העי בריסקער, יוצא געווען אלע שיטות פון תקיעות, גיי און מקווה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

לעיקוואד האט געשריבן:קודם ווייס איך נישט פארוואס די מיינסט אז די בריסקע גיין נישט אין מקווה. וויפיל איך ווייס גיין זיי יא.
עס איז קענטיג אז איר קענט נישט שיטת בריסק. דער ענין פון בריסק איז נישט אויפצוזוכען סתם מאדנע שיטות אדער הידורים וואס מע קען מקיים זיין, נאר וואס ער האט באמת א ספק אז ער איז נישט יוצא. אין בריסק עסט מען דייקא אכילת עראי חוץ לסוכה ווייל דאס איז די הלכה און זיי זוכען נישט צו זיין קיין מהדרים, אפילו די הידור שטייט אין די משנה. ער גייט אויך נישט קיין רבינו תם'ס תפילין אפילו רבינו תם האט אזוי געהאלטען. נאר אין די תקיעה צו די אתרוג האט ער טאקע א ספק אז על פי ההלכה הפסוקה איז מען נישט יוצא אזוי. דאס איז גאנץ אן אנדערע גדר.

דאס איז א לופטיגער בריסקער חילוק ווי רוב פון זייערע חילוקים. מען קען טרעפן הונדערט טויזנט שיטות אין פארשטופטע ראשונים און אחרונים וואס לויט יעדן פון זיי איז מען נישט יוצא אן אנדערע פון די תרי"ג מצוות.
איך קען נישט אזוי גוט בריסק, אבער מיר זעט אויס אז זייערע חומרות זענען געבויט ספעציפיש אויף זייער מהלך הלימוד פון אנאליטישע גדרים אויף יעדע מצוה, נישט סתם אויסזוכן חומרות וואס לויט טייל שיטות זענען מעכב בדיעבד.
ווען די בריסקער מהלך הלימוד וואלטן סתם געווען עפעס א philosophic school וואלטן עס באמת געווען גאר א שיינע זאך, מען וואלט זיך צוזאמגעקומען יעדן טאג, אלע בריסקישע פילאזאפן, און פילאזאפירט און שפעקולירט כדרכם של הפילאזאפן איבער אלע פראבלעמען וואס גייען קייינעם נישט אן, און מען וואלט אהיים צופרידענע.
אבער אזוי ווי ביי די בריסקער איז דאס בריסקעווען אזא רעליגיעזע אקט, איז דאס געווארן פארוואנדלט אין אזא מאדנע חצי פילאזאפיע חצי רעליגיע, וואס חקרנט זיך נישט בלויז אין תלמוד'ישע מושגים, נאר עס קומט מיט דערצו א גאנצער מהלך החיים פון ווערטלעך, מעשיות, און פאקטישע מנהגים אין לעבן. ווי יעדע רעליגיע, מוזן די אלע אנאלאטישע חקירות און געדאנקען אויך האבן א קאנקרעטע פועל יוצא, ממילא געבן זיי זיך אויס מיט'ן צופאסן זייער לעבן צו די חקירות, און זיין פארנומען צו בשעת'ן בלאזן מיט'ן שופר האבן זיי אריינגעקראכן אין דעם גדר פון תקיעת שופר אדער געבליבן אינדרויסן. דאס גיבט זיי א געוואלדיגע סיפוק רוחני, ווי מען קען זען מיט וואספארא זאפט זיי רעדן דערוועגן אין זייערע ספרים.
(מעגליך אז דער בריסקער רב איז געווען אנדערש, ער האט באמת געליטן אויף א נערוועזיקייט אין יוצא זיין די מצוות).
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

יאיר כמיין די רעדסט פון הרב סאלאוויטשיקס בריסק, וואס דארף באזונדער באהאנדעלט ווערן, נישט פון בריסק און ירושלים אנגעהויבען פון רבי וועלוועל, וואס דארט איז אלעס איין שטיק מסורה, אז כבין נישט גערעכט קלאר מיך אויס
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

לית דין בר נש האט געשריבן:און איינער פון די אשכולות (דאכט זיך אלכסנדר נישט דער אין צימעס) האב איך גיזעהן אז דא זענען דא א שיינע פאר ר' מענדל אטיק תלמידים, נא וואס קענט עטץ שרייבן וועגן רבי אפרים זלזניק'ס מקוה'ס איך מיין ער פלעגט גיין איטליכע מאל א טאג ער איז דאך אויך גיוועהן א בריסקער נא דער וואס האט צו פארציילן זאל זיך לאזן הערן.

סיי ר' מנדל און סיי ר' אפרים זענען געווען מקוה גייערס. ר' אפרים פלעגט צו גיין יעדע מאל ס'האט זיך אים געדאכט אז ער האט געהערט א קליין מיידלע זינגן אויפן גאס. און ר' מענדל צייטנווייז. אבער נישט אלץ בריסקער ר' מנדל ווייל ער האט געשטאמט פון קארלינע חסידים און ר' אפרים ווייל ער איז געווען א פרומער ירושלימער.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ר' אפרים פלעגט גיין אין מקווה פאר א ברית, פארן שיעור איז עם גענוג געווען צו מעיין זיין אין א בילד פון ר' יהושע לייב די בריסקע רב,
ר' מענדל דוכט זיך גייט נישט אין מקווה שבת אבער לכאורה פלעגט ער זיכער מאכן עס זאל נישט זיין קיין צורך, זיין מקווה גיין האט גארנישט מיט קרלין, אחוץ קה אכסוף פרייטאג אויף די נאכט האט ער גארנישט מיט גענומען פון קרלין,
זיין זוהן ר' וועלוול א ת''ח עצום מדוכה ביסורים בעיני ראיתי א ווינטערדיגע קאלטע שבת פארטאגס ארום 3:30 am זיך טונקען אין א קאלטע מקווה און נאכדעם זיך לאזן אויסטריקענען די האר מחשש הוצאה און מען רעדט במקום שיש עירוב... און נישט פארגעסן דער איז א געבוירענע ליטפאק וואס ווייסט ניטאמאל וויזוי קרלין קוקט אויס, (יעצט פארשטייט איר שוין מיין אויסברוך אויף אחד העם אויף הוצאת שם רע בנוגע מקווה ביי די ליטאים, נאכן צוזעהן זייער דקדוק הלכה טאקע ביי מקווה, אין ווילימסבורג איז ניטאמאל דא צו געפינען א קאלטע מקווה פאר די וואס ווילען זיך נוהג זיין עפ''י השו''ע פארשטייט זיך זומער יא ווייל דעמאלטס איז געשמאק פאר מאנכע זיך צו ווייקען אין א קאלטע פאל)

עפעס איז @אחד העם מחלק עפעס א בריסקע שפאלט וועגן בחירי הליטאים אין די אלגעמיינע ליטאים לא זכיתי להבין איך האב זיך געדרייט צווישען זיי די וואס ליידען אויף די חומרות בדרך כלל גייען אין מקווה אין די אנדערע אחוץ ביטול תורה ליידן זיי אויף גארנישט און אויף זיי קענסטו בעצם נישט האבן קיין טענות ווייל תורה איז טאקע די גרעסטע אין ביטול תורה איז באמת זייער הארב,

עס געפעלט מיר ווי @יתרו שרייבט אז ר' מענדל שטאמט פון קרלינע חסידים כאילו זיין עלטער זיידע אין יוראפ איז געווען א חסיד, בסך הכל איז זיין טאטע ר' שלמה געווען א הייסע קרלינע חסיד ער איז געווען א געוואלדיגע ת''ח און מתמיד עצום, ר' מענדל אלס בחור האט זיך מדבק געווען אין הרב מבריסק אין שפעטער אין חבורת תלמידי חזו''א וואס ער פלעגט לערנען בחברותא מיט ר' משה יהושע לנדא,
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

דער אמעריקאנער בחור וואס לערנט אפאר יאר און בריסק, גייט 'נישט ' און מקווה הדסים תקיעות מצות איז ער מקיים ווי א בריסקער, און ער ווייסט זיך צו פארופען אלס א איש ההלכה, דער ליטווישער באלעבאס וואס האט א זוהן לערנען און בריסק, כדי צו מחזק זיין זיין מעמד אלס איש ההלכה, איז נשפע פון זיין זוהן, און ער איז זיך מתקדם, טוהן די בריסקע שטיק, און מקווה גייט ער נישט, דער אלגעמיינער ליטפיק וועט נשפע ווערם פון א בריסקע חומרה און נישט פון דוגמת מקווה, נקודה.
דרך אגב, בין איך יעצט און לעיקוואד איך רעד מיט מיינס א בריסקער חבר, והודה לדברי, די רעדסט לכאורה פון די זעלבע פאר ירושלמיע בריסקע משפחות, זאלזניק אטיק סאלאוויטשיק וכו' און נישט פון די אלגעמיינער צו געקומענע בריסקע בחורים און יונגילייט
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

כוועל מיך קלאר מאכען, איך בין נישט געקומען דא לוחם זיין מלחמת מקווה... נאר געוואלט ארויסברענגען און פארשטיין די מהלך צו זי האט א פשט און עס איז טאקע נישט דייקא מיט מקווה
פארשפארט