חלזון האט געשריבן:שוין געענטפערט:
viewtopic.php?p=228573#p228573
ממאכט נישט קיין שהחיינו :
http://asif.co.il/?wpfb_filepage=alon-s ... -61-78-pdf
נישט באמערקט אנטשולדיגט
חלזון האט געשריבן:שוין געענטפערט:
viewtopic.php?p=228573#p228573
ממאכט נישט קיין שהחיינו :
http://asif.co.il/?wpfb_filepage=alon-s ... -61-78-pdf
ריכטיג האט געשריבן:דיין ביאור אין דמיו יקרין שטימט טאקע אין די גמרא אבער נישט אין רש"י און נישט אינעם ערוך. ווי אויך נישט מיטן מציאות פונעם מורעקס (ער ליגט נישט ביים אפגרונד נאר זייער נאנט צום ברעג ).
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לעצטענס האט זיך געמאכט אן אויפוואכונג אין די חסידישע וועלט איבער תכלת, דעריבער עפען איך אויף נאכאמאל דער אשכול.
למעשה קוק איך אן די טענות פון [tag]חלזון[/tag] אלץ זייער שוואך.
לימו"צ און לימוצ"א דארפען נישט זיין די זעלבע זאך. דער וואס קען אביסל אין שפראך ענינים ווייסט אז ס'איז מסתמא דא עפעס א שייכות צווישען די צוויי, ותו לא.
אז רש"י ברענגט אן אנדערע גירסא פון די מדרש איז א ראיה אז ס'איז דער זעלבע זאך?! וואס עפעס? אויב עפעס איז עס פארקערט!
דער שייכות צווישען א חלזון און א שנעק קומט דורות שפעטער, פון טשיקאווע ספרים וואס זענע נישט געשריבען דורך גדולי דורם און זיי זאגען גארנישט אז ס'איז ביי זיי במסורה. דאס איז גאר א שוואכער ראיה אויף וואס צו בויען.
די אלע שפראך ענינים זענען נישט אין פלאץ. מ'זעט ענליכע ווערטער אין אסאך נושאים און איך האב שוין געהערט ראיות אויף דער שבט און יענער שבט אז זיי זענען פון די עשרת השבטים מיט א מקור פון ווערטער וואס זענען ענליך צו לשוה"ק.
פורפורא איז א ווארט אויף דער פארב purple און ס'דארף נישט האבען קיין שייכות צו די מציאות פון וואס מ'רעדט. אזוי איז עס אין מעדיצין און אנדערע ענינים.
און דער רמב"ם האבען זיי סתם אזוי פארזע'ען, נאכ'ן אראפ ברענגען זיין לשון. ער זאגט קלאר (פרק ב' מהל' ציצין הל"ב) כיצד צובעין תכלת של ציצית לוקחין הצמר ושורין אותו בסיד ואחר כך מכבסין אותו עד שיהיה נקי ומרתיחים אותו באהלא וכיוצא בו כדרך שהצבעין עושין כדי שיקלוט את העין ואחר כך מביאין דם חלזון והוא דג שדומה עינו לעין התכלת ודמו שחור כדיו ובים המלח הוא מצוי ונותנין את הדם ליורה ונותנין עמו סממנין כמו הקמוניא וכיוצא בהן כדרך שהצבעין עושין ומרתיחין אותו ונותנין בו הצמר עד שיעשה כעין רקיע וזו היא התכלת של ציצית:
אלץ וואס ער זאגט שטימט נישט מיט די מיורעקס, פון דעם אז ס'געפונט זיך אין ים המלח (נישט ים התיכון), ביז די סממנין וואס זיי ווייסען נישט וואס זיי זענען. ער רופט עס אן א דג, נישט כמו דג, און ער דערמאנט די שווארצע בלוט, נישט די זייטיגע אדער. בקיצור די איינציגסטע וועג וויאזוי צו פארענטפערען דער רמב"ם איז דןרך זיך בייגען אהין און אהער און זיך דרייען אין א פרעצעל.
דער טענה קעגען דער ראדזינער תכלת אז דער גמרא וואלט אונז געדארפט זאגען דער סימן וואס איז אזוי בולט, איז א וואניזיניגע נערישקייט. ובכללות, אסאך פון די תכלת פראמאטערס רעדען וועגען די גמרא כמאן דלא טעים איניש שמעתתא. די גמרא זוכט נישט אונז מגלה צו זיין וואסס דער חלזון איז. אויף דעם האט מען זיך פארלאזט אויף וואס מ'האט זיך אלץ פארלאזט. מיר האבען נישט קיין חשבון צו סברא ווען איז שבת, דער סיסטעם גייט ווייטער זייט מתן תורה. אזוי איז ביי לולב און אתרוג, חטה ושעורה און נאך זאכען. די דורות גייען ווייטער און מ'געדענקט אלץ. חלזון איז א פלאנטער און מיר האבען נישט דער סיסטעם וויאזוי מ'האט אלע אנדערע זאכען געלערנט. און דעריבער זוכט מען אפיר צו קראצען ראיות פון דא און דארט.
נ.ב. די ווערטער באציען זיך צום פותח האשכול, און זיין ראיות. איך ווייס ס'איז נאך דא א סאך צו רעדען דערוועגען, און א גאנצע וועבסייט איז שוין געווידמעט צו דעם. איך מיין נאר די טענות דא.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הייסט׳ס דער רמב"ם איז א קשיא? אקעי, אויב אזוי זענען די ראשונים בכלל נישט קיין ראיה
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז גאר אן אנדערען ענין. אונזער פותח האשכול האט דוקא געוואלט ראשונים, און אין דער אריכות אויף אייוועלט און אוצה"ח, עקשנ׳ן זיי נאך מער.
דער מציאות דארף מען אהער ברענגען. איינער האט געטראפען ציצית פון דעמאלס און קלאר באשטעטיגט אז ס׳קומט פון א שנעק, און גאר דער שנעק?
איך האב נישט געליינט פון אזא מציאות. טאמער ס׳איז דא אויפווייזונגען, לאמיר זע׳ען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס יא. אבער ווילאנג מ׳האט נישט געטראפען קיין ראיה אז מ׳האט עס גענוצט פאר ציצית, איז עס נאר א guess נישט קיין באווייז.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:׳אדער אנדערע קליידער׳
הייסט׳ס מ׳ווייסט נישט וועלכע קליידער האבען עס געהאט? מ׳ווייסט נאר אז מ׳האט עס פאר עפעס גענוצט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: ביז דאס איז נישט אויפגעוויזען, ווייסט מען נאר השערות.
בן עקיבא האט געשריבן:לויט מיין אינפורמציה איז נאר דא איין נאטורליכע קאליר, נישט געמישט מיט כעמיקאלן (סממנים) וואס טוישן די קאליר.
אדרבה, אפשר זאגט איר מיר וויאזוי מען קען ארויסנעמען אן אנדערע קאליר דער פון, אדער עטליעסט וואסערע קאליר דו רעדסט פון