כ׳האב א פראבלעם, עס געהערט טאקע נישט צו קאלקולוס, אבער כ׳האב נישט ערגעץ אנדערש וואו עס צו לייגן.
איז אזוי, איך האב א סעט פון עלעמענטן, וואס יעדע עלעמענט איז א מסודר׳דיגע פאר פון צוויי נומערן, ווי למשל:
{(1,1),(2,4)...}
איך וויל קענען איבערדרייען די צוויי נומערן אין איין נומער מיט עפעס א פארמולע, וואס איך זאל קענען שפעטער צוריק דרייען.
כלומר, איך דארף עפעס א פונקציע וואס וועט מיר אייביג געבן נאר איין וואליו פאר יעדע וואליו, און קיינמאל נישט די זעלבע וואליו פאר צוויי אנדערע וואליוס.
(בדרך אגב, כ׳ווייס א פארמולע, אבער איך ווייס נישט פארוואס ס׳איז טאקע אזוי, סא [tag]געפילטע פיש[/tag] איז געלאדנט זיך צו ברעכן די קאפ
![שמייכלט :)](./images/smilies/icon_e_smile.gif)
).
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק