מילתא דבדיחותא בצחות והלצה נאמרים, להתענג בתענוגים, לשמח לבב אנשים, לכבוד חג וימי הסוכות הבאים.
עס איז געווען אמאל א פיינער בחור, וועלכער האט נעבעך געהאט איין משוגעת, אז ער פלעגט צו זאגן איבערגעטריבענע גוזמאות, וכדומה, למשל ווען מען האט אים געזאגט שלום עליכם, האט ער צוריק געענטפערט, שלום עליכם עליכם ועל בניכם יוסף ה' עליכם ועל בניכם ועל דורותיכם ראשיכם שבטיכם זקניכם שוטריכם ושופטיכם וכו'.
פרעגט מען אים, וויאזוי הייסטו, זאגט ער אברהם יצחק יעקב משה אהרן יוסף דוד ראובן שמעון לוי יהודה יששכר זבולון וכו', מען האט אים געפרעגט וואו לערענסטו? ענטפערט ער, איך לערן אין וויען אין טשעבין אין קארלין אין אושפיצין אין בורשטין אין בעסערמין אין בערלין אין סטיטשין וכו'. וויפיל בחורים לערנען דארט אין ישיבה? דעי זמן לערנען דארט דריי הונדערט טויזענט מיט פינעף הונדערט פינעף און זיבעציג, אבער קומענדיגן זמן קומען צו נאך זיבן און פערציג טויזענט וועט שוין זיין זעקס הונדערט טויזענט מיט דריי הונדערט און פיר און דרייסיג בחורים וכו'. איינער פרעגט אים, וואס טוט דיין טאטע ער איז א בעל קורא? זאגט ער וואס? נאר א בעל קורא? ער איז א בעל תפילה א בעל תוקע א בעל גאוה א בעל תאוה א בעל דמיון א בל יראה ובל ימצא ובל תשחית ובל תשקצו וכו'. פרעגט אים יענער וואו וואוינסטו ענטפערט ער אין מאנטיסעלא אין מאנטעווידעא אין מאונט גאמרי אין מאנטרעאל אין מאנסי אין מאנרא אין מאונט קיסקא וכו'. איינער פרעגט אים, וואו דאווענסטו? ענטפערט ער, איך וויל נישט זאגן, אפשר דאך, זאגט ער אקעי עס הייבט זיך אן מיט א ס', זאגט יענער אה סאטמאר, שרייט ער וואס רעדסטו סאטמאר סקולען סטראזניץ סטאלין סאסרעגען סיגוט ספינקא ספינקא ספינקא סאמבאטהעלי סערדעהאלי סעמיהאלי סאנץ סענט-אגעטה סענדז-סטריט סאוט-פאלסבורג סאן-פראציסקא וכו'. איינער האט אים געזאגט, איך הער אז דו קענסט אביסל חזנות? ענטפערט ער וואס רעדסטו, חזנות שדכנות בדחנות ליצנות יושבי קרנות וכו'.
בקיצור מען קען זיך שוין אליין פארשטעלען, אז פון קיין שידוך איז קיין רעדע נישט געווען, ווייל ווען ער איז נאר געזעצן ביי א פארהער ביים אבי המדוברת, האט ער זיך פאררעדט מיט זיינע גוזמאות, ביז איינמאל ווען זיין טאטע האט צוגעזאגט שווערע געלטער פארן שדכן אויב ער קען באווייזן דעם קונץ אז זיין תכשיט זאל שוין א חתן ווערן נאך פאר סוכות למז"ט ובשעטו"מ.
דער שדכן נעמט אפיר דעם בחור, און ער זאגט אים, בחור טייערער, דו ביזט דאך באמת א וואוילער בחור, דו האסט נאר איין קליינער פראבלעם, אז דו האסט ליב שטענדיג צו זאגן גוזמאות, קום איך וועל דיך נעמען צו א איד וועלכער זוכט א וואוילן בחור, אבער יעצט איינמאל זאג נישט קיין גוזמאות, זאגט דער בחור וואס זאל איך טוהן? איך קען זיך נישט צוריקהאלטן, זאגט אים דער שדכן, ווייסטו וואס? איך וועל דארט זיין צוזאמען מיט דיר, און אז איך וועל זען אז עס גייט ארויס פון די גדרים, וועל איך דיר געבן צי ביים רעקל אז דו זאלסט זיך בעהעיווען.
אומר ועושה דער בחור זיצט שוין דארט אין א גוטע שעה, און דער צוקונפטיגער מחותן זאגט אים שלום עליכם, און דער בחור ענטפערט צוריק עליכם ועל, פרעגט ער אים וויאזוי הייסטו? זאגט ער אברהם יצחק יעקב מ, זאגט יענער זייער א שיינע נאמען אלע דריי אבות, און ער פרעגט אים ווייטער וואו לערענסטו? ענטפערט ער אין וויען אין, פרעגט ער אזוי? וויפיל בחורים לערנען דארט אין וויען? זאגט דער בחור דריי הונדערט טוי, אזוי האט ער אים געהאלטן אין איין שטעלן פראגען און דער שדכן זיצט זיך דארט אין דער זייט, און ער האלט אים אין איין ציען דאס רעקל.
און ווען דער שדכן האט שוין געזען אז אט אט ווערט שוין דער שידוך, איז ער ארויסגעגאנגען אין קאך טעלעפאנירען דעם אומגעדולדיגן טאטן פונעם בחור דערציילן אים די בשורה טובה אז ער קען שוין אנגרייטן דאס געלט.
און אינצווישן ווען דער שדכן איז נאך געווען אינדרויסן, פרעגט דער איד פון דעם בחור'ל, זאג נאר דיין טאטע האט שוין געבויעט זיין סוכה? ענטפערט ער אוודאי שוין פון פאראיאר פאר חנוכה האט ער עס אנגעהויבן צו בויען, פרעגט יענער, נו איז עס כאטש א שיינע סוכה? זאגט ער וואס רעדט איר, עס איז זיבעציג בלאקס די לענג, און אכציג בלאקס די ברייט, די סכך איז פון קופער, די ווענט זענען פון גאלד, די טיר איז פון זילבער, די פענסטערס זענען פון בריליאנטען און דיימאנטען, יענער קוקט אים אן מיט וואונדער, און פרעגט אים אזוי? זאגט ער וואס עס קען נישט זיין? זאגט יענער עס קען יא זיין, נאר איך האב נאך קיינמאל אזוינס נישט געזען.
אינצווישן איז דער שדכן אריינגעקומען, און ער האט גלייך באמערקט אז עפעס איז נישט אין ארדענונג, האט ער שנעל געווינקען מיט די האנט פארן בחור אז ער זאל נישט מגזם זיין, און בשעת מעשה פרעגט ווייטער דער איד אפשר קענסטו מיר זאגן ווי הויך איז די סוכה? ענטפערט ער נישט אזוי הויך בערך דריי טפחים, זאגט דער איד, איך פארשטיי נישט, אז דיין טאטע האט זיך געקענט ערלויבן צו בויען אזא גיגאנטישער סוכה, פון זיבעציג בלאקס די לענג, און אכציג בלאקס די ברייט, מיט קופערנע סכך, און גאלדענע ווענט, מיט זילבערנע טירן, און בריליאנטענע פענסטערס, האט ער זיך נישט געקענט ערלויבן צו בויען אביסל א העכערע סוכה?
ענטפערט אים דער בחור, מיין טאטע וואלט זיך שוין איינמאל געקענט ערלויבן, נאר דער שדכן ער לאזט נישט.
* * *
דער גאון און צדיק רבי חיים חזקיהו מדיני, בעל מחבר "שדי חמד", פלעגט דערציילן אט-די מעשה, וואס ווייזט אז לא עם הארץ חסיד, און אז מען לערנט נישט קיין הלכות, קומט ר"ל צו מכשולות:
עס זענען געווען צוויי ברידער, וואס איינער פון זיי איז געווען אן אויסגערופענער תלמיד-חכם, און א חשוב'ער רב, און דער אנדערער איז געווען א סוחר, און דערצו א רעכטער עם-הארץ. איין טאג האט דער סוחר געפרעגט זיין פרוי, פארוואס יעדער איז מכבד זיין ברודער דעם רב, בעת אים גיט קיינער נישט אפ קיין כבוד. האט די פרוי אים געענטפערט. "ווייל דיין ברודער איז א מדקדק במצוות, ער פירט זיך אויף שטארק ערליך ווי די הלכה איז, דעריבער איז אים יעדער שטארק מכבד."
האט דער סוחר געטראכט צו זיך, אז פון היינט און ווייטער וועט ער אויך זיין א מדקדק במצוות, און אזוי וועט ער אויך געניסן פון גרויס כבוד. ער האט באשלאסן צו פארן צו זיין ברודער, זיך צוקוקן צו זיינע מעשים פון דער נאענט און אנהייבן זיך אזוי צו פירן.
וכך הוה. אנקומענדיג צו זיין ברודער, האט ער געזען ווי די רביצין, די פרוי פון זיין ברודער, ברענגט אריין אן עוף מיט א שאלה, דער ברודער איז מעיין אין דער הלכה, און פסק'נט אז עס איז כשר, אבער ער גיט צו אז היות עס איז געווען דערויף א שאלה, וועט ער אליין שוין נישט עסן דערפון. ווען דער ברודער דער עם הארץ האט דאס צוגעזען האט ער באשלאסן אז ער וועט זיך אויך אזוי פירן, און נישט עסן פון א זאך וואס עס איז געווען דערויף א שאלה.
ער איז געבליבן זיצן ביים ברודער ביז ערב סוכות, דאן האט ער געזען ווי די רביצין קומט אריין און דערציילט, אז די קינדער האבן שוין געענדיגט בויען די סוכה, האט דער ברודער דערמאנט זיין פרוי אז מען דארף אכטונג געבן סוכות נישט אריינצוברענגען טעפ אין די סוכה, צוליב'ן כבוד פון דער סוכה.
הערנדיג דאס, האט דער ברודער דער עם הארץ מחליט געווען, אז ער האט שוין קונה געווען גענוג הלכות, און קען שוין אהיימפארן. אנקומענדיג אהיים, האט ער אנגעזאגט זיין פרוי אז זי זאל געדענקען אכטונג צו געבן נישט אריינצוברענגען טעפ אין דער סוכה, ווייל עס איז נישט קיין כבוד פאר דער סוכה.
די ערשטע נאכט סוכות איז ער געגאנגען דאווענען דעם יום-טוב'דיגן מעריב, מיט גרויס שמחה, און דאן זיך געגרייט צו פראווען די שיינע יום-טוב'דיגע סעודה. ווי-נאר ער איז אריינגעקומען אין דער סוכה, האט די בני-בית דערציילט דעם גרויסן נס וואס איז זיי געשען, ווי די סוכה איז שיער נישט פסול געווארן: איינער פון די קינדער האט בטעות אריינגעברענגט א טאפ אין דער סוכה, איז זי שנעל געלאפן צום רב פרעגן צי די סוכה איז פסול געווארן, אבער דער רב האט געענטפערט אז ניין, די סוכה איז נישט פסול געווארן און מען קען דארט רואיג עסן און שלאפן!
הערנדיג די רייד, האט דער מאן געזאגט, "אמת, דער רב האט גע'פסק'נט אז די סוכה איז נישט פסול געווארן, אבער איך וועל שוין דארט מער נישט קענען עסן און שלאפן, וויבאלד עס איז געווען דערויף א שאלה..."
און דער ברודער וועלכער האט זיך אנגעהויבן פירן ווי א "תלמיד-חכם", איז אריין מיט דער גאנצער משפחה אין הויז עסן...
(הליכות החיים פון הרב ראזענפעלד שליט"א פון סקווירא)
* * *
איינער האט אמאל אויפגעהאנגען און זיין סוכה א צוויבעל, מיט א פעדער אריין געשטעקט.
דער חבר האט אוהם געפרעגט וואס איז דאס?
האט ער גענטפערט, דאס איז בצל כנפיך (דער ב' מיט א פתח דער צ' מיט א צירי).
* * *
וואס בין איך?
א גאנץ יאר באנוץ איך זיך מיט דיר, אבער סוכות באנוצטו זיך מיט מיר.
גזירה שוה חמשה עשר חמשה עשר, ביידע מאל (סיי פסח און סיי סוכות) ווערט די שלאק פערטיג צום זמן... והמבין יבין.
* * *
א אלטער בחור האט געזוכט א שידוך, ער האט זיך געוואלט אינטערנעמען א סגולה, צו זאגן 40 טעג פרק שירה, אבער נערווען דערצו האט ער נישט געהאט, האט איינעם פארגעשלאגן אז ער קען אויסלאזן יעדע צוויי טאג, ווייל ווייניגער ווי דריי פסק'ן מיר דאך לבוד, סך הכל דער בחור האט זיך געזעצט זאגן פרק שירה דורך לבוד, און ער האט אנגעטראפן א דופן עקומה.
* * *
א איד האט זיך געמאכט א סוכה מיט אלע קולות, וואס עס איז נאר דא,
לבוד, דופן עקומה, צלתה מרובה מחמתה, וכו' וכו'..
די ערשטע נאכט יו"ט האט מען עם געגנבעט די לייכטער.
א טאג שפעטער קומט ער צום רב מיט טענות, היתכן ווי אזוי האט מען עם געקענט גנבענען די לייכטער, לויט די גמרא איז עס דאך א פארהאקטע סוכה פון אלע זייטן
איינער האט א תירוץ?
*
די מעשה גייט, אז די רב האט אים געזאגט "מסתמא איז דער גנב געווען אן עם הארץ"...
* * *
אין א שיעור מסכת סוכה,
דער מגיד רעדט ארום דער ענין פון מיגו דהוה דופן לענין סוכה הוה דופן לענין שבת, אז מען קען דארט טראגען.
רופט זיך אהן איינער: אבער מען זאגט דאך מיגו להוציא לא אמרינן...
*
והתירץ הוא, דבשבת אומרים ואפיק ית עמך "מגו" גלותא, הרי לך דבשבת אמרינן מגו להוציא...
* * *
זמן תפלה איז א דרבנן. שלאפען אין סוכה איז א דאורייתא. מי נדחה מפני מי???
*
א בחור האט מיר פארציילט זיין געניאלען איינפאל:
דעם ערשטען טאג יו"ט ווען מיין טאטע האט מיך אויפגעוועקט צום דאווענען, האבעך איהם געזאגט: "איך שלאף דאך יעצט אין סוכה, און עוסק במצוה פטור מן המצוה..."
פרעג איך יענעם: "האט עס געארבעט?"
"פרעג נישט, מיין טאטע האט מיך געגעבען אזא שטויס אז כ'בין שוין געוועהן א מצטער פטור מן הסוכה..."
*
אביסעלע אנדערש, תפילה איז א דרבנן, אין סוכה איז א דאורייתא...
* * *
איך שלאף אין סוכה און דער ווייב אינדערהיים. תשבו כעין תדורו.
* * *
דער מדרש זאגט, אמר הקב"ה לאברהם, אתה אמרת והשענו תחת העץ חייך שאני נותן לבניך מצוות סוכה.
זאגט מען נאך פון א גדול, אז די סיבה פארוואס אברהם אבינו האט ארויס געטראגן זיינע געסט אונטערן בוים, איז געווען ווייל ער האט זיי געוואלט אוועק נעמען פון די אויגן פון שרה אמינו, ווייל אשה עיני' צרה באורחים. און דעריבער באקומען אידן אין דעם זכות די מצוות סוכה, וואו נאר די מענער דארפן זיצן, און די פרויען בלייבן זיצן אין שטוב, און זיי זענען נישט קארג און קאנטראלירן נישט וויפיל מען עסט, אזוי קען מען עסן בהרחבה אוועק פון זייערע אויגן...
* * *
מעשה שהי': ביי די שמחת בית השואבה פון א געוויסע הויף, איז געווען די מנהג, אז יעדע נאכט ביים עריכת השלחן, האבן זיך אויסגע'שורה'ט נעבן רבי'ן, אלע וואס טראגן דעם נאמען פונ'ם אושפיזין פון יענעם טאג, און מען האט געזאגט פאר'ן רבי'ן א פסוק, פון ווי אימער וואס שטייט דארט די נאמען פונ'ם אושפיזין, און די רבי האט אויפ'ן פלאץ געזאגט א תורה אויף דעם פסוק.
איין יאר אינ'ם טאג פון אושפיזא דמשה, האט זיך פארשמעקט פאר א יונגערמאן מיט'ן נאמען משה .... אנטיילצונעמען ביים שמחת בית השואבה, און זייענדיג א יונגערמאן וואס בדיחא דעתי' תמיד, האט ער זיך געשטעלט אין די שורה צוזאמען מיט אלע משה'ס, וואס האבן פארגעלייגט זייער פסוק, און הערנדיג א תורה כנ"ל.
ענדליך קומט שוין זיין רייע, ער שטייט ביים רבי'ן, און זאגט הויעך: אותנו ואת כל אשר לנו כ"מו-ש"נתברכו אבותינו.....
די רבי ברוב ענותנותו האט זיך שטארק צושמייכלט, אבער די חסידים וואס האבן אויך אויסגגעפלאצט אין געלעכטער האבן אים פארטריבן פון דארט בשן ועין.
*
אפשר איז געווען די פעלער ווייל דארט שטייט 'כ'מושה, נישט 'משה' אליין...
* * *
דער אתרוג סוחר זאגט מיר, אז א בלאט פלעק איז בכלל נישט קיין חיסרון. אדרבה, עס איז גאר א מעלה, ווייל אזוי ווייסט מען עס איז אן אתרוג, נישט קיין לעמאן. האב איך איהם געפרעגט צי אהנע בלאט פלעק, געבט ער מיר ביליגער, ווייל עס האט נישט אט די מעלה?
* * *
די וועלט זאגט אז עס איז דא דריי זאכען וואס מען זיכט, און מען וויל נישט טרעפען.
1)חמץ בפסח 2) א פלעק אויף אן אתרוג 3) און א איידעם וואס וועט בלייבען ביים לערנען כל ימיו.
* * *
פאריאר ערב פסח, ביים פארברענען דעם חמץ, שלעפט זיך א אידל מיט זיין לולב, און ער גרייט זיך עס אריינציווארפן אין פייער כנהוג... גיט אים איינער א פרעג, ס'איז א דערי לולב? א אינגל וואס האט עס געהערט, פרעגט ער, טאטי? אה! פארדעם פארברענט ער עס, ווייל ס'האט אנגערירט פליישיגס?
* * *
סוכות אין בית מדרש, זעהט מען א יוד כאפט די אתרוג און ער וויינט בכיות נוראות עד לב השמים.
פרעגט מען עם וואס איז געשען?
זאגט ער: איך האב געהערט אז חמשה עשר בשבט דארף מען דאווענען צו האבן א שיינעם אתרוג סוכות, דאן האב איך באשלאסן אויך דאווענען סוכות אז איך זאל האבן חמשה עשר בשבט פיינע איינגעמכטץ פון מיין אתרוג...
* * *
לעמעך: מ'זאגט ביים דאווענען "פיטום הקטרת" - א פיטום קומט דאך אויף א אתרוג, דו האסט שוין דען אמאל געזען א פיטום אויף קטרת?
געצל: נו, קוק ווייטער, דאס טאקע וואונדערט זיך די סידור אליינס: "כיצד"?...
* * *
עס איז געווען א ארימאן א ליטוואק, האט געהאט ספעציעלע כוונות ביי די נענועים, כמנהג אשכנז, ער האט דאך געמוזט בארגען געלט פון יעדער אין שטעטל, זאגט ער, רבוש"ע, איך בין שולדיג הערשעל אין מזרח, יענקל אין דרום, בערעל אין מערב, שמערעל אין צפון,
הייבט ער אויף דער לולב און זאגט, אבער אייבערשטער דו אויבען אין הימעל, און גייענדיג אראפ מיט'ן לולב, בעהט ער, טו מיר א טובה און לייג זיי אלע אריין טיף אין דער ערד....
*
בשם הרה״ק מראפשיץ בנוסח אחר קצת והנה: למעלה: דו גרויסער באשעפער ווייסטאך: למטה: אז כאב זיי אלע אין דרערד...
* * *
אן אלטער איד זאגט: א היכי תמצא, די גמ' זאגט אז א נדר פון נישט שלאפן דריי מעת לעת איז בטל אויף די מינוט, ווארום א מענטש קען נישט אויפזיין דריי מעת לעת, למעשה בין איך אמאל געשלאפן גאנצע דריי וואכן...
טאקע? פרעגט אים, מסתמא נאך די מלחמה ווען ס'איז געוועהן טיפוס וכדומה,
ניין, זאגט ער שוין דאהי אין אמעריקא,
ווען?
הושענא רבה ביי משנה תורה.... איך בין איינגעשלאפן ביי ואתחנן און זיך אויפגעוועקט ביי כי תצא.....
* * *
די רבנים פלאנען ארויסצוקומען מיט א קול קורא מען זאל ליינען משנה תורה אין די סוכה, צו אפהיטן טויזענטער אידן פון שלאפן חוץ לסוכה...
* * *
ס'איז געוועהן אן עם הארץ, וואס האט געזען שמחת תורה אין שול, ווי מען ליינט איבער וזאת הברכה נאכאמאל און נאכאמאל, רופט ער זיך אן, "פארשטייסטו מיר? א גאנץ יאר האבן זיי זיך געווארפן מיט סדרות אין גרויסן, יעדע וואך א פרישע סדרה, אמאל אפי' צוויי סדרות אין איין וואך, יעצט זענען זיי געבליבן מיט גארנישט, גוט פאר זיי..."
* * *
דער רב האט געזעהן ווי אן עם הארץ טאנצט שמחת תורה מיט אייפער. "וואס האסטו זיך צו פרייען?" פרעגט ער מיט שפאס.
"אויף יו"כ ווען איך האב געקלאפט על חטא... בכפת שוחד, איז עס געוועהן אויף אייערע עבירות, יא? אצינד פריי איך מיר מיט אייער תורה?"
* * *
געהערט אין א שיעור: אלע יודען טאנצען אין שמחת תורה, ווער איז דער חתן?
לא'מיר זיך מתבונן זיין ביי א חתונה - יעדער טאנצט, ווער איז דער חתן? דער וואס נעמט שפעטער אהיים די כלה!
***
אראמא # 17 מילתא דבדיחותא לחג הסוכות
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט: