לעיקוואד האט געשריבן:קודם ווייס איך נישט פארוואס די מיינסט אז די בריסקע גיין נישט אין מקווה. וויפיל איך ווייס גיין זיי יא.
עס איז קענטיג אז איר קענט נישט שיטת בריסק. דער ענין פון בריסק איז נישט אויפצוזוכען סתם מאדנע שיטות אדער הידורים וואס מע קען מקיים זיין, נאר וואס ער האט באמת א ספק אז ער איז נישט יוצא. אין בריסק עסט מען דייקא אכילת עראי חוץ לסוכה ווייל דאס איז די הלכה און זיי זוכען נישט צו זיין קיין מהדרים, אפילו די הידור שטייט אין די משנה. ער גייט אויך נישט קיין רבינו תם'ס תפילין אפילו רבינו תם האט אזוי געהאלטען. נאר אין די תקיעה צו די אתרוג האט ער טאקע א ספק אז על פי ההלכה הפסוקה איז מען נישט יוצא אזוי. דאס איז גאנץ אן אנדערע גדר.
דאס איז א לופטיגער בריסקער חילוק ווי רוב פון זייערע חילוקים. מען קען טרעפן הונדערט טויזנט שיטות אין פארשטופטע ראשונים און אחרונים וואס לויט יעדן פון זיי איז מען נישט יוצא אן אנדערע פון די תרי"ג מצוות.
איך קען נישט אזוי גוט בריסק, אבער מיר זעט אויס אז זייערע חומרות זענען געבויט ספעציפיש אויף זייער מהלך הלימוד פון אנאליטישע גדרים אויף יעדע מצוה, נישט סתם אויסזוכן חומרות וואס לויט טייל שיטות זענען מעכב בדיעבד.
ווען די בריסקער מהלך הלימוד וואלטן סתם געווען עפעס א philosophic school וואלטן עס באמת געווען גאר א שיינע זאך, מען וואלט זיך צוזאמגעקומען יעדן טאג, אלע בריסקישע פילאזאפן, און פילאזאפירט און שפעקולירט כדרכם של הפילאזאפן איבער אלע פראבלעמען וואס גייען קייינעם נישט אן, און מען וואלט אהיים צופרידענע.
אבער אזוי ווי ביי די בריסקער איז דאס בריסקעווען אזא רעליגיעזע אקט, איז דאס געווארן פארוואנדלט אין אזא מאדנע חצי פילאזאפיע חצי רעליגיע, וואס חקרנט זיך נישט בלויז אין תלמוד'ישע מושגים, נאר עס קומט מיט דערצו א גאנצער מהלך החיים פון ווערטלעך, מעשיות, און פאקטישע מנהגים אין לעבן. ווי יעדע רעליגיע, מוזן די אלע אנאלאטישע חקירות און געדאנקען אויך האבן א קאנקרעטע פועל יוצא, ממילא געבן זיי זיך אויס מיט'ן צופאסן זייער לעבן צו די חקירות, און זיין פארנומען צו בשעת'ן בלאזן מיט'ן שופר האבן זיי אריינגעקראכן אין דעם גדר פון תקיעת שופר אדער געבליבן אינדרויסן. דאס גיבט זיי א געוואלדיגע סיפוק רוחני, ווי מען קען זען מיט וואספארא זאפט זיי רעדן דערוועגן אין זייערע ספרים.
(מעגליך אז דער בריסקער רב איז געווען אנדערש, ער האט באמת געליטן אויף א נערוועזיקייט אין יוצא זיין די מצוות).