את אשר היתרת אסרתי?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

את אשר היתרת אסרתי?

שליחה דורך ראש הישיבה »

[justify]אין ווידוי פון רבינו ניסים ליינט זיך א שורה: את אשר אסרת היתרתי, את אשר היתרת אסרתי. דאס אז אסר'ו א דבר המותר אז אן עבירה איז דבר הצריך ביאור. וביותר אז עס איז פארגליכן צו מתיר זיין אן איסור? מיט די זעלבע אטעם זאגט מען ביידע. ווי קען זיין אז אסר'ן זאל זיין די זעלבע ווי מתיר זיין?

די פירש הפשוט איז, אז על פי רוב קומט אויס אז ווען מען איז מחמיר איז עס גורם קולות און נאכגעלאזנקייט. ווען איינער זעהט אז ער קען נישט מחמיר זיין דער חומרא וואס ער מיינט אז מען טאר טאקע נישט, פילט ער ווי אן עבריין, וואס דאס איז גורם אז ער זאל עובר זיין דברים וואס זענען טאקע אסור.

די ערשטע ראיה איז פון חוה. חוה האט געזאגט אז דער באשעפער לאזט נישט צורירן צום עץ הדעת. יעצט פשטות איז זי נישט קיין ליגנער געווען. פון ווי נעמט זי צו זאגן אז דער באשעפער אמר לא תגע בו יד? נאר וואס דען, זי האט געהאלטן אז אויב ער לאזט נישט עסן, זיכער איז א חשובער זאך למיגדר מילתא נישט צוצירירן צום עץ הדעת. נאך מער האט זי געהאלטן אז גער גדר איז ממש די רצון השם. עד כדי כך אז זי האט געהאלטן אז זי מעג זאגן אז דער באשעפער זאגט לא תגע בו. אלץ איז געווען פשוט כדי צו האלטן שטארק די רצון השם פון לא תאכלו ממנו.
וואס איז געשעהן? דער נחש האט איר געוויזן אז עס געשעט גארנישט אז מען רירט צו, און ממילא האט זי געפילט אז זי מעג עסן. עס קען זיין אז מען מעג זאגן, אז חוה נאכן רירן די עץ הדעת האט שוין געפילט אז זי איז א פארלוירענער, ווייל זי האט עובר געווען אויף נגיעת עץ הדעת, ממילא איז זי נכשל געווארן אין אכילת עץ הדעת. וואלט זי נישט געמאכט א נייע איסור נגיעה קען זיין זי וואלט קיינמאל נישט נכשל געווארן אין עסן די עץ הדעת.

מיר דארפן אלע מאל געדענקן פאר מיר שאפן נייע איסורים, אז מיר דאס אן עבירה פונקט ווי מתיר זיין איסורים.

מענין לענין וואלט איך געשריבן א געדאנק בשם הבעל שם טוב. עס שטייט שוחט משום מאי מחייב, משום צובע. איז די בעש"ט מסביר אז שוחט גייט ארויף אויף די יצר הרע אז מען גייט אים שחטן ווען משיח קומט. איז שווער פארוואס גייט מען אים שחטן, ער איז דאך באשאפן געווארן נאר וועגן דעם צוצירעדן מענטשן לעבירה? אויף דעם איז דער תירוץ משום צובע. ער איז נאר דא אויף צו רעדן צו א מענטש צו טוהן עבירות, אבער נישט אויף אים צו נארן אז אן עבירה איז א מצוה. וועגן דעם שחט מען אים אז ער פארבט עבירות פאר מצוות. עכת"ד

איז שווער א קשיא, ווי איז דא א מציאות אז א מענטש זאל זיך איינרעדן אויף אן עבירה אז עס איז א מצוה? חילול שבת קען זיין א מצוה? שפיכת דמים? לשון הרע? ווי קען זיין א מציאות אז ער רעדט אונז איין אז אן עבירה איז א מצוה?

דער תירוץ איז, זייער סאך מאל וויל א מענטש טוהן א גוטע זאך. אבער דער בעל דבר זעהט אז ער קען אים נישט אפהאלטן. גייט ער און ער מאכט עס מער. למשל איינער האלט נאך די הייליגע טעג ער האט אן התעוררות. ער וויל זיך עפעס מקבל זיין. טראכט ער גייט לערנען יעדער טאג 15 מינוט. דער בעל דבר זעהט אז ער גייט עס טוהן. זאגט ער אים 15 מינוט? ביסט א לאו לייף, ווייניגער ווי א שעה א טאג איז גארנישט ווערט. פארוואס?, ווייל ער ווייסט אז א שעה קען ער נישט אהנהאלטן צו לאנג ממילא ווייסט ער אז פון דער קבלה גייט גארנישט בלייבן.

אויב דער מענטש איז זיך מקבל 15 מינוט א טאג טוהט ער א מצוה, אבער אויב ער איז מקבל א שעה א טאג איז עס אן עבירה, ווייל דאס קען ער נישט מקיים זיין. אבער דער בעל דבר שרייט אז נאר א שעה איז א מצוה. דאס מיינט א צובע ער פארבט אן עבירה פאר א מצוה.

צוריק צום נושא. אין יעדער פרט פון אידישקייט אז דא דער געדאנק פון את אשר היתרת אסרתי וואס ברענגט פראבלעמען.[/justify]
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

די מעשה מיט חוה דארף א הסבר, ווייל טאמער האט זי געוויסט אז באמת האט די באשעפער נאר גע'אסר'ט צו עסן, דאן וואס האט די נחש אויפגעוויזן מיט דעם וואס זי האט צוגערירט און ס'איז גארנישט געשען?

האב איך געזען די שפתי חכמים זאגט זייער גוט פשט, אז דער באשעפער האט נאר גערעדט צו אדם הראשון און ווען אדם האט עס איבערגעזאגט פאר חוה האט ער צוגעלייגט אז מ'טאר אפילו נישט אנרירען און זי האט געמיינט אז דאס קומט פון באשעפער.

אגב, האב איך געהערט א שיינע טייטש בשם מהרי"ץ דושינסקי. דער באשעפער זאגט: כי לקח טוב נתתי לכם - די תורה וואס כ'האב אייך געגעבן איז גוט וויאזוי עס איז, תורתי אל תעזבו - העלפטס מיר נישט ארויס מיט מיין תורה דורך צולייגן צו די תורה, ווייל כל המוסיף גורע. ודפח"ח
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

בל תוסיף איז א בפירוש׳ער לאו, און כבוד הראש ישיבה איז דא מכוון צום משל פונעם דובנער מגיד.

אבער דער חוט השערה צווישן ״אל תצדק הרבה״ און ״קדש עצמך במותר לך״ איז א פארנעפל׳טער, ס׳איז א גדר וואס יעדער בויעט לויט זיין פארשטאנד און אומפארשטאנד, והנח להם להני טפשאי צו פארדרייען די יוצרות כל היכי שידם מגעת.
כאן, חבל טבור הארץ.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

צווישען די קאפעל שטריימעל און אלע בגדים, און דאווענען און לערנען און רוב זאכען וואס זענען רעליגיע היינט צו טאג, זעה איך איין גרויסע בל תוסיף. אדרבה וואס איז נישט צוגעלייגט?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

זייער שיין, [tag]ראש הישיבה[/tag].
מען זאגט נאך פונעם גר"א, והיה כאשר "תריד" - אויב לייגט מען צו איין מצוה און פון תרי"ג ווערט תרי"ד, דאן ופרקת עולו - ווערט מען א גאנצער פורק עול.

ראש הישיבה האט געשריבן:איז שווער א קשיא, ווי איז דא א מציאות אז א מענטש זאל זיך איינרעדן אויף אן עבירה אז עס איז א מצוה? חילול שבת קען זיין א מצוה? שפיכת דמים? לשון הרע? ווי קען זיין א מציאות אז ער רעדט אונז איין אז אן עבירה איז א מצוה?

זייער גוט געזאגט.
רבי נתן מברסלב זאגט אז מען זעהט ביי צוויי עבירות ווי דער יצר מאכט עס פאר מצות, איינס ביי מחלוקת, עס איז ממש א מצוה יענעם צו לייגן אין דער ערד, און עס איז ממש אן עבירה יענעם צו העלפן. ביי דעם זעהט מען ממש בחוש ווי דער עולם ליגט אין די "מצוה" ראשו ורובו. דער בעל התניא שרייבט אין א בריוו אז אלע צרות קומען וועגן מחלוקת לשם שמים. ואנשי סדום רעים וחטאים - זיי זענען געווען שלעכטע מענטשן, לה' מאוד - אלעס נאר פארן אייבערשטנ'ס וועגן.
צווייטנס איז ביי זיין צובראכן און טרויעריג, דער פסוק זאגט תחת אשר לא עבדת את ה' בשמחה ובטוב לב, ווען א מענטש איז אויפגעלייגט אין א גוטע גוסטע וועט ער אייביג זיין מער וואויל או ןערליך, קומט דער יצר און זאגט אז עס איז דאך א מצוה צו זיין צובראכן און האבן א לב נשבר. רבי נחמן זאגט אז עס איז אסאך גרינגער צו קומען פון לב נשבר צו עצבות ווי צו קומען פון שמחה צו הוללות.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
פארשפארט