העלפטס מיר מאכן אן החלטה: HTC ONE ווערסוס Samsung Galaxy

הילף, עצות און טיפס
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

העלפטס מיר מאכן אן החלטה: HTC ONE ווערסוס Samsung Galaxy

שליחה דורך יידל »

מ'גרייט מיר זיך ברצות הוי"ה ברוך הוא צו קויפן א נייעם וואונדער-פאון. דער אייפאון האמיר שוין פרובירט און מיר האבן מחליט געווען אז מיר גלייכן אים נישט, סיי צוליב זיין אומבויגזאמקייט ווען ס'קומט צו האנדלן מיטן באטאריע, מיט צולייגן אן עס-די קארטל און מיט עס באהעפטן צו א מיקרא יו-עס-בי בענדל און סיי וויבאלד כ'האב א משוגעת פון קענען צולייגן אן אייגן פארשאפטער APK אן רוטן/דזשעילברעיקן דעם פאון, א.א.וו. בקיצור, דער אייפאון איז נישט אויף מיין ליסטע כעת. זוכן מיר, אלזא, אנדראויד-באזירטע טעלעפאנען.

נאך א נקודה: כ'בין אויף א ווערייזאן פלאן פון וועלכע כ'האב זייער הנאה צוליב זייער אויסערגעווענטליכע רעסעפשאן אין ניו יארק סיטי און כ'פלאן עס נישט צום טוישן אינעם נאענטן צוקונפט, און דערפאר קומט א נישט-ווערייזאנער פאון, דוגמת נעקסוס מביתם של גוגל, נישט אין באטראכט.

נאכן דורכגיין מיינע אפציעס בין איך געבליבן מיט א ספק צווישן די פאלגענדע פאונס: סעמסונג געלעקסי S5 מיני, סעמסונג געלעקסי S4, עיטש-טי-סי 1 רימיקס, און דער ערשטער עיטש-טי-סי 1 (m7). לאמיר קלארשטעלן פארוואס דער געלעקסי S5 און דער HTC איינס M8 איז נישט אויף מיין ליסטע: כ'גלייך נישט קיין דזשאומבאו פאונס., און ווען יא וואלט דער דילעמע געווען צווישן די צוויי לעצט דערמאנטע.

לאמיר נאר אראפלייגן די הויפט ספיקות. די חילוקים צווישן דער געלעקס S5 מיני און דער געלעקסי S4 זענען אז כאטש דער S5 איז נייער איז דער S4 א פיל בעסערער פאון. דער S5 מיני האט בלויז א 720 רעזעלוציע, אין קעגנזאץ צום S4'ס 1080. דער S5 מיני האט בלויז אכט מעגאפיקסל קאמערע, קעגן דעם S4'ס דרייצן מעגאפיקסלס. דער S5 מיני האט א בעטערי לייף פון 10 שעה רעדן-צייט, בעת דער S4 האט 17 שעה רעדן-צייט בעטערי לייף. דער S5 מיני האט בלויז 326 PPI בעת דער S4 האט 441 PPI. דער S5 מיני האט נישט קיין טערמאמעטער, באראמעטער, א דזשעסטשור סענסאר, און א יומידיטי סענסאר, וואס דער S4 האט יא. נאך א מעלה וואס דער S4 האט איז דער פרייז - א משהו ביליגער ווי ד S5 מיני'ס פרייז.

כאטש פון דעם אלעם זעט אויס אז דער S4 איז בעסער, דאך האט דער S5 מיני צוויי מעלות קעגן דעם S4, חוץ וואס עס נייער. איינס איז אז עס וועגט נאר 120 גראם בעת דער S4 וועגט 130. אויך איז דער S5 מיני קלענער ווי דער S4, א שטארקער מעלה אין מיינע אויגן. נאך א מינדערוויכטיגער חילוק איז אז דער S5 מיני האט דער פינגערפרינט איי-די פיטושר און דער אויגן-סקראול פיטשור וואס דער S4 האט נישט.

דאס איז איבער די סעמסונג פאונס. יעצט צו די צוויי HTC טעלעפאונס. ווי געשמועסט איז דער דילעמע צווישן HTC איינס רימיקס (וואס איז בעצם דער נייערער ווערסיע פונעם איינס, נאר אין א מיני ווערסיע), און HTC וואן דער אריגינעלער, באצירט מיט די ר"ת m7.

לאמיר אנהייבן מיט די מעלות פונעם HTC ONE קעגן דעם HTC ONE REMIX. דער וואן האט 1080 רעז קעגן 720 פארן רימיקס. דער וואן האט 468 PPI קעגן דעם רימיקס'ס 326. דער וואן האט טאק-טיים בעטערי לייף פון 18 שעה, קעגן 16.2 אויפן רימיקס.

אבער דער רימיקס איז היבש א גוטער פאון מיט שיינע מעלות: דער רימיקס וועגט בלויז 137 גראם קעגן דעם וואן'ס 143. עס האט אן עס-די סלאט, וואס דער וואן האט נישט (רחמנא ליצלן!). דער וואן האט אן אפגעריסענע 4 מעגאפיקסל קאמערע בעת דער רימיקס האט א 13 מעגאפיקסל קאמערע.

יעצט אז כ'האב שוין אויסגערעכנט די מעלות פון דעם געלעקסי קעגן דעם געלעקסי, און דער HTC קעגן דער HTC, איז צייט צו פארגלייכן די צוויי קאמפעניס.

איז אזוי, דער געלעקסי פון איין זייט האט א מיליאן און איין פיטשורס, אבער למעשה איז עס פון פלאסטיק, און אביסעלע דיקער ווי דער HTC (אבער למעשה צוליב'ן דיקקייט קען מען ארויסנעמען די באטאריע, וואס HTC ערלויבט נישט. אבער מיט אזא לאנגן באטאריע לייף, ווער דארף ארויסנעמען דעם באטאריע?). דער HTC האט א שיינער מעטאלענער גוף, און בכלל איז HTC SENSE שענער אין מיינע אויגן ווי SAMSUNG TOUCHWIZ.

נו, וועלכע פאון קויפט מען?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

יידל האט געשריבן:דער אייפאון האמיר שוין פרובירט און מיר האבן מחליט געווען אז מיר גלייכן אים נישט, סיי צוליב זיין אומבויגזאמקייט...


גראדע הער איך לעצטענס אז די אייפאון איז דוקא גאנץ בויגזאם...
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

איך וואלט צוגעלייגט נאך א קריטיריע. איינע פון די פאונס קען מען טוישן בעטעריס אז מען זאל קענען אריינלייגן א פרישע בעטערע אויב עס לויפט אויס אינטערוועגנס? איז בכלל דא היינט א סמארט-פאון וואס מען קען טוישן בעטעריס?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך חד גדיא »

קענען טוישן בעטערי איז זייער וויכטיג. צוגעזאגטע לאנגע בעטערי לייף איז געווענליך נישט גענוג.
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

איך געדענק ווען כ'האב נאך לאנג סוירטשן און פרעגן מחליט געווען אויף s4 מיני. כ'האב שפעטער נאכ'ן חומד זיין מיין חבר'ס, חרטה געהאט פאר'ן נישט קויפן דעם s4. טאקע מחמת גודל קטנותו. כ'האב צוגעקויפט צוויי היי קאפעסעטי גאלד באטעריעס. ביניך נישט דער גרויסער מבין אויף פאונס אבער אז כ'על האבן שפעטער צייט וועליך מאריך זיין בגודל מעלתו של ה-עס 4, כפי שנראה לי מחברי החביב.
אינטרעסאנטער נקודה. נאך א האלבע יאר און דער ס-4 מיני איז מיר נאך קיינמאל נישט ארויסגעפאלן פון די הענט. כ'ווייס נישט צו ס'איז די וואג, פארעם, סייז אדער פלאסטיק קאווער מאטריאל. מסתמא אין הדבר תלוי אלא בי.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

זוי אויך קען מען צוקויפן פארשידענע בעטערי פעקס מחכמות שונים.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

כ'האב גראדע געשריבן אינעם OP אז דער גאלאקסי האט א בעטערי וואס מען קען טוישן, מה שאין כן דער HTC ONE. למעשה אבער איז HTC באקאנט מיט זייערע מאכטפולע בעטעריס, און דער HTC ONE REMIX בפרט הייסט גאר א שטארקער בעטערי. סתם אזוי אזוי בין איך אינמיטן טאג אין אפיס אזוי אז כ'קען טשארדזשן די בעטערי אז כ'וויל, ממילא איז בעטערי נישט מיין נומער איינס פריאריטעט. איבערליינענדיג וואס כ'האב געשריבן ווייס איך אפילו נישט פארוואס כ'האב געלייגט אפילו אן אויג אויפן S5 מיני ווען דער S4 איז בעסער אין אזויפיל הינזיכטן. מיין דילעמע איז יעצט צווישן דער HTC ONE M7, דער HTC ONE REMIX אדער דער S4.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

איך בין א קנאפע פארשטייער אין טעכנישע זאכן אבער וויפיל סקומט מיר אויס צו ליינען אין סייטס אדער מאגאזינען אין די טעכנאלאגיע אפטיילונג איז די הטס אויסגעוועלט געווארן דורך זייער אסאך אלס די פאון פון יאר, די מ8 עכ"פ.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

יא דער HTC ONE M8 איז א היט פון א פאון, נאר איז צום באדויערן צו גרויס פאר מיינע קליינטשיגע הענט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

לדעתי לדעתי זאלסטו יא נעמען די s5 אדער די m8, ביז א וואך און א האלב וועסטו נישט שפירן זייער גרויסקייט.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

ונבנתה העיר האט געשריבן:לדעתי לדעתי זאלסטו יא נעמען די s5 אדער די m8, ביז א וואך און א האלב וועסטו נישט שפירן זייער גרויסקייט.

מען מוז זאגן אז דו האסט קליינע הענטעלעך, רוב מענטשן שפירן נישט די גרויסקייט נאך א טאג צוויי לכל היותר
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ונבנתה העיר האט געשריבן:לדעתי לדעתי זאלסטו יא נעמען די s5 אדער די m8, ביז א וואך און א האלב וועסטו נישט שפירן זייער גרויסקייט.

גערעכט, ס'טאקע לאו כל האצבעות שוות, אבער ביז אפאר טאג געוויינען זיך די הענט צו צום נייעם גרעסערן פארעם.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

נו, רבו עלי חבירי... אבער בין איך דאך ווייטער אין א ספק: דער S5 אדער דער HTC ONE M8?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

The s5 האט wireless charging
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

שליחה דורך גראף »

װאס זאגסטו װעגן אפאר נײע פאונ׳ס װאס קומען באלד צו װערײזען? אקעי איך װײס נישט צו מען קען עס רוטען.
Sony z3v
http://www.engadget.com/2014/10/09/sony-xperia-z3v/

Motorola Droid Turbo
א מעכטיגע פאון. (אזוי זאגט מען)
http://www.gottabemobile.com/2014/10/10 ... ase-nears/

און נאך אײנס װאס איך האב יעצט געזעהן. איך װײס נישט צו ס׳איז אמת אדער נאר א רומער.
Motorola Droid Mini
http://www.franchiseherald.com/articles ... -deals.htm
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

'ך מיין אז דו זאלסט איבערקלערן ווי גרויס דו ביסט גרייט צו גיין, ספעציעל מיט די htc, וואס די מעלות פון די m8 זענען אויסנאם, ספעציעל די געערטע קעמערע וואס זו פארמאגט. נאך א מעלה פון גיין מיט די גרעסערע פאון איז וואס דו קענסט נעמען אין באטראכט די נייע moto x, וואס האט גאר אינטרעסאנטע מעלות, ווי א למשל די געדאנק פון turbo charging און personalization. אויב קלערסטו נאך אלץ פון די m7, געדענק אז דאס האט נישט קיין sd slot, וואס דו שרייבסט אלץ איינער פון דיינע נויטיגע ספעקס.

אויך דרייט זיך א שמועה אז די נייע נעקסוס וואס קומט ארויס אין די קומענדיקע וואכן 'עט זיין ביי ווערייזען אויך. קען זיין אז ס'איז דיר סייווי נישט אינטרעסאנט צוליב די סייז, 'ך שרייב בלויז להערער בעלמא.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

די רימיקס m7 מיני האט יא אן עס די סלאט. די גרויסע האט ליידער נישט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

כ׳רעקאמאנדיר HTC, די קוואליטעט איז הפלא׳דיג, ס׳שפירט זיך באקוועם און ס׳ארבעט ווי א זייגער (ס׳האט זיך נאך קיינמאל נישט פארהאנקערט און ניטאמאל געגעניצט), כמעט א מושלם.
כאן, חבל טבור הארץ.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

דבילה האט געשריבן:אויך דרייט זיך א שמועה אז די נייע נעקסוס וואס קומט ארויס אין די קומענדיקע וואכן 'עט זיין ביי ווערייזען אויך. קען זיין אז ס'איז דיר סייווי נישט אינטרעסאנט צוליב די סייז, 'ך שרייב בלויז להערער בעלמא.

This is the Nexus 6, and Yes, It’s Coming to Verizon
נח בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:29 am
געפינט זיך: אין תיבה
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 414 מאל

שליחה דורך נח בער »

יידל האט געשריבן:יא דער HTC ONE M8 איז א היט פון א פאון, נאר איז צום באדויערן צו גרויס פאר מיינע קליינטשיגע הענט.

א פארנומענער טאג וואס מיר לויפן ארום אריינצוכאפן מצוות ומעשים טובים אז דער קוויטל זאל דורכגיין כהוגן אבער טון א חסד איז אויך גאנץ וויכטיג נאכדערצו פאר אזא געערטער אינטעליגענטער מאן ווי אונזער יידל שיחי'.

במטותא מינך, גיי מיטן HTC One M8.

וועסט עס נישט באדויערן.

דאס איז דער קורצער ענטפער.

פאר א לענגערער הסבר, אויב ס'וועט אויספעלן, ביטע דערמאן מיר נאך יום טוב.

איידער דו מאכסט אפ דיין באשלוס, לאז וויסן. מעגליך אז כ'וועל קענען ארויסהעלפן מיט א גוטע פרייז וכדומה.
פארשפארט