אראומע 29#: ומרדכי רצוי לאחיו

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

אראומע 29#: ומרדכי רצוי לאחיו

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

מאטי אילאוויטש איז א יונגער בא'חנ'טער יונגערמאן, וואס האט געמאכט זיין אריינטריט אין עולם הבדחנות והמוזיק אין א יונגען עלטער, תיכף נאכ'ן גראדואירן ישיבת שערי יושר, און באלד האט ער פארכאפט א באקוועמען אויבן-אן זיץ אלס איינער פון די פראמינענטסטע בדחנים אין היינטיגן ערא. ער איז דער טאלאנטפולסטער, יונגסטער און פרישסטער טאלאנט, וואס דער חרדי'שער ספעקטרום האט געזען אין יארן. גאר אפט ווערט ער באצייכנט אלס דער פינקי פון דער יונגער גענעראציע.

מאטי איז גאט-געבענטשט מיט פילע אייגנשאפטן, און עס איז יעדע איינס פון זיינע הימל-געשאנקענע טאלאנטן וואס זענען קובע ברכה לעצמו און מאכן אים אזוי ארויסשטיין.

מאטי איז א באצויבערנדער בעל מנגן, מיט א שארפן חוש הנגינה באגלייט מיט א קריסטאל-קלארער, הערליכער, זיסער און הארציגער שטימע, וואס שיקט שטורמישע כוואליען פון א געפילישן הארץ. מאטי איז א טאלאנטפולער הארמאניסט. הערט נאר ווי ער זינגט וואונדערליכע הארמאני מיט א פידלישן מתיקות אויף "כלל", דער לעצטיג-ערשינענער אלבום פון שמעי ענגעל.

מאטי איז אן ערשטקלאסיגער גראמער. זיינע חרוזים זענען שיין, קאלירפול, און אינהאלטספול, מיט ספאנטאנישע חידושים, וואס מאכן איר א געשמאק מיטצוהאלטן און אויסהערן.
מאטי איז דער פארפאסער פון אן ערשטקלאסיגער קאלעקציע פון ניגונים און קאמפאזיציעס. אנגעהויבן פון "יענער" פאר ליפא'ס אלבום 'א פשוטע'ר איד'. ליפא האט אים באלד אין די ערשטע פאזעס געשאנקען זיין גלויבן און טראסט. ביז צו זיין לעצטיגן 'דוכנ'ען' ניגון אויף מיכאל'ס 'יא דו קענסט', וואו ער האט מיך ווידעראמאל באוויזן צו איבערראשן. דער ניגון איז לדעתי א דיאמאנט, וואו צווישן די נאטן זינגט זיך ארויס טרויער-קלאנגען וואס שילדערן די ליידן און פיין פון א פאלק ביום צרה וזעם.

מאטי'ס אפשטאם וואלט אים בכלל נישט פארגעשריבן א פראפעסיאנאלע קאריערע. אלס א רבניש קינד א זון פון הרב יוסף הערש אילאוויטש, א ריכטיגער כאניאקישער געשטעל פון די עשרה בטלנים -- א שאמשאנער אייניקל און איידעם ביי הרב מטשענגער, האט זיך עס פארלאנגט היבשע טראציגקייט און ווילן, זיך צו מאנערווירן ביז צו זיינע גלענצנדע דערגרייכונגען. אן איידעם איז ער ביי ר' יצחק לייב וויינגארטן, וועלכער האט א געשיכטע אונטער זיך א לענגס און א ברייטס...

מאטי'ס רעזומעי ענטהאלט א רייע עפנטליכע פרעזענטאציע-אויפטריטן. אין אן אינטערוויו אויף קול מבשר (נומער #248) פארציילט ער אז זיין ערשטער אויפטריט פאר די מאסן איז געווען פאר רופא חולים אין וויליאמסבורג. עס איז געווען דער אוידענץ פון 'רופא חולים', און שפעטער אין קרית יואל, וואס האט ערמעגליכט זיין שטערן אויפצושיינען פאר'ן פובליקום, געבנדיג צום ערשטן מאל פאר די מאסן די געלעגנהייט זיך צו באקענען מיט זיין טאלאנט.

ווען מאטי האט אויפגעטרעטן ביים בארא-פארקער דינער פאר רופא חולים מיט עטליכע יאר צוריק, האט דער טשערמאן געמאלדן מיט פאטאס, אז ער האט זיך נארוואס אריבערגעצויגן פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק, וואס האט מיך געמאכט קלערן: וועמען גייט עס אן?!... און פארוואס ער האט פארלאזט דעם ארץ אוכלת יושבי' איז אויך נישט קיין גרויסע קשי'...
עס האט דאן נאכגעפאלגט א הערליכע פרעזענטאציע איבער א יונגעלע מאיר'ל וואס ליידט נעבעך פון דער ביטערער מחלה ל"ע וואס האט אלעמען גערירט ביז טרערן. דער תוכן און די גראמען זענען געווען הפלא'דיג. שפעטער האב איך אבער געהערט א שמועה אז די גראמען האט איינער גראס געשריבן ...

יאנקל האט דא געווידמעט עטליכע ווערטער איבער זיין אקטיארישן פעאיגקייט:

יאנקל האט געשריבן:ווי קען זיין אז עס עקזיסטירט שוין א "קונסט" פארום פאר א וואך צייט און עס איז נאך נישט דא קיין אשכול אויף דעם זעלטענעם מולטי-טאלאנטפולן מאטי אילאוויטש?
מאטי אילאוויטש איז שוין א שם דבר פאר א שיינע פאר יאר מיט זיין אויסערגעווענליכע בדחנות, זיינע הערליכע נגינה-קאמפאזיציעס, און זיינע אייגענע זינגען פעאיגקייטן.
איך האב נארוואס געענדיגט קוקן דעם קליפ פון א פרעזענטאציע וואס איז פארגעשטעלט געווארן ביי דעם לעצטן דינער פון "אר-סי-סי-עס" אין בארא פארק, אהערגעשטעלט דורך "אן-טיים" סטודיא. די פרעזענטאציע אליין איז ווערט א באשרייבונג, די חכמות וואס זענען גענוצט געווארן אריינצושטעלן מאטי'ן אין די סאמע מיטן פון הארצרייסנדע געשעענישן. עס צייגט זיך אויך ארויס א געוואלדיגע פאכמאנישקייט מיט'ן צוזאמענשטעלן לענגערע "קאָטס", צום ביישפיל די סצענע ווי די קאמערא פארט אוועק פון דעם דאקטאר'ס אפיס אריין צו דעם ווארט-זאל, וואו מאטי, דער נאראטאר, פאנגט אן מיט זיינע שילדערונגען. עס זעט ממש אויס ווי איין לאנגע "קאָט", און איך האב געדארפט עטליכע מאל איבערקוקן די סצענע צו באמערקן פונקטליך וואו די סטודיא האט צוזאמענגעשטעלט די צוויי "קאטס" (די צוזאמשטעל-פונקט איז ווען די קאמערא ווייזט די געלע וואנט, פונקט 2:05).
אקעי, איך בין דא פארפארן מיט'ן אויסלויבן די סטודיא, ווען באמת וויל איך שרייבן דווקא אויף מאטי אילאוויטש.
בנוסף צו אלע זיינע געוואלדיגע טאלאנטן, טוט זיך אין דער ווידעא מאטי אהערשטעלן ווי א גאט-געבענטשטער אקטיאר. זיין רעדן און פארשטעלונג איז באמת צום באוואונדערן. כאטש אין ערשטן טייל באנוצט ער זיך מיט צופיל אדיעקטיוון און באוועגט אביסל צופיל די הענט, טוט אבער מאטי אהערשטעלן אין דער ווידעא אן ערשט-קלאסישער ארבעט.
א ביישפיל: גיט א קוק ביי דעם פונקט 7:34 אין דער ווידעא, וואו מאטי צעשמייכלט זיך שפאטיש בנוגע אינשורענס. עס איז א הערליך שטיק קונסט. אזוי נאטירליך איבערצוגעבן איז באמת א זעלטנהייט.


איך בין עטוואס מחולק מיט יאנקל, און איך נעם די שטעלונג פון די קאמענטירער דארט אז ער פארמאגט רויע טאלאנט. וואלט אבער געווען א פלאטפארמע פאר חרד'ישן קונסט, וואלט ער געוויס זיך געקענט גוט אויסשארפן, און זיך דראפן העכער אין דעם הינזיכט.

מאטי איז א פריינטליכער און צוגעלאזענער טיפ, אן אפטער באזוכער אין מעגא 53 וואו ער באגריסט אלעמען מיט א שמייכל. ווען עס איז פאר דעם שרייבער אמאל אויסגעקומען צו קומען מיט אים אין בארירונג איבער מוזיקאלישע אנגעלעגנהייטן, איז עס געווען אן אנגענעמער עקספעריענס. מאטי האט קאמפלימענטירט, און אפגעווארפן מיין פארשלאגע מיט העפליכקייט... מאטי, אדאנק פאר דעם קאמפלימענט!...

גאנץ לעצטנס האט מאטי אויפגעטרעטן ביי דעם הצלה דינער אין בארא פארק אהערשטעלנדיג א גאר הארציגע פרעזענטאציע אונטער דער טעמע "ווען א הצלה מעמבער וויינט", וועלכע איז אבער געקומען אין שאטן דורך די אלגעמיינע דיסאריענטאציע וואס האט געהערשט ביי דעם פריערדערמאנטן דינער.

מאטי האלט זיך נאנט מקושר מיט הרה"צ מהר"א יודקאווסקי, האדמו"ר מסטיטשין, און דאוונט אפט אין סטיטשינער ביהמ"ד. ווען דער צדיק האט חתונה געמאכט א קינד אין לאס אנזשעלעס, האט מאטי געגראמט דערביי אינאיינעם מיט ליפא שמעלצער.

מיר וואונטשן אים פיל הצלחה. זיין אייפער, שנעלער-גאלאפ און פלייס, אמביציע און מאטיוואציע, (ער גראמט אפילו אויף ענגליש...) זאל אונז דינען פאר אינספיראציע, און זאל גאט אים באגלייטן אויסצונוצן זיינע כוחות ווייטער, צו מהנה זיין אידישע קינדער, כיד ה' הטובה עליו.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

א היסטארישע ערשיינונג! איך האב נאכנישט געליינט אבער קודם באווארפן מיט א לייק.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

געבענטשט זאל זיין כוכב מיט זיין אראומע סאמאטוכע פאר'ן ארויסשלעפן מאראנצנזאפט פון זיין לאך...
לגופו של עניין, א מייסטער שטיקל כדרכך בקודש, מיט דיין געבענטשטע פעדער קענסטו נעמען א שיינע בדחן און אים פארוואנדלן אין א מיטאלגישע דמות, א לעבעדיגע לעגענדע, מער ווי די ארטיקל דערציילט איבער מאטי איליאוויטש (וואס באזיצט מן הסתם א ניק דא, מאטי ביטע שיק מיר א אישי איך וויל זיין דיין חבר) זאגט די ארטיקל עדות אויף דיין אויסטערלישע שרייבערישע טאלאנט...
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

שיינער ארטיקל
כ'שטיי פארגאפט,
שרייב אפטער
מאראנצןזאפט.

אויך איך
גראם און קאמפאזיר,
אפשר מאכסטו
אן אשכול אויף מיר?
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

איז נאך דא איינער וואס צווייפלט אין דעם אראומע וואונדער?
געמיינט האט מען עס איז בלויז פרה ורבה, יעצט זעט מען אז ס'איז גאר מחי' מתים.
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

אראפ מיט די ווייסע זאקן
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

איך ווייס אויך די אלע גאסיפ און כ'האב נישט געשפירט פאר וויכטיג דאס מיטצוטיילן. דאס איז אן ארטיקל איבער ארט, נישט איבער מישן א טאפ.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

יא יא מאטי איז א מייסטערהאפטיגע בדחן, ער טראכט נישט קיין צוויי נאר די גראמען גליטשען זיך ווי אויטאמאטיש ארויס פון זיין קלארן גארגל, מיט זיין עלעקטראנישע שטומע.

נישט נאר אין אידיש גראמט ער, נאר אויך אין ענגליש גרראמט ער זייער הארציג און פראפעשענעל [youtube]http://www.youtube.com/watch?v=iTVNzQGBi1o[/youtube]

זייער בארימט איז ער געווארן אלטוועלטליך, נאכוואס ער האט געזינגען אין נוי יארק ביי בארימטע דיננערס, האט מען אים אנגעהויבן רופן אינטענאצינאל צו זינגען און צו גראמען.
4.jpg



דא האט איר א ניגון "מושי מושי" וואס ער האט קאמפאזירט מיט גראמען, פאר א חבר'ס חתונה.
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

זייער שיין באשריבן מלא טאלאנט אונז ווילן א אנשי שם ארטיקל אויף מאראנצןזאפט!

אבער וואס זאל איך טוהן עס איז חול המועד און איך זיץ און וויין
געמיינט האב איך אז די האסט באקומען א געלונגענע דזאב און די ביסט פארנומען על המחיה ועל הכלכלה פארדעם האסטו זיך אנגיזעגענט פון דא, און איך בין גיוועהן צופרידן פאר דיר אז כאטש פאר דיר גייט גוט.
אוי אבער איך עפען דער ארטיקל די ערשטע צוויי ווערטער איז א לינק צו ווי??? נישט אז עס שטערט מיר אז איינער דרייט זיך דוירט אבער איינער זאל דא אינגאנצן איבערלאזן און געבן זיין טאלאנט פאר א צווייטן ציפט!!!
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

נישט קיין חילוק ווי סאך מ'קוועטשט מאראנצן, קומט אלע מאל ארויס זאפט. כוכב ייש"כ פאר'ן קוועטשן.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

זינגט און גראמט ביי א חבר'ס שבע ברכות, מיט א געזונטע סענס-אף-הומער

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=cw4fNga7aN4[/youtube]
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

יעצט אין קאנטרי...
[NAMELESS]

Re: אראומע 29#: ומרדכי רצוי לאחיו

שליחה דורך [NAMELESS] »

זיס....
ער האט א ניגון דערויף?
פארשפארט