ארטסקרול הייבט אן תשובה טוען

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2330 מאל

ארטסקרול הייבט אן תשובה טוען

שליחה דורך נהורא נפישא »

און שול דעם יו"ט, האב איך זיך באגעגנט מיט אן עקזעמפלאר פון א נייעם אויפלאגע מקראות גדולות, ארויסגעגעבן דורך ארטסקרול פובליקאציע.

נעמענדיג דאס אין די האנט אריין, גרייטענדיג זיך צו דרשנ'ן על כל קוץ ותג תלין של דרשות, בין איך אבער געווארן געפלעפט איבער די שינויים למעליותא, וואס זיי האבן מחזיר געווען עטרה ליושנה, צוריקשטעלענדיג די צורות האותיות כמאז ומקדם.

ווי באקאנט האבן שוין פולע מעורר געווען, אויף די וואנזיניגע און אומדערהערטע חוצפה פון די ארויסגעבער, ווען זיי האבן פורץ גדר געווען, משנה צו זיין די צורות האותיות המרובעות וואס מיר האבן מקובל פון די בחורים הזעצערס ולמעב"ק המדפיס גוטענבערג ז"ל וואס האבן מקבל געווען די צורות האותיות על כל קוציה ותגיה, הללמ"מ, ווי רויך האבן זיי בשאט נפש ובזדון ובמעל משנה געווען צו מאכן די נקודות, מרובעות אנשטאטס עגולות, און מיט דעם האבן זיי ליידער משנה געווען א זוז כלשהו פון וואס מיר האבן מקבל געווען מרבוה"ק זצוקללה"ה זיעועכי"א.

מ'האט אנגעוויזן -צום ביישפיל- אויפן דעכל פונעם למ"ד, אז זיי האבן דאס מצייר געווען אויף אריין אנשטאטס ארויס, למעשה אפילו יעצט האבן זיי דאס נישט אינגאנצן מתקן געווען, ווייל שאני מינות דמשכי, און זיי האבן געמאכט ליידער א פשרה דאס צו שטעלן ערגעצוואו אינדערצווישן.

אויך האבן זיי דאס נאר צוריקגעשטעלט אינעם ביבלישן טעקסט, ווי אויך אינעם תרגום וואס איז מסיני, אבער אין די מפורשים החונים מסביב, האבן זיי ליידער דאס נאך געלאזט צום אלטן רח"ל

למעשה הער איך יעצט פון די לאגער פון די מעוררים, אז זיי זענען זייער בייז אז זיי האבן דאס צוריקגעשטעלט אויך אינעם תרגום, ווייל ס'וועלן נאך זיין תמימי לב, וואס וועלן האבן די מינדעסטע הוא אמינא, אז אט דער תרגום איז מסיני, ווען דאס איז למעשה דער טריפהנער תרגום וואס די משכילים ימ"ש האבן ממציא געווען.

אויך טענה'ן זיי אז די קאליר בלוי, איז א כפירה'דיגע קאליר, וואס האט זיין שורש ביז דעם טריפה'נעם העברעאיש, אט אזוי גייט די חשבון: די קאליר בלוי שטאמט דאך פון די ציוניסטישע פאן, וואס דארף צו סימבאלאזירן דעם טלית, וואס די בלוי פאסן פונעם טלית סימבאלאזירט דעם תכלת, תכלת דומה לים, ים דומה לרקיע, רקיע דומה ל"כסא הכבוד" העברעאיש פוי פוי (חסר הסיום וחבל על דאבדין
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר