עקסטרעמע קנאים פלאנן היינט נאכט מאנטאג א מחאה קעגן קאשוי/חבד

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1110 מאל

עקסטרעמע קנאים פלאנן היינט נאכט מאנטאג א מחאה קעגן קאשוי/חבד

שליחה דורך ראש הישיבה »

[justify]היינט נאכט דארף פארקומען א פארברענגן אין מאנסי פאר היכל מנחם חב"ד. זיי האבן געדינגען די סכה פון די קאשויער ביהמ"ד אויף סוזען דרייוו בנשיאות האדמו"ר רבי אליעזר חיים בלום שליט"א. די קנאים האבן געזען די אדווערטייזמענט פון היכל מנחם, האט עס זיי געכאפט אין שאק. הלמאי אז אפילו די קאשויער האבן זיך דערקייקלט פאר אפאהר דאללער צו פארדינגען זייער סכה פאר די חבד'סקער מסיונערין, וואס זיי זענען די גרעסטע ציונים ביי די פרומע אידען (כלשונם)?

האבן זיי פראבירט לייגן דרוק אויף די הנהלת הביהמ"ד צו מבטל זיין גי פארברענג. אבער די גבאים ווילן עס נישט מבטל זיין. קודם האבן זיי געזאגט אז זיי האבן נישט געוויסט אז דאס איז פאר חב"ד. אבער די קנאים האבן מברר געווען (וויאזוי?) אז זיי האבן יא געוויסט במה מדובר. נאך אלע לחץ איז נישט געלונגען צו פועלן אויף די גבאים צו מבטל זיין די פארברענג.

די קנאים פלאנען אויף היינט נאכט א גרויסע מחאה קעגן קהילת קאשוי און קעגן די חבד'סקער מסיונערן (כלשונם).
א ליסטע פון האטליין וואס זענען מפרסם די מחאה:
5597261287
2124441117
9512623722

עס מוז באטאנט ווערן אז די יערליכע פארברענג אין מאנסי, איז שוין פארגעקומען אין די גרויסע סכה פון קהל ויואל משה סאטמאר, און אין די סכה פון פאפא. דאס יאר האבן זיי געדינגען די קאשויער סכה, וואס דאס האט ארויסגערופן די צארן פון די עקסטרעמע קנאים.

א גוטן מועד[/justify]

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר