צו מיינט דאס ווארט "בלאט", אליינס א פלעק, אדער צו מיינט דאס א סארט (אדער א געוויסער מאס) פון א פלעק?
לכאורה מיינט דאס א "ווייסליכער" סארט פלעק און עס איז מלשון "בלאטערן" (שחין) וואס איז אויך ווייסליך. אבער אויב איז דאס ריכטיג, איז מערקווירדיג אז מען ניצט נישט "בלאט" אלץ "ווייס" אין אנדערע קאנטעקסטן.
ווידעראום, אויב מיינט דאס א פלעק אליין, וואס דאן איז דער מקור לכאורה ריין ענגליש (blot), איז טאפלט* שווער:
- א' - צו וואס האט אויסגעפעלט בארגן אן ענגליש ווארט ("בלאט") אויב עס גיבט נישט גארנישט צו צום אידישען ווארט ("פלעק"),
ב' - פארוואס חזר'ט מען איבער דעם ווארט צוויי מאל מיט אן עם הארצות דוגמת "מים אחרונים וואסער" און "גוט יום טוב"?
*