עס איז אויך מעגליך אז דאס איז א רעזולטאט פון זיין ליבעראלער אויסקוק אויפן לעבן וועלכע לערנט אים אנצונעמען אנדערע קולטורן כמות שהם אפילו אויב זיי זענען "צוריקגעשטאנען" און "אלטמאדיש." אינעם פארווארט שפענדעט בערגער עטליכע פאראגראפן צו איבערצייגן דעם אמעריקאנעם ליינער אז דער אמערקאנער קולטור איז געווארן צו אינדעווידואליסטיש און עגאיסטיש, און אז הצלחת הפרט קומט על חשבון הכלל. בערגער פרובירט איבעררעדן דעם ליינער אז פון חסידים קען מען זיך אפלערנען אן ערפאלגרייכן מהלך וויאזוי צו באלאנצירן צווישן דעם סורווייוועל פונעם גאנצן געמיינדע און דעם אייגענעם מהלך אין לעבן. די רייד שפיגלן אפ דעם ליבעראלן פאסט-מאדערניסטישער בליק אז אלעס איז אמת, א יעדער קולטור חוץ דער אייגענער איז הייליג, און ווי עלטער און צוריקגעשטאנען און מאדנע א קולטור איז, אלץ מער דארף מען איר פארעהרן.
אזוי צו אזוי, האט בערגער א שטיקל נגיעה'לע צו זען מעלת החסידים ולא חסרונם. אבער, און דאס איז א גרויסן אבער וועלכע מ'דארף זינגן מיט א שלשלת, בערגער איז גארנישט קיין אפאלעדזשיסט פאר חסידים. יא, עס איז אמת אז ער וועט מעגליך לאזן פרא-חסידישע שטימעס האבן דאס לעצטע ווארט אין א ויכוח איבער א חסידישער מיסברויך, אבער ער האלט זיך נישט צוריק פון ברענגן דאס צווייטע צייט און ער ברענגט אפט שארפע קריטיק. איך קוק דעריבער אן דעם בוך ווי א היבש באלאנצירטן און אביעקטיווער בוך - כאטש אביסעלע גענייגט פרא מער ווי אנטי.
פיל מער אינטערעסאנטער ווי בערגער'ס נגיעות לטובת חסידים איז מיר געווען דער פאקט אז אפילו נאכן שטודירן און רעפארטן איבער חסידים פאר איבער דריי צענדליג יאר(!), איז נאך אלץ דא אזויפיל טעותים און צעמישענישן וואס בערגער האט איבער אונז. א טיפישער ביישפיל איז בערגער'ס שילדערונג איבער דער ערשטער שפאלט אין סאטמאר, ווען רבינו יואל איז אוועק פון דער וועלט און סאטמאר האט זיך צעטיילט צווישן די בני יואל און די וואס האבן אנגענומען דעם ברך משה'ס הנהגה. בערגער שרייבט,
"[רבי יואל'ס] אלמנה, פייגא האט נישט געהאלטן פונעם [ברך משה], זי האט געשפירט אז קיינער איז נישט ראוי צו איבערנעמען איר מאן. ... אויב שוין יא א ממשיך דרכו [פון רבי יואל], וואלט עס געדארפט זיין א קאנקורענט פון משה, רבי נחמן בראך, האט זי געשפירט לויט ווי מ'פארציילט."
איך האב איבערגעליינט דעם זאץ אפשר פיר אדער פינף מאל, זיך רייבענדיג די אויגן צו זען אויב איך ליי ריכטיג און קייכענענדיג זיך פאר געלעכטער. נחמן בראך א קאנקורענט פארן ברך משה? אלטע פייגע האט אים געוואלט אלס סאטמארער רבי? פון וואו האט בערגער אויפגעפיקט אזעלכע שטותים? דאס איז נאר איין קליינער דוגמא פון א רייע מאדנע און טשיקאווע טעותים און אמעראצישע טעותים וואס בערגער מאכט.
אבער כ'האב נישט געכאפט קיין התפעלות פון די טעותים. איך נעם דאס בלויז אלס צייכן אז וויפיל מ'זאל נאר פרובירן ארויסהאבן און פארשטיין א צווייטער קולטור, איז עס כמעט אוממעגליך פאר איינעם וואס איז נישט אויפגעוואקסן אין דעם געמיינדע צו גענצליך ארויסהאבן דעם בילד איבער וואס גייט פאר אינעם געמיינדע.
לעומת זה איז מיר אפטמאל געווען קאמיש ווי בערגער האט אונז אזוי גוט ארויסגעהאט, נאר בעסער ווי מיר זעלבסט האבן זיך ארויס. צווישן די שורות האט בערגער ארויפגעברענגט אויפן אויבערפלאך ניואנסען און נקודות וועלכע איך אליין האב נאך קיינמאל פריער רעאלעזירט און נאכן ליינען זיין שילדערונג האב איך זיך געטראפן שמייכלן צו מיר אליין, צושאקלנדיג מיין קאפ מיט הסכמה. צום ביישפיל, באשרייבנדיג וויאזוי שפאצירנדיג אויף 13'צטע עוועניו אין בארא פארק און באטראכטנדיג די געשעפטן זעט מען אז יעדער געשעפט – אפילו א געשעפט וואס איז א חולין'דיגער געשעפט – פארמאגט עפעס א אידישליכער טוויסט, געט בערגער א ווארף אריין צווישן אפאר ביישפילן אז "דער דאך פונעם פורניטשור סטאר איז אויסגע'שורה'ט מיט שענדאלעירס"...
[center]***[/center]
ווען איך האב אפאר וואכן צוריק באריכטעט אין אן אשכול אין קאווע שטיבל איבער דזשאסעף בערגער'ס נייער בוך מיטן קעפל "די ערליכע: די וועלט פון חסידים און זייערע שלאכטן מיט אמעריקע". האב איך נאך געהאלטן אינמיטן ליינען דעם בוך. איך האב אנגעהויבן ליינען דעם בוך מיטן כוונה צו שרייבן א רעצענזיע דערויף און כ'האב דעריבער גענומען נאטיצן בשעת'ן ליינען דעם בוך, און כ'האב געפלאנט צו ערשט ענדיגן דעם בוך און דערנאך אראפשרייבן באריכות מיינע הערות און בויך-קוועטשערייען. אבער דאן האט פעילד מעסייעה פארעעפנטליכט א גאסט-פאוסט פון איינער "יואל מ." וועלכע רעדט זיך אפ אין א צובראכענעם ענגליש אז דער בערגער'ס בוך איז פול מיט שקרים און ליגנטס, און אז בערגער פארווישט דעם ביטערן אמת אבער חסידים. כ'האב זיך היבש געוואונדערט אויף דעם פאוסט. נישט ווייל איך האלט אז די טעותים וואס יואל מ. רעכנט אויס זענען נישט ריכטיג, נאר ווייל זיין אונטערליגנדער הנחה איז בטעות יסודה. עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז א זשורנאליסט זוכט נישט ארויסצוגעבן אן אקאדעמישער בוך פיל מיט הארטע און קראנטע פאקטן, נאר ליבערשט וויל ער א שרייבערישער און ליטעראטורישער ווערק וועלכע זאל פארציילן אינטערעסאנטע און טשיקאווע מעשה'לעך. כאטש אן אומפונקטליכקייט אין א יעדער ריר פון אונזער פארצווייגטער און פארפלאנטערטער טאג-טעגליכער הלוך ילך גרילצט אין די אויערן פון א מיטגליד אין דעם געזעלשאפט וואס דער זשורנאליסט שילדערט, דארף מען פארט פארשטיין אז עס איז פשוט אומפארמיידבאר, ווי בערגער זעלבסט שרייבט .
רעדנדיג פון די טעותים וואס יואל מ. רעכנט אויס איז מיר געווען מאדנע אז כמעט קיין איינס פון די א.ג. "טעותים" אויף זיין ליסטע זענען טעותים אינעם ריכטיגן זין פון ווארט, בעת אנדערע, ריכטיגע טעותים ערשיינען בכלל נישט אויף יואל מ.'ס ליסטע.
א טייל פון די טעותים וועלכע איך האב באמערקט בשעת'ן ליינען דעם בוך וואלט איך ניטאמאל גערופן "טעותים", נאר פשוט אומפארשטענדענישן און אומבאקאנטשאפטן. א ביישפיל איז ווען בערגער רעכנט אויס א ליסטע פון עסן וואס דארפן ווי כאראקטעריזירן דעם חסידישן טעלער. די עסנס זענען געפילטע קרויט, געפילטע פיש, און טשולנט. כ'האב זיך נישט געקענט צוריקהאלטן פון לאכן זעענדיג דעם ליסטע. געפילטע קרויט? ווער עסט געפילטע קרויט אחוץ שמחת תורה ביים קידוש? און וואו זענען קוגל און יאפטשיק? דער ליסטע איז ווארשיינליך מער אן אפשפיגלונג פון וואס בערגער געדענקט פון אלס קינד אינדערהיים ווי אן אפשפיגלונג פונעם מאדערנעם חסידישן טעלער.
נאך א ביישפיל איז ווען בערגער שילדערט יוטא שווארץ'ס חסידישע לפנים-משורת-הדין געפיראכטס שרייבט ער אז במשך די ניין טעג פאר תשעה באב האט מרת שווארץ נישט געוואשן וועש אדער גערייניגט איר הויז. דאס איז בעצם אמת, בערגער פארזעט אבער אז דאס איז באמת א הלכה אין שולחן ערוך און האט נישט מיט חסידישקייט איינגעלייגט. ענליך, ווען בערגער שרייבט איבער דעם חסידישען ברען, שרייבט ער אז חסידים זענען באזונדער מקפיד אויף הלכה דארט ווי אנדערע זענען נישט אזוי זהיר. כ'פארשטיי אז אנקוקנדיג חסידים פון אינדרויסן זעט עס אזוי אויס, אבער דער מציאות איז אז דקדוק הדין איז נחלת הליטאים והבני טעירע, און חסידים זענען שטענדיג אן געווען באקאנט אלס אזלעכע וואס זענען נישט באזונדער מקפיד אויף הלכה, לטוב ולמוטב.
רעדנדיג וועגן אי הבנות אינעם חסידישען געדאנקענגאנג איז מערקווירדיג אז פון איין זייט האט בערגער גאנץ גוט ארויס דעם חסידישען מהלך המחשבה, נאכברענגנדיג פון אלי וויזעל אז "אין חסידישע מעשיות זענען די פאקטן אונטערטעניגט אונטערן דמיון. וואס א נפקא מינא אויב די דאטומען און די געשעענישן שטימען? אן אביעקטיווער חסיד איז קיין חסיד נישט!", אבער בחדא מחתא שרייבט בערגער אז דערפאר רייכערט מען ביי חסידים ציגארעטן אין אזא גרויסער פראצענט כאטש עס איז מסוכן צום געזונט, וויבאלד חסידים האלטן אז דאס איז מעלה די ניצוצות פון ציגארעטל... כ'ווייס נישט וואס בערגער האט גערייכערט...
בערגער'ס טור-גייד פאר חסידות, און דער וועלכער ווערט מן הסתם דאס מערסטע ציטירט אינעם בוך איז הרב סענדער ראפאפארט פון משביע פעים. ראפאפארט פירט אים ארום, איז אים מסביר מנהגים, און רעדט אביסעלע צו סאך. מער ווי ראפאפארט פארציילט איבער חסידים, פארציילן זיינע ווערטער איבער אים...
אין א טשיקאווע מאמענט זאגט ראפאפארט פאר בערגער אז:
"ראפאפארטס זענען זייער זעלבסשטענדיגע מענטשן, זיי זענען נישט דזאו סיקס-פעק סטיל מענטשן."
און בערגער איז טאקע מעיד אז ראפאפארט איז א מאדנער קאטשקע (odd duck בלע"ז). עס שטעלט זיך טאקע ארויס פון פארשידענע ציטאטן פון ראפאפארט אינעם בוך אז, אפשר נישט אלע ראפאפארטס, אבער לכל הפחות סענדער ראפאפארט איז זיכער א זעלבסשטענדיגער, רעלאטיוו צו אנדערע חסידים. ווען בערגער פרעגט אים וויאזוי ער רעדט אזא געשליפענעם ענגליש ווען רוב פון די געמיינדע רעדט א צעבראכענעם ענגליש מיט א שווערן אקצענט ענטפערט אים ראפאפארט אין איין ווארט:
"ען-פי-אר!"
בערגער האט שטארק הנאה פון דעם ענטפער און באצייכנט אז דער ענטפער איז טיפיש פון ראפאפארט'ס סענס אף היומאר און זיין בא'חנ'טער וועג פון רעדן. אין אן אנדערן ביישפיל פון ראפאפארט'ס געשליפן צינגל, פארציילט בערגער ראפאפארט'ס הסבר פארוואס אין די בארא פארקע געשעפטן זענען קיין קאסמא, גלעמאור אדער וואויג מאגאזינען נישט דא, און זייער פלאץ ווערט ערפילט מיט עסן מאגאזינען:
עסן איז דער איינציגסטער פלעזשורעבל זאך אין בארא פארק", זאגט ראפאפארט, אונטערלאכנדיג זיך. " די מאגאזינען זענען ווי עסן-פּאָרן פאר בארא פארק"...
אין נאך א לייכטן מאמענט, מאכט ראפאפארט חוזק פון דעם אויסקוק פונעם שטריימל, און אין אן אנדערען פאל איז אין ראפאפארט'ס אויגן קאמיש דער פאקט אז רוב פונעם חסידישן ציבור ארבעט פאר א מוסד, א קהילה, אדער אן ארגעניזאציע (א פאקט אין וועלכע איך בין, אגב, גענצליך נישט איבערצייגט.)
אויך ווען עס קומט צו תולעים אין אלעס, איז ראפאפארט אן אויפגעקלערטער, מ'שטיינס געזאגט. ער קויפט אומגעטשעקטע לעטוס, זאגט בערגער אויס, און ער טשעקט עס אליינס אינדערהיים.
רעדנדיג פון ראפאפארט, איז מיר געווען אינטערעסאנט צו ליינען וואס ראפאפארט האט פארציילט פון זיינע יוגנט זכרונות ווי פאלגנד:
"ווען איך בין געווען א קינד, האט מען געקענט זען אסאך מענטשן אין שבת – מאן און ווייב - האלטנדיג די הענט. היינט הערט מען שוין נישט אזוינס. סיי וואספארא ראמאנץ אין פובליק איז אסור על פי ההלכה, אפילו מיטן אייגענעם ווייב. אפילו רעדן צו א פרוי אויפן גאס ווערט געהאלטן צו א מינימום."
על פי רוב זאגט ראפאפארט דעם אמת, און ער איז מסתמא צום פארדאנקען אז בערגער האט גאנץ א קלארן און אדורכנעמענדער בליק אויף אונזער געזעלשאפט. אבער מיט דעם אלעם דא דארט האב איך געכאפט ראפאפארט'ן ביי פי-אר סטיל ליגנטס. נישט ממש ליגנטס, אבער צוגעפוצטע "פאקטן" איז עס זיכער, א שטייגער ווען ראפאפארט זאגט בערגער אז א "חסידישער מיליאנער האט נישט וואס צו טון מיט זיין געלט חוץ געבן פאר צדקה , ווייל א חסיד האט ווייניג פלעזשורס אוועלעיבעל צו אים." אההמממם....
אין א שטיקל קאמישער פאל, שטעלט ראפאפארט פאָר פאַר בערגער איינער זאב יאנקל ניימאן, א דרייסיג יעריגער וויזשניצער יונגערמאן וואס לערנט נאך אין כולל, און קען מכלומרשט גאנץ ש"ס אויסעווייניג. בערגער שרייבט: "כ'האב אים נישט פארהערט, אבער ראפאפארט זאגט אז ער האט אים יא, און ניימאן זעלבסט האט איידלערהייט באשטעטיגט אז ער פרובירט צו געדענקען דאס גאנצע".... אדער יא, מסתמא נישט. אדער ווי דער וועלט זאגט, "און איך זאל אים נאך גלייבן נאך אויך?"
אינעם קומענדיגן טייל אי"ה: בערגער איבער סקווירא, און איבער די חרדי'שער התגרות באומות אין ניו יארק.