז-ראק, האב איך זיך אבער געגעבען א הייב אויף און ארויסגעלאפען קוקען וואס גייט דארט פאר, וואס זאלעך ענק זאגען טייערע ברודער, נישט מער נישט ווייניגער, א גראבע שווארצע קאץ ! שווארץ ווי דער נאכט !, אן אפילו קיין שאטען פין ווייס אדער ברוין, א חוץ די גלאנציגע אויגען איז עס איין שטיק שווארצקייט, און צי דעם אלעם איז עס נישט אזא אויסגעדארטע קאץ נאר א פריצישע גראבען קאץ,

כ'נעם אן קוראזש, נאך אלעם בין איך דאך נישט קיין פחדן, כ'בין דאך א אידיש קינד, און כ'מאך א שנעלע באשלוס צי שוין אונטערנעמען א קאמאנדאו אקציע, און פארטרייבען דעם אינוואדירער בשן ועין, גיי איך אזוי מיט די קראקס און מיטען ווייסען הויז-ראק, כ'קוק מיר ארום צי קיינער דרייט זיך נישט אויפען גאס און זעהט מיט אזוי מיט די הויז מלבושים, ס'אבער געווען שפעט און די גאס איז געווען ליידיג, כ'שפאציר צו צי די טרעפען פין יענעם פארטש, מיינענדיג לפי תומי אז ווי נאר דער קאץ וועט מיר זעהן וועט ער מאכען א דראסטישע ויברח, אזוי אז די קאמאנדאו אקציע וועט שנעל געקרוינט ווערען מיט א שטוינענדע סוקסעס,

אבער ווי זאגט די וועלט ?, א מענטש טראכט און דער באשעפער לאכט, דער קאץ דערזעהט מיר, ער געבט זיך א שטעל אוועק אויף די טרעפן און ער קוקט מיר און פנים אריין, נישט מער און נישט ווייניגער ער שטייט און קוקט כאילו איך הייס הערשקאוויטש צי וואס, אנדרעש ווי אנדערע קעץ וואס ווי זיי דערזעהן נאר מיין הייליגע צורה פינדערווייטענס מאכען זיי פליטה דארט ווי די שווארצע פעפער וואקסט, איז דער עזות פנים געבליבען קוקען מיר און פנים אריין,

כ'הייב אן צי קוקען שטרענג, כ'ווארען אים, אבער גארנישט, דער עזות פנים רירט זיך נישט, כ'האב געמוזט ציגיין ביז גאר נאנט און מאכען ווילדע תנועות ביז דער עזות פנים האט זיך געחאפט אז איך מיין ביזנעס, אבער אנשטאט אנטלויפען האט ער געחאפט א שנעלע שפאציר אוועק און זיך אפגעשטעלט אויפען סייד-וואלק, אבער איך אלץ גבור חיל האב נישט געחלום'ט פין אויפגעבען דעם קאמף, כ'האב עים פין דארט ווייטער געשיצט, דורעך הילכיג קלאפען מיט מיינע קראקס אויפען סייד-וואלק, איז ער געגאנגען זיך באהאלטען אויף די אנדערע זייט פין א קאר וואס איז דארט געווען, כ'בים ארום געלאפען די קאר און כ'האב אים ווייטער געשיצט ביז ער איז געלאפען א פאר קאר'ן ארויפציר, און דא האב איך באשלאסען צי ענדיגען די אקציע,

כ'בין טאקע ארויס א געווינער, אבער ס'נישט געווען אזוי פשוט ווי געראכטען, פארשטייט זיך מען ברויך נעמען און באטראכט אז לויט די לעגענדעס זענען שווארצע קעץ פארבינדען מיט כישוף, און מיט בייזע רוחות, עכ"פ וואס ס'זאל נאר נישט האבען געווען, בין איך ארויס מיט א געווינס, און כ'בין פראקלאמירט געווארען דורעך מיינע ארומיגע אלץ די העלד פינעם טאג,

עכ"פ זאל קיינער נישט געפריבט ווערען זיך צי זעהן פנים אל פנים מיט א שווארצע קאץ, אבער טאמער יא זאל מען וויסען אז מען טאר זיך נישט דערשרעקען, נישט פארלירען דאס קוראזש, נאר ווייזען העלדישקייט און געווינען,

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר