ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הגה"צ ר' משה וואלפסאן [זצ"ל]
- יין שרף
- חבר ותיק
- הודעות: 2570
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
- געפינט זיך: ביים שוויגער...
- האט שוין געלייקט: 4803 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

אויב גייט איר אויף די זעכצענטע עוועניו אין בארא פארק, און איר הערט קולות פן א בנין, אויב ביז א האלבע שעה זענען די קולות פאראיבער זענט איר נעבן סטאלין, אבער אויב נעמט עס אפאר שעה דאן זענט איר ווארשיינליך ביי ביהמ"ד "אמונת ישראל"!
(און אויב איז עס אינמיטן נאכט קען עס גאר זיין פון דא...)
די קהילה וואס איז מיוסד געווארן דורך הרה"ג רבי משה וואלפסאן שליט"א, צו לייגן א דגוש מיוחד אויפן עבודת התפילה בכמות ובאיכות. אזש מען ציעט דארט א יעדע תפלה כמעט דאפעלט אזוי לאנג ווי סיי וועלכע סטענדערד ביהמ"ד. ווי אויך בקולי קולות יחדלון, אזוי ווי אין קארלין, נאר אין די צייט וואס אין קארלין האט מען געדאווענט זייער שנעל, האט ער מקבל געווען זייער דרך נאר למחצה, און אין "אמונת ישראל" דאווענט מען גאר גאר שטייט.
אין א שמועס וואס ער האט געהאט דערוועגן מיט אדמו"ר מסטולין-קארלין, האט דער סטאלינע רבי אים געזאגט אז אין סטולין דאווענט מען שנעל, משל למה הדבר דומה צו א וואגן וואס די שטן וויל זיך ארויפכאפן דעראויף, דערפאר פארט מען אוועק שנעל, האט אים רבי משה געענטפערט אז ביי אונז דאווענט מען שטייט, ווייל די שטן איז שוין לאנג ארויף אויפן וואגן, "אראפ צו שטופן נעמט שוין לענגער"...
אוי שוין פארפארן, לאמיר צוריקגיין צו ר' משה'ס ביאו.
באדר נולד מש"ה
הרה"ג רבי משה שליט"א איז געבוירן געווארן צו זיינע עלטערן שמואל יהודה וואלפסאהן און יאר תרפ"ו (1926) לפ"ק, דא אין ניו יארק.
אין חדר און אזוי אויך אין ישיבה איז ער געגאנגען אין די בארימטע ישיבה "תורה ודעת" וואו ער האט געלערנט ביי ר' שרגא פייוול מענדעלאוויטש, רבי גדליה שאר און הרב יעקב קאמינעצקי זצ"ל.
ער איז א איידעם ביי שפיצער פון בארא פארק, אויך איז דארט א איידעם הרב ברעסלויער פון מאנסי, רב דביהמ"ד בית תפילה.
ביי די 23 יאר, י' סיון תש"ט לפ"ק (JUN 7, 1949) האט ער (מיט נאך 40 תלמידים) באקומען זיין "כתב סמיכה" און "כתר רבנות" פון זיינע ראשי ישיבות און רבנים ביי א גרויסע מעמד "חג הסמיכה" וואס איז אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר, ברוב עם, אין וויליאמסבורג.
ויקרב מש"ה
פון א ריכטיג אמעריקאנער בחור'ל איז ער איז מקורב געווארן צו חסידות דורך זיין רבי און מורה דרך רבי גדליה שארר זצ"ל, און זייט דעמאלס פלעגט ער גיין צו אסאך חסידישע הויפן און מקבל געווען גאר אסאך תורה וחסידות פון די חסידישע אדמורי"ם ורבנים ווי ער האט געהאט א שטארקע קירבות. ער פלעגט זיך אסאך ווייקן אין סאטמאר ביים "דברי יואל" און פון דארט גיין קיין ליובאוויטש... פון ווי ער האט אסאך פערזענליכע מעשיות און אליין ביי-געוואוינטע מופתים פון די רבי מהרמ"מ זז"ג נב"מ. אויך פלעגט ער גיין אסאך קיין סקווירא ביי הרה"ק רבי יעקב יוסף זצוק"ל. און ביי דעם אלטן "תולדות אהרן" רבי, ווי ער איז דארט אויך נאנט געווארן -מיט יארן צוריק- צו כ"ק אדמו"ר מ"תולדות אברהם יצחק". הגם ער איז געווארן שטארק מקורב לחסידות, און איז בקי אין אלע חסידישע ספרים, דאך האט ער זיך נישט אנגעטוהן א שטריימל...
היינט נאך וואס אלע זיינע רבי'ס זענען שוין אויסגעשטארבן... איז ער בעיקר דבוק אין סקווירא, ווי ער גייט פון מאל צו מאל וויילען פאר א שבת, פארשטייט זיך אז ווען ער פארט קיין סקווירא נעמט ער זיך מיט א ליקוטי מהר"ן, ווייל דארט וועט ער נישט האבן איינס...! ווי אויך איז ער זיך משתתף ביי די שמחות, ווי ער מיט הרה"ג ר' משה גרין שליט"א-מלפנים ראש ישיבת סקווירא, האבן די חזקה צו זיין די עדי קידושין ביי די סקווירא רבי'שע חתונות (ווען זיי זענען דארט). אזוי אויך גייט ער אסאך צום ציון פון אדמור"י הרה"ק ליובאוויטש זצ"ל.
די לעצטע פאר יאר איז זיין מצב הבריאות אסאך שוואכער געווארן, אנגעפאנגען מיט א צובראכענע היפ, געפאלן, מיט די הארץ וכדו', האט ער אנגעפאנגען צו פליען קיין מיאמי צו דארט פארוויילן פאר די ווינטער טעג, האט ער זיך דארט פערזענליך באקענט מיט כ"ק אדמו"ר (מהרב"צ) מ'באבוב שליט"א, און האלט אן א זייער נאנטע קשר מיט אים און איז זיך משתתף ביי אסאך שמחות און טישן, און זייט דעמאלס ליגט אויף זיין טישל אין ביהמ"ד די באבוב'ע סידור "צלותיה דשלמה", חוץ פון זיין אלטע "סלאוויטע סידור" אין וואס ער דאווענט אלע תפילות.
ויגדל מש"ה
געהאפט האט ער צו ווערן א זייגער מאכער וואס איז דאן געווען זייער א באקאנטע פאך, א פרנסה קלה ונקיה, אבער ווען זיין רבי האט דאס געהערט האט ער אים ארויסגעצווינגען פון די ביזנעס און געהייסן ווערן א מגי"ש אין די ישיבה, זאגענדיג "דיין ארבייט איז צו פארריכטען נשמות און נישט זייגערס"! און אזוי ארום האט ער אנגעפאנגען זיין חינוך קאריערע אין מלומדות, ביז ער איז געווארן די בארימטע "משגיח" פון די ישיבת "תורה ודעת", וואו ער האט אנגעפאנגען געבן שטארקע "אמונה שמועסן" וואס איז געווען א זאך וואס מען האט קיינמאל גערעדט דערפון אין די ישיבות, ביז דעמאלס האט מען נאר גערעדט פון תורה און מוסר... און ווי אסאך תלמידים געבן איבער, איז זייער אמונה בה' נאר אים צו פארדאנקן! ווי אויך אסאך וואס האבן געהאט ספיקות אין אמונה אבער האבן זיך געשעמט צו פרעגן, האט ער ברוב חכמתו מעמיד געווען על ישראל אמונה בהשי"ת, אזוי ארום האט ער טאקע מתקן געווען נשמות כצוותו עליו.
ויבן מש"ה
יארן שפעטער האט ער מייסד געווען זיין ביהמ"ד אין בארא פארק, מיטן נאמען "אמונת ישראל". דאן נאך אין א בעיסמענט, יעדע פאר וואכן אין א צווייטע.. די מתפללים זענען בעיקר באשטאנען פון יוצאי ישיבת תורה ודעת, עכטע ליטוואקס, וואס נאכן ארויסגיין פון ישיבה האבן זיי אנגעהאלטן א נאנטע קשר מיט אים. אבער אזוי ווי ער איז דאך נתקרב געווארן צו חסידות, האט ער אנגעפאנגען אריינצולייגן אין זיי די חסידישע ברען (אן די משוגעת'ן..) ביז עס איז געווארן היינט זענען די ליטווישע בטל בשישים...
אזוי ווי רוב מתפללים זענען געווען זיינע תלמידים פון פריער, האט מען אים גערופן "משגיח" אנשטאט רב, אזוי ווי מען האט אים גערופן אין ישיבה, און ביז היינט איז עס אזוי געבליבן...
היינט איז זיין קהילה א צוזאמשטעל פון פיל מינגארטיגע ברואים, פארפרומטע סאטמארע האנט ביי האנט מיט ליובאוויטשע, בעלזא מיט שווארצע זאקן און באבוב'ע מיט ווייסע, סטאלינע מיט סקווירא, און אזוי אויך אפאר ליטאים... פארשטייט זיך אז עס האט זיך געפארעמט דערפון א נייע סארט בריאה, א מישמאש פון אלעס, וואס רופט זיך "מאני'ס" זיין אייגענע סארט פרי...
(עס איז א שפאט נאמען צו זיי ע"ש אמונת ישראל=מאני. די ביהיינד סטארי איז אז אין די ס'1960 איז געווען אזא קריסטליכע "קולט" אין ניו יארק סיטי וואס האבן זיך גערופן די "מאני'ס", און צו זיין מזל האט ער פונקט דאן אנגעפאנגען זיין מאוומענט...)
די ביהמ"ד איז א לאנגע צייט געווען ביי 15-45. ווען מען האט געוואלט בויען א נייע ביהמ"ד, האט ער בשום אופן נישט געלאזט אריינגיין אין חובות דערפאר, ביז די גאנצע געלט איז נתנדב געווארן, און די ביהמ"ד איז אויפגעבויט געווארן אויף 16 צווישן 43-44. ער אליין פלעגט וואוינען אויף די איין און פערציגסטע גאס און צו-וואקן די פאר מינוט, ביז איין יאר ווען ער איז געווען אין ארה"ק אין די זוממער, האט מען אים געקויפט און אויפגעבויט א הויז לעבן די ביהמ"ד מיט א מקוה ביי אים אינדערהיים, מיט א טיר פון ביהמ"ד צו זיין אויפנאם שטוב אינדערהיים, אזוי נישט צו דארפן ארויסגיין אינדרויסן כדי צו גיין אין ביהמ"ד. ווען ער איז צוריקגעקומען פון ארץ ישראל האט מען אים פשוט מודיע געווען אז ער האט געמופט...
זאגט מיר איינער וואס האט געהאלפן אריבערברענגען אלע זיינע חפצים פון זיין אלטע הויז צום נייעם דירה, אז די חיי עוני וואס ער האט געלעבט איז אין לשער, ווי למשל פאר א טעפל האט מען גענוצט א קאנטעינער אד"ג, אבער פון אינדרויסן האט ער אלץ געלעבט פרייליך מיט א שמייכל. ווען מען האט אים אריבער געמופט צום נייעם דירה האט מען אים שוין געקויפט אלע נייע כלים און אפלייענס ווי עס פאסט זיך פאר א משפיע און מנהיג ישראל.
ויתפלל מש"ה
זיין עבודת התפלה איז עד להפליא, הגם ער דאווענט פאר זיך און שרייט נישט בקול רם, דאווענט ער במתינות א יעדעס ווארט, שטייענדיג אויף איין פלאץ ממש! ממש אויף די זעלבע פוסטריט א יעדן איינציגסטן טאג! זיך שאקעלדיג שטייטערהייט אויפן זעלבן ריטעם. הגם ער איז שוין נישט קיין אינגערמאן... שטייט ער נאך אלס די גאנצע הויכע שמו"ע, אינדערוואכן, שבת, און אזוי אויך די גאנצע הויעכע שמו"ע ימים נוראים!
אבער וואקן וואקט ער טאקע שוין נאר מיט א שטעקן, כאטש נישט קיין זילבערנע... זיך אנליינענדיג אויף צוויי גבאים משום אפס כח און וועגן זיין באלאנס, אבער ער טאנצט נאך אביסל אנפאנג הקפות, און דערנאך מאכט ער די עולם לעבעדיג און זיי שפרינגען! פון גאנץ בארא פארק קומען מענטשען דארט טאנצן הקפות, ספעציעל פון די חצרות ווי מען פאנגט אן די צווייטע נאכט זייער שפעט.
הגם אין אנפאנג האבן געוויסע מענטשען שטארק נישט געוואלט אז עס זאלן זיין פארענטשעס משום חשש חסידות... אבער משום אפס מקום האט הר"ר בערל פונק אליין געקויפט די ערשטע פארענטשע, און אזוי ווי עס האט זיך אויסגעפעלט צוויי האט די ביהמ"ד אליין געדארפט צוקויפן די צווייטע...
די פארענטשעס נוצט מען נאר ביי "שבת אחים" (אזוי ווערט דארט די באטע אנגערופן) אמאל פלעגט עס זיין ביי איינעם אינדערהיים, יעדע וואך ביי א צווייטן, משרבו החסידים התקינו אז עס איז אין ווייבער שוהל פון ביהמ"ד, מיט אפאר שטאקעדיגע פארענטשעס פון ביידע זייטן! אבער די לעצטע שיינע פאר יאר נוצט מען די פארענטשעס אויך אין ביהמ"ד, צוויי מאל א יאר, פורים און שמחת תורה...
אז ישיר מש"ה
די "משגיח" איז זייער שטארק מיט זיין כח הנגינה (הגם ער קען לכאורה נישט זינגען...), און נאך אסאך שטערקער מיט זיין אהבה פאר נגינה. סיי זיינע אייגענע קאמפאזיציעס וואס איז א געמיש פון אלטע פוילישע ניגונים דורכגעפלאכטן מיט מודז'יצע תנועות, סיי די אלטע פוילישע מארשן וואס ער געדענקט נאך פון אלס קינד, וואס זיינע עלטערן האבן אים געלערנט אין זיין יוגנט. און טאקע פון זיינע אלטע זכרונות גראבט ער אויס א יעדע יאר א אלטע פוילישע מארש וואס ער לערנט אויס פאר די משוררים בחצרו, וואס מען זינגט יעדע יאר -א נייע מעלאדיע - ימים נוראים אויף "ויאתיו".
אזוי אויך איז ער אויפגעוואקסן און זיך אסאך געדרייט מיט אלטע מודזיצע חסידים, פון ווי ער קען די אלע אלטע מודזיצע געדרייטע ניגונים.
ער האט א "פאלעסי" אז נאר א שיינע לעבעדיגע בעל תפלה מעג דאווענען פארן עמוד! ווען א גאנץ נישט שיינע בעל תפלה איז געווען אין די יאר און געואלט דאווענען פארן עמוד, האט ער זיך אנגערופן "ער איז טאקע א חיוב צו דאווענען אבער אונז זענען נישט מחויב אים צו הערן"... (פארשטייט זיך ער האט עס נישט געזאגט אויף א ספעציפישן מענטש). ווען איין אזא איד האט געדאווענט פארן עמוד און ער איז יעדע מאל פון פריש צופלאצט געווארן האט ער געזאגט פאר די גבאי אז "אין בעלזא דאווענט נישט א חיוב גאנץ חודש תשרי פארן עמוד, איך האב חשק עס צו איינפירן דא אויך! וכך הוה, אבער דערנאך האט ער צוגערופן הרה"ג ר' ברוך בער אונגארישער שליט"א (א זוהן פון הרה"ג רבי דן זצ"ל, ראש ישיבת ביהמ"ד עליון אין מאנסי. ער איז א שיינע בעל תפילה, נאך אלס אינגל האט ער געזינגען אויף די "פרחי" טעיפס) וואס איז אויך געווען אין די יאר נאך זיין טאטע, און אים געזאגט "די תקנה האב איך געמאכט ווייל איך האב פשוט נישט געוואלט אז איינער זאל דא דאווענען פארן עמוד, אבער דו זאלסט גיין צו א צווייטע ביהמ"ד פאר חודש תשרי און יא דאווענען פארן עמוד, עס וועט זיין א כבוד פאר דיין טאטע"... פארשטייט זיך לשנה הבאה האט מען נישט מחדש געווען נאכאמאל די תקנה...
ווי אויך איז ער נישט מקפיד אז איינער אין די יאר זאל נישט דאווענען שבת ויו"ט פארן עמוד, נאר אויב דאווענט ער שיין מעג ער...
ער איז זייער אקעגן מאכן "פורים אין ביהמ"ד" ביי מוסף פון שמחת תורה, איין יאר האט ער אפילו געגעבן א שמועס נאכן הקפות אז "עס זאל כאטש זיין איין פלאץ ווי מען דאווענט נארמאל מוסף", און איין יאר איז ער אליין צוגעגאנגען צו מוסף הגם ער גייט קיינמאל צו צום עמוד, זאגענדיג אז "די גרעסטע דזשאוק וועט זיין אויב גיי איך צו צום עמוד"...
קיין אפעציעלע נוסח התפילה איז נישט דא דארט, נישט מיט קיין ניגון/נוסח און נישט מיט קיין ווערטער/נוסח. נאר יעדע בעל תפילה דאווענט וויאזוי ער וויל, א סטולינער בעל תפילה דאווענט נוסח סטולין און א וויזניצער דאווענט נוסח וויזניץ. נאר פון מאל צו מאל איז ער מוחה נאכן דאווענען אויף א געוויסע נוסח וואס געפעלט אים נישט, אז מ'זאל עס נישט אפיציעל אדאפטירן אין זיין ביהמ"ד.
ווען מען האט אים אמאל געזאגט געוויסע טענות אויף א בעל תפילה אז ער האט פארטוישט פונעם אפעציעלע נוסח וואס מען דאווענט אין ביהמ"ד האט ער זיך אנגערופן "ווילאנג איך בין דא וועט קיין מנהג נישט זיין!!"
צומאל מאכט ער יא געווויסע שינוים ביים דאווענען ווי למשל יוה"כ שחל בשב"ק האט מען קיינמאל געזאגט מזמור לדוד ביים דאווענען, אבער ע"פ קבלה זאגט מען יא, ממילא האט ער לעצטענס איינגעפירט יא צו זאגן. מיסודו האט ער נישט עכט געוואלט אז מען זאל זאגען יוצרות אין ביהמ"ד ווייל ער איז דאך א פוילישער... נאר וויבאלד די בעלי תפילות האבן שוין אנגעפאנגען זאגן האט ער זיי נישט געשטערט, אבער אזוי סאך יא אז ער גייט אריין אין זיין שטוב אין ביהמ"ד מיט א גמרא, און ביי קדושה קומט ער צוריק ארויס...
אויך שניידט מען ארויס פילע שטיקלעך יוצרות דארט, ספעציעל אום ימים נוראים ווען א האלבע מחזור לאזט מען אויס...( דאנט ווארי די דאווענען נעמט נישט שנעלער אזוי...) אזוי אויך שרייט מען אזעלכע קולות דארט אז קיינער קען ניטאמאל חלומ'ען דארט ממילא זאגט מען נישט קיין רבש"ע חלום חלמתי ביים דוכענען...
תורה צוה לנו מש"ה
גאר אסאך איז ער עוסק אין טיפזיניגע ספרי יסוד, חסידות, וקבלה, ווי זוהר הק', כתבי אריז"ל, תניא, ספרי רבי צדוק, מהר"ל, און ספרי גלגולים, וואס אויף א געמיש פון דעם איז געבויט אסאך פון זיינע תורות און שיעורים. ער איז א שיינע בעל דרשן און מורא'דיגע בעל מחדש, ווי אויך זאגט ער פלאי-פלאים'דיגע גימטריאות. אסאך פון זיינע שיעורים זענען דא אויף יוטוב. זיינע תורות בעיקר של"ס וואס ער זאגט אזוי הארציג אין א טונקעלע ביהמ"ד זיצענדיג אויף א סטעידש, מיט א קליינע ווייסע ספאט-לייט שיינענדיג אויף אים... איז געדרוקט אין זיינע ספרים "אמונת עתיך". זיין פירוש אויפן ספר התניא מיטן נאמען ליקוטי אורות, איז פון זיינע שיעורים און ביאורים וואס ער האט זיך געוואגט צו געבן אין א ליטווישע ישיבה... ווי אויך איז לעצטענס ארויסגעקומען לאור עולם א ספר, א ליקוט פון זיינע מאמרים בענין התפילה מיטן נאמען "ואני תפילה". אויך איז דא ספרים פון אים אין ענגליש ווי Wellsprings of Faith , Service of the Heart און נאך.
רבי משה פאר זיך איז זייער א געלערנטע מענטש, ס'איז ניכר פון זיינע שיעורים אז ער האט געלערנט עוועלוציע, פיזיקס, סייענס, און נאך אסאך חכמות חיצונית. (ביי איינע פון זיינע אמונה-שיעורים און ענגליש דערמאנט ער אז אמאל האבן די ענגליש קלאסן אין ישיבת תורה ודעת נישט געהאט קיין געהעריגע אויפזיכט פון די מנהלים וכדו', און די טיטשערס -עפ"ר נישט אידישע- האבן געלערנט מיט די קינדער כל מה שלבם חפץ, אבער היינט איז עס שוין רעגולירט און אסאך בעסער...)
אלס תלמיד וואס האט געלערנט עוועלוציע, דעמאנט ער אסאך מאל אז עס איז נגד התורה והאמונה אזוי צו גלייבן, און אפילו ע"פ תורה שבכתב פארשטייען מיר נישט פונקטליך ווי אזוי די "בראשית ברא אלקים" שטימט, איז די ענטפער דערפאר נישט עוועלוציע, ווייל זיי אליין טוישן זייער טעאריעס כסדר... און אלס בקי בספרי הזוהר וקבלה זאגט ער אז דארט שטייען די אלע סודות הבריאה, און ווער עס לערנט עס פון דארט האט נישט קיין שום קשיות.
נתאוה מש"ה ליכנס לארץ ישראל
ברייט באקאנט איז ער מיט זיין פלאם פייערדיגע אהבה צו ארץ ישראל, רעדנדיג כסדר מיט געגועים צו ירושלים און די בית המקדש. פון די גאולה און משיח. פאר יארן לאנג האט ער "עולה רגל" געווען יעדע זומער פאר 2 חדשים, ווי ער האט פארבראכט אין ירושלים, ווי ער פלעגט דאווענען ביים כותל, און פירן לאנגע של"ס אויף א דאך אונטער פרייעם הימל אין אלט-שטאט... ממש א גאנץ יאר פלעגט ער לעבן פון די ארץ ישראל'דיגע באזוך! עס איז דא א ליקוט פון זיינע מאמרים מיטן נאמען "ציון ועריה" בענין חביבות ארץ ישראל, מעלת קדושת א"י, און סגולת ארץ ישראל.
פאר די לעצטע פורים המשולש האט ער געבעטן אפאר מאל ביי זיינע שיעורים אז אלע זיינע חסידים זאלן פארן קיין ארה"ק איש וביתו, וויבאלד עס וועט מער נישט זיין פאר איבער צוואנציג יאר. ווען הרב נ.ג. האט אים געזאגט אז ער האט נישט קיין געלט האט ער גענפערט לוו עלי ואני פורע. האט ער געקויפט טיקעטס פאר זיין גאנצע משפחה, די סך הכל איז עס אים אויסגעקומען פינעף טויזענט דאללער. גלייך פאר ער איז ארויסגעפארן צום עירפארט האט ער באקומען א רוף פון א מוסד אז ער האט געוואונען זייער ראפפעל. פון וויפיל? פינעף טויזענט דאללער!
הגם ער פאררופט זיך אלס "סאטמאר'ע חסיד" האט ער זיך אמאל אויסגעדרוקט "איך בין א הייסע סאטמאר'ע חסיד... אויסער מיט די שיטה... ווען א תלמיד זיינער האט אים געפרעגט אויב מעג ער נעמען די תמיכה געלטער פון די מדינה, האט ער גענפערט אז עס איז ממון הפקר...
ער האט געגעבן זייער זייער א ווארימע הספד אויפן דברי יואל לאחר מיתתו פון כמעט א 90 מינוט, און ווי נאכגעהערט פון סאטמארע חסידים אז דאס איז געווען די שטערקסטע הספד אויפן דברי יואל!
ויבאו אל מש"ה
די הויכפונקט פונעם יאר איז לכאורה חודש תשרי, ווען זיינע תלמידים און חסידים קומען צו פארן פון איבער די גארער וועלט צו פארוויילן ביי אים, געוויסע קומען נאר פאר ראש השנה אדער יוה"כ, און געוויסע בלייבן ביז נאך שמחת תורה, א געוויסע משפחה פון ארץ ישראל קומט שוין יארן מיט אלע זיינע קינדער (גראדע אסאך..) פון שבת פאר א' סליחות ביז נאך שבת בראשית! עס איז אפילו דא א "וועד להכנסת אורחים" וואס שטעלן צו פאר ווער עס וויל אש"ל מלא איבערן גאנצן יאר. הרה"ג ר' שלמה לעזער שליט"א מנהל ישיבת שערי יושר(?) האט כמעט יעדע וואך צענדליגע געסט ביי זיין שבת טיש, בחורים פון אויסערן שטאט, און קאפעלס מיט קינדער, וואס קומען זיך מסתופף זיין בצילא קדישא פונעם משגיח.
זיצן פארקויפט מען נאר פאר ימים נוראים, און א יעדעס יאר וואקסט די ציפער. איבער טויזענט זיצן זענען פארנוצט געווארן די יאר יום כיפור תשע"ה. רוב ימים טובים בלייבט ניטאמאל איבער מנין אין די שטיבל אין מאנסי און אין לעיקוואד וויבאלד רוב עולם פארט אריין צו אים.
ווען איין שבת בראשית האט דער משגיח שטארק געהאט חשק צו האבן געסט ביי זיין שבת סעודה, האט ער געבעטן פון הגר"ש לעזער אים צו שיקן צוויי בחורים, די בחורים געבן איבער אז די גאנצע סעודה רעדט די משגיח נישט אויס קיין איין ווארט חוץ פון דברי תורה ודברי חיזוק בענין גדולת מעלת יהודי און חשיבות פון יעדע קליינע דבר טוב וכדו', וואס האט זיך געגאסן אן אויפהער די גאנצע צייט. ערשט נאכן בענטשן האט זיי דער משגיח געפרעגט מיט זיין באקאנטן גרויסן שמייכל "וואו לערנסטו"? און אנגעהויבן שמועסן מיט זיי.
אסאך באקאנטע מענטשן דאווענען אין "אמונת ישראל" ווי הר"ר פישל שעכטער, הר"ר לייבוש לאנגער, הר"ר יונתן שווארץ, און הרבני הנגיד ר' יחזקאל קויפטייל, מהבעלי בתים פון גארמעי גלאט און עווערגרין אין מאנסי. הר"ר יחזקאל האט טאקע מנדב געווען די בנין ווי די ביהמ"ד איז יעצט אויף די זעכצענטע גאס, און די ביהמ"ד הייסט על שם זקינו (ועל שמו...) בנין "משכן יחזקאל".
טאקע הוא הגבר וואס לאזט זיך קאסטן שווערע טויזענטערס פארן קיום פון די ביהמ"ד, און די פארגאנגענע שמחת תורה אליינס האט ער געקויפט עליות פאר בערך פינף און צוואנציג טויזענט דאללער! שמחת תורה ביינאכט האט ער מכבד געווען דעם "משגיח" מיט א איבער צען טויזענט דאללערדיגע עליה! ער'ט אויך געקויפט חתן תורה וואס ער אליינס האט עולה געווען. די משגיח האט עולה געווען "חתן בראשית" אזוי ווי יאר יערליך.
אמאל פלעגט מען נאך פארקויפן די עליות פארן משגיח, און אויסרופן למשל "פינף טויזענט חתן בראשית פארן משגיח" אבער ווי נאר ער האט עס איינמאל געהערט האט ער געזאגט "אויב פארקויפט מען עס איז עס יענעמס, פארוואס זאל יענער עס מיר מוזן געבן?" אויב די קהילה וויל מיר דוקא געבן אן עליה זאל מען עס נישט פארקויפן, וכן נהגו אחריו.
וילך מש"ה
אזוי ווי "אמונת ישראל " איז מיט די יארן שוין געווארן א געהעריגע קהילה, מיט א חלקה אין ביה"ח וכדו', ווי אויך פארמאגט ער שוין "אמונת ישראל" שטיבלעך און ירושלים, ביתר, מאנסי, און לעיקוואד און נאך, אויך א באקאנטע חבורה בחורים אין ארץ ישראל. ליידט ער אביסל פרעשור פון די גבאים אז מען דארף זיך צושטעלן אביסל דיפלאמאטיש מיט אנדערע קהילות וחסידות, ווי למשל גיין באזוכן רבנים וכדו'. איין אדמו"ר וואס ער קען שוין יארן און ער גייט אים כסדר באזוכן, אבער זיין ברודער האט נישט דארט געוואוינט ממילא האט ער אים קיינמאל געקענט, אבער די גבאים האבן אסאך פארפירט אז ער מוז יענעם אויך גיין באזוכן פאר פארשידענע פארשטענליכע סיבות, האט ער געזאגט "איך קען אים נישט און ער נישט מיר, פארוואס זאל איך גיין"? אבער פארשטייט זיך אז ער האט נאכגעגעבן און געגאנגען.
ווען ער האט באזוכט ביי אדמו"ר מבעלזא שליט"א, נאכן אויפבוי פון זיין ביהמ"ד הגדול אין ירושלים, האט בעלזא רב כדרכו אים ארומגענומען ווייזן די נייע ריזן בנין אזוי ווי ער האט געטוהן דעמאלס צו אלע רבנים, און צוגעוויזן די גאנצע צייט "די טיר פירט צו די היכל" און "די טיר איז די חדר" וכדו', רבי משה האט נישט געהאט צופיל נערווען דערפאר האט ער געפרעגט "און ווי איז די טיר וואס פירט אויף ארויס"...? די חידוש פון די מעשה איז אז בעלזא רב איז אים נאך אלץ מכבד...
כי סמך מש"ה
אזוי ווי ער איז אלט געווארן האט ער אנגעהויבן טראכטן פון א ממלא מקום, און אנהויב האט ער געוואלט אז עווענטועל זאל זיין איידעם הרה"ג ר' יעקב עקיבא מאשינסקי זצ"ל אים איבערנעמען, אבער ער איז אוועק אפאר יאר צוריק נאכן זיך מוטשען בערך צוויי יאר מיט יענע מחלה רח"ל. ממילא איז גארנישט געווארן דערפון. מיט א צייט צוריק האט ער אויפגענומען זיין אייניקל הרה"ג ר' שמואל יודא זילבער בן חתנו הרה"ג ר' מאטל זילבער מסטוטשין, אלס דומ"ץ ומורה הוראה פון די קהילה אין בארא פארק. (זעהט אויס ער האט געוואלט עפעס זאל דארט בלייבן פון זיין משפחה)
וידבר מש"ה
ווען ער האט פארוויילט אין ארה"ק אין די זוממער, איז איינער פון זיין משפחה ל"ע קראנק געווארן, איז ער אריין צו די "חורבה" פון די רוזינ'ע רבי'ס, און געליינט קריאת שמע שעל המיטה דארט, איבער א שעה האט עס אים גענומען, און ביי די פסוק לב נשבר ונדכה אלקים לא תבזה האט ער זיך זייער שטארק צו וויינט און איבערגעזאגט די פסוק אפאר מאל. ווען ער איז צוריקגעקומען קיין ניו יארק איז ער געגאנגען שלום נעמען פון לובאוויטשע רבי, און מזכיר געווען זיין בן משפחה האט אים די רבי געענטפערט "דער אייבישטער וועט העלפן אין זכות פון דיין תפילה, לב נשבר ונדכה אלקים לא תבזה"! רבי משה האט זייער מפליא געווען די ברכה ווייל קיין ילוד אשה איז נישט דארט געווען ביים חורבה ווען ער האט געליינט קר"ש.
מיט יארן צוריק האט ער איין יאר געטראכט צו זיך, אז ווען ער גייט קיין ארץ ישראל, קוים פאר צוויי חדשים, רופט מען אים צו פילע ישיבות און כוללים צו געבן דרשות, ממילא האט ער כמעט נישט קיין צייט פאר זיך צו עוסק זיין בתורה, האט ער מחליט געווען ביי זיך נישט צו אנעמען קיין שום דרשה יענע יאר. אבער ער האט קיינעם געזאגט זיין החלטה. פאר ער איז אפגעפלויגן קיין ישראל, ווען ער איז אריין צו ליובאוויטשע רבי זיך געזעגענען, האט אים די רבי געגעבן נאך א דאללער און געזאגט "אז חוץ פון די צדקה וואס דו וועסט דארט געבן בפה, זאלסטו דאס אויך געבן פאר צדקה בפועל"!!! ער איז אריין יעדע יאר צום רבי'ן זיך געזעגענען און נעמען שלום, און קיינמאל האט די רבי דערמאנט זיין ארומפארן האלטן דרשות!
ווען מיט לאנגע יארן צוריק האט ער געליטן א מיחוש אויפן הארץ און די דאקטוירים האבן אים געוואלט אפערירן, איז ער געגאנגען נעמען א ברכה פון ליובאוויטשע רבי, האט אים די רבי געזאגט, אז א איד וואס איז מחזק אנדער אידן'ס הערצער דארף האבן א שטארקע הארץ און מען דארף עס נישט אפערירן.. וכך הוה די דאקטוירים האבן נישט געדארפט אפערירן. ווען מיט פילע יארן שפעטער האט ער נאכאמאל געליטן אויפן הארץ איז ער צוגעפארן צום ציון המצויינת פון ליובאוויטשע רבי מתפלל זיין. כידוע אין ליובאוויטש האט מען רעקאדירט ווידיאו פון יעדע ריר פונעם רבי, און עס שפילט זיך יעצט איבער ביי אלע ליובאוויטשע צענטערן. ווען רבי משה איז אנגעקומען צום ציון האט ער געקוקט אויפן ווידיאו (מעשה רב...) און פונקט זיך געטראפן שטיין ביים רבי'ן מיט יארן צוריק און די רבי וואונטש אים אן "א איד וואס איז מחזק אנדער אידן'ס הערצער דארף האבן א שטארקע הארץ און מען דארף עס נישט אפערירן".. מער האט ער נישט געדארפט און געמאכט א יו טורן! וכך הוה מען האט אים דאן נישט אפערירט, מיט אפאר יאר צוריק האט ער פלוצלונג נאכאמאל געהאט שווערע פראבלעמען מיט די הארץ און מען האט אים גלייך אריינגעפירט אין שפיטאל אין זייער א שווערע מצב און גלייך אפערירט, און אלע יארן האט ער חרטה פארוואס ער איז נישט געגאנגן דעמאלס נאכאמאל צום ציון פונעם רבי'ן...
אום חודש אדר תשנ"ב איז ער געווען סנדק ביי א ברית מיוצאי רוסיא ווען ער איז אריבער ביים ליובאוויטשער רבי ביים טיילן דאללערס און בעטן א ברכה האט ער געזאגט פאר זיין משמש אז איך ווייס די רבי וואונטשט אן פאר א סנדק אז סנדקאות איז א סגולה לעשירות, וועל איך אבער אינזין האבן אז ס'זאל מיינען עשירות ברוחניות. ווען ער איז אריבער ביים רבי'ן האט די רבי אים געוואונטשען סנדקאות איז א סגולה פאר עשירות, און איך מיין בגשמיות, ווייל ברוחניות זענט איר שוין...!"

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
זייער שיין.
געהאט די זכיה צו הערן כמה שמועסן, ובתוכם בעיר העתיקה
אגב, כ'מיין אז ער האט נאך געוואוינט אין וויליאמסבורג ווען די חבורה איז נתייסד געווארן.
נישט נאר דאווענען נעמט לאנג, קלאפן המן קען נעמען "כדי לגמור את כולו".
נודה לשמך בתוך אמונ"י... איז א פאפולערע נוסח אויף שמחה צעטלעך דארט..

Under influence
- יין שרף
- חבר ותיק
- הודעות: 2570
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
- געפינט זיך: ביים שוויגער...
- האט שוין געלייקט: 4803 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל
יין שרף האט געשריבן:
אום חודש אדר תשנ"ב איז ער געווען סנדק ביי א ברית מיוצאי רוסיא ווען ער איז אריבער ביים לובאביטשער רבי ביים טיילען דאללערס, און בעטן א ברכה האט ער געזאגט פאר זיין משמש אז איך ווייס די רבי וואונשט אן פאר א סנדק אז סנדקאות איז א סגולה לעשירות, וועל איך אבער אינזין האבן אז ס'זאל מיינען עשירות ברוחניות. ווען ער איז אריבער ביים רבי'ן האט די רבי אים געוואונטשען סנדקאות איז א סגולה פאר עשירות, און איך מיין בגשמיות, ווייל ברוחניות זענט איר שוין...!"
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
wow הערליך רייך באשריבן
ספיציעל די אלע קעפלעך אזוי שיין צוגישטעלט!!!
צוויי חידושים וואס איך האב נישט געוויסט ביז היינט, ער האט טאקע סאטמערע באבובע בעלזא אינגערלייט? איך האב באמת געמיינט ער האט נאר מאני'ס.
און ער האט הויך שטאקעדיגע פארענטשעס ביי זיינע באטעס? איך האב געמיינט אז ער איז בכלל נישט דער סטייל.

טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
- יין שרף
- חבר ותיק
- הודעות: 2570
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
- געפינט זיך: ביים שוויגער...
- האט שוין געלייקט: 4803 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל
לית דין בר נש האט געשריבן:wow הערליך רייך באשריבן
ספיציעל די אלע קעפלעך אזוי שיין צוגישטעלט!!!
צוויי חידושים וואס איך האב נישט געוויסט ביז היינט, ער האט טאקע סאטמערע באבובע בעלזא אינגערלייט? איך האב באמת געמיינט ער האט נאר מאני'ס.
און ער האט הויך שטאקעדיגע פארענטשעס ביי זיינע באטעס? איך האב געמיינט אז ער איז בכלל נישט דער סטייל.
יא ביידע חידושים זענען אמת.
גראדע צוויי פון די בעלי תפילה ימים נוראים זענען באבוב׳ע חסידים הישיש ר׳ איטשע ראזענגארטן און ר׳ מיכאל שפיצער. אן אנדער בעל תפילה ר׳ הערשל פרידמאן איז א וויזניצער. ר׳ נתן גליק איז א סטאלינער. ר׳ שלמה לעזער איז א צאנזער.
נ.ב. צו אלע וואס ווילן וויסן הן בגלוי הן באישי,
א) איך בין נישט קיין ״מאני״ און איך דאווען קיינמאל דארט.
ב) ס׳איז געשריבן געווארן דורך אסאך פארלעסליכע ריסירטש.
איך האב מיר ספעציעל אנגעשטרענג צוצושטעלן א שיינעם נושא און א לאנגע תגובה, לכבוד מיין טויזענסטער תגובה.
עס איז נישט גרינג אנגעקומען, אבער עפעס מעג מען צוריקצאלן פאר די שטיבל וואס איך בין אזוי סאך נהנה דערפון.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יין שרף, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
א מייסטער ארבייט! די אינפארמעישאן מיט די צענדליגע לינקס איז מאסיוו. און פאר איך פארגעס, א הערצליכן מזל טוב צום דעגרייכן "ואת האלף".
@יין שרף, יו ראק! און א דאנק, פאר די קנאקעדיגע ארטיקל.

אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
א גרויסן יישר כח פאר'ן אזוי גרונטליך און אינטערעסאנט באשרייבן דעם מערקווירדיגן פערזענליכקייט.
ר' משה שטאמט פון חסידים?
קוקנדיג אויף זיין וועבזייטל איז מיר אקעגנגעקומען דער מעסעזש:
IMPORTANT MESSAGE
The existence of this website should not be misunderstood as an endorsement by Rabbi Wolfson of Internet use. To the contrary, Rabbi Wolfson strongly discourages use of the Internet because of the great spiritual dangers that it poses. This site is being made available for those who use the Internet in any case and can benefit from the shiurim we offer. Those who wish can have CDs or MP3s shipped to them by mail.
Regarding Internet use, Rabbi Wolfson asked that we state the following: To protect the purity of one's neshamah by carefully shielding one's eyes from viewing the forbidden is a very precious form of service to G-d.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יאיר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג
- יין שרף
- חבר ותיק
- הודעות: 2570
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
- געפינט זיך: ביים שוויגער...
- האט שוין געלייקט: 4803 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל
אפשר דורי דורות צוריק.
זיין זיידע אדער עלטער זיידע האט אימיגרירט קיין אמעריקע נאך אין די 1800 יארן. ארגינעל קומען זיי פון פוילן, ווי רוב אידן דארט זענען זיי געווען נאנט מיט חסידים אבער נישט אדאפטירט גארנישט פון זיי. אנדערש ווי און אנדערע שטעט ווי די וואס האבן קיין שייכות געהאט חסידים האבן זיי שטארק געהאסט.

א אינגערמאן פאר בערך צוואנציג יאר צוריק האט צוגעבויט און איבערגעבויט זיין דירה מיט א מארטגעדש, איז ער געקומען פרעגן די משגיח אויב זאל ער אריינלייגן א "צענטראלע עיר קאנדישן סיסטעם" אין זיין נייעם דיינינג רום, וויבאלד עס וואלט אים אפגעקאסט נאך אפאר טויזענט דאללער. האט אים די משגיח גענפערט אז עס איז "הוצאת שבת" וויבאלד ער גייט עס נוצן שבת.
האט ער אים געזאגט, אבער איך גיי עס נוצן אינדערוואכן אויך? האט אים די משגיח געזאגט "און די איבריגע טשולענט פון שבת נוצטו נישט אינדערוואכן...?"
האט ער אים געזאגט, אבער איך גיי עס נוצן אינדערוואכן אויך? האט אים די משגיח געזאגט "און די איבריגע טשולענט פון שבת נוצטו נישט אינדערוואכן...?"
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
א שיינע ארטיקל, הגם אביסעל צו אויף דערציילונגען פון צדיקים סטייל און נישט גענוג קריטיש אדער געגעבן סאציאלע קאנטעקסט פאר די גאנצע מעשה, איך בין אבער פויל מברר זיין און מתקן זיין געוויסע אי דיוקים וכדומה ,נאר בקיצור למשח די וויכוח וועגן דאווענען שנעל אדער שטאט האט ער אפשר פארציילט אבער די טענות זענען שוין אוודאי אסאך עלטער פון די סטאלינער רבי און ר משה. ווי אויך די סדר ההנהגה וויאזוי עס איז געווארען איז אביסעל שענער געמאכט ווי די מציאות.. איך ווייס נישט פון קיין גבאים וואס שטופען אויף ביקור גומלין'ס, און איך ווייס נישט אויב די שארפע ווערטער קלעבן בכלל צו זיין פרעזענליכקייט, ער זעהט מיר אויס פארקערט צו זיין א סבלן ונעים הליכות, נאר זה לא ביררתי כעת בדיוק. די זעלבע למשל מיט די פארענטשעס, די מעשה איז בעיקר פארקערט, רעד זיך נישט איין איינער האט דאס געקויפט פשוט ווייל עס איז נישט געווען פלאץ.. מיר זענען נישט אזוינע תמימים, הרבני הנגיד החסיד ר בערל ווייסט פונקט פארוואס ער וויל פארענטשעס.. (שוין, קען זיין מיין מקור איז פון די חוששים מרעביסטיווע צד) . די סטעידזש ביי שלש סעודות איז א זאך ממש פון די לעצטע יארן. ועוד נשארו דברים רבים לדייק מער פארציילען ווי עס איז אבער אפשר איז דאס נישט וויכטיג און איך בין זיכער פויל דאס צו טוהן כרגע, ולא באתי אלא להעיר שלא לעבור חלילה על מאמר חז''ל שמתוך שבחו בא לידי גנותו.. עניוועיס שכויעח ר יין שרף פאר דער ארטיקל.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
עס איז ניכר פון זיינע שיעורים אז ער איז נישט ארויסגעגאנגען פון קלאס ביי די שעות פון ענגליש אין חדר/ ישיבה, און ער רעדט נישט גענצליך ווי אן עם הארץ וואס קען אפילו נישט זעצן די ווארט עוואלאציע, ער קען עס ב''ה זעצן, אבער ער איז ווייט פון א געלערנטער מענטש בחכמות חיצוניות, איז קיינמאל געגאנגען אין קאלעדזש וכדומה, און די שיעורים זיינע בעניני אמונה זענען לויטער אמונה פשוטה אויפ'ן קלאסישער חסידישער מהלך. בכלל פאדערט ער שטארק תמימות אפילו אין הבנת החסידות און די טיפע תורות וואס ער זאגט אליינס נאך, און האט נישט אפילו די למדנות פון די ישיבות וכדומה אין די זאכען, ער ווערט נערוועז ווען יונגעלייט ווילען טאקע לערנען טיף חסידות אדער קבלה לעיוני שלא בדרך זיך אנווארעמען אין עבודת השם, וראה כל זה בהקדמה לספר שיעוריו על התניא.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- אחד העם
- ידיד ותיק
- הודעות: 697
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 594 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל
איך האב אויך געזעהן דעם דערציילונגען פון צדיקים נוסח, סהאט מיר נערווירט, אבער כמיין אז דערציילונגען פון צדיקים זעלבסט וואלסטו אויך באשריבען אויף א דערציילונגען פון צדיקים סטיל?!, רבי משה איז א ליווינג דערציילונגען פון צדיקים... און נאר אויף דעם נוסח איז ער באשרייבאר, עכ"פ לדעתי.
יין שרף מיט אלע מעשית, good jod!
יין שרף מיט אלע מעשית, good jod!
- יין שרף
- חבר ותיק
- הודעות: 2570
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
- געפינט זיך: ביים שוויגער...
- האט שוין געלייקט: 4803 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל
@אויסגערוט הגר"ש לעזער איז א צאנזער חסיד טאקע דורך זיין טאטע מיטן בענד-דאון היטל... זיי זענען שוין דורי דורות צאנזער חסידים, וואס האבן זיך נישט קיין טראפ אוועקגערירט פון מנהגי צאנז (אקעי א טראפ אפשר יא...) הן בנוסח הן במנהגים. און ער איז טאקע דער וואס פירט אן די הקפות שמיני עצרת בייטאג נאכן דאווענען אין אמונת ישראל.
@לעיקוואד פארוואס ר' בערל פינק האט עס פונקט געקויפט ווייסט יעדער איינער (עכ"פ קען מען זיך פארשטעלן) די מציאות איז געווען אז אין section B אין די ווייבער שוהל, דארט ווי די שבת אחים ווערט געפירט, איז ממש נישט געווען קיין פלאץ. און אפילו יעצט מיט פארענטשעס פון אלע דריי זייטן איז אויך שוין נישטא קיין פלאץ.
אוודאי איז ר' משה ממש א סעמפל בדורינו פון א מנהיג וואס איז א סבלן ונעים הליכות, ער זאגט טאקע זייער rare שטרענגע אדער שארפע זאכן, און אפילו ווען יא זאגט ער עס מיט זיין באקאנטן שמייכל...
לגבי זיין ידיעה אין עוועלוציע, זאגט ער עס קלאר אין איינע פון די שיעורים אויף אמונה אין ענגליש, ער איז בעסיקלי מסביר וואס די טעאריע איז, און פארוואס עס איז נגד התורה.
@לעיקוואד פארוואס ר' בערל פינק האט עס פונקט געקויפט ווייסט יעדער איינער (עכ"פ קען מען זיך פארשטעלן) די מציאות איז געווען אז אין section B אין די ווייבער שוהל, דארט ווי די שבת אחים ווערט געפירט, איז ממש נישט געווען קיין פלאץ. און אפילו יעצט מיט פארענטשעס פון אלע דריי זייטן איז אויך שוין נישטא קיין פלאץ.
אוודאי איז ר' משה ממש א סעמפל בדורינו פון א מנהיג וואס איז א סבלן ונעים הליכות, ער זאגט טאקע זייער rare שטרענגע אדער שארפע זאכן, און אפילו ווען יא זאגט ער עס מיט זיין באקאנטן שמייכל...
לגבי זיין ידיעה אין עוועלוציע, זאגט ער עס קלאר אין איינע פון די שיעורים אויף אמונה אין ענגליש, ער איז בעסיקלי מסביר וואס די טעאריע איז, און פארוואס עס איז נגד התורה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יין שרף, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2595
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
אז לעיקוואד איז פויל העל איך מיך ארויפשארצן די ארבל און משלים זיין געוויסע נקודות וואס זענען נישט דערמאנט געווארן אדער נישט גענוג אויסגעשמועסט געווארן.
קודם איז דא דער חלק התמימות, מקען עס אפילו רופן אזא געוויסע סארט אמעריקאנער יענקי תמימות פון נעמען יעדע זאך פאר פעיס וועליו, און דאס שטעלט זיך שטארק ארויס אין זיין אמונה אין א גאנצע ליסטע היינטיגע רבי'ס און גלייבן און יעדע צווייטע עץ ואבן.
לענ'ד איז עס א כלליותדיגע אמונה אין א זאך פון אמאל אין דעם מושג פון התקשרות לצדיקים וכדו אבער נישט אזוי ווייט א פרטיותדיגע אמונה אין דעם צדיק. פארציילט מיר איינער אז דער תולדות אברהם יצחק רבי איז אמאל געווען אויף א באזוך, שוין ביים סוף שמועס האט דער א'י געבעטן יעדער זאל ארויסגיין ער וויל רעדן פריוואט מיט'ן משגיח. מהאט שוין געמיינט ווער ווייסט וועלכע רזין די צוויי וועלן דורכטון.
למעשה האט זיך איינער אונטערגעהערט הערט ער ווי ר' שמואל יאנקל הייבט אים אן מסביר זיין אז ער איז שוין אויף די עלטערע יארן והלמאי ער נעמט נישט א גבאי'ן... בקיצור אזא סארט רעלעישנשיפ האט ער לכאורה אויך מיט'ן סקווירער מ'טוישט זיך אויף אזואליס, ונפרדו לשלום ורבינו קם ללותו.
דערנאך איז דא זיין עקסטרעמע מיסטיזם, סיי ווי ער זעט יעדע זאך און גאר שטארק דערקענט זיך עס אין זיינע תורות ווען אלעס איז פארוויקלט און פארשלייערט מיט אבסטראקטע מיסטיזם און פאנטאזיעס אז סאדאם כוסעין איז בגימטריה קבר רחל וכדו' און די גאנצע וועג פון מקשר זיין נימא בנימא בנימא ואכמ'ל (דער פרט האט זיין איידעם הגר'מ פיין געירשנ'ט, נאך מיט א שמוץ אריבער, אבער ער מאכט עס וויל קלוגער מיט א העכערן וואקאבלואר אז אנשטאט קבר רחל איז בגימטריה אסאמא בין לאדין, איז עס די אותיות הקודמים פון רחל גימטריה ג' פעמים תמנע אחות לוטן, וואס דאס איז דער סוד פון גן הסהר, וואס איז דער ענין פון מפני שיבה תקום וכו'...)
ווי אויך זיינע עפיזאדן און אנעקדאטן זענען פול מיט מיסטישע זאכן און חזיונות, למשל אויפן סאטמאר ער רב פארציילט ער אז איין מוצאי שבת האט ער אריינגעקוקט פון פענסטער, ער האט געוואוינט דארט בשכינות פון רבין און תורה ודעת איז געווען אין וומ"ס, אגב כמיין ער האט אנגעהויבן אלס ענגליש טיטשער אדער כתה א מלמד אדער ביידע עפעס אזוי, צוריק צו דער מעשה, האט געזען דעם סאטמאר ער רבין עסן קארשן, דער פנים איז אים געווען די צורה פון אן אתרוג, און ער האט געמאכט די זעלבע תנועות ווי ביים לייגן תפילין, ואידך פירושא זיל גמור.
שמעתי אז ער איז א שטיק צייט געווען א פייערדיגע קנאי אינגאנצן מיט די שיטה הקדושה און ער האט עס ערגעץ שפעטער איבעגעלאזט אונטערוועגנס ווי אסאך אנדערע.
בנוגע א ממלא מקום איז די זאך גארנישט אזוי פשוט, די לבנוניס, לעזערס און פינקס, זענען בכלל נישט אנטציקט אז א זילבער זאל איבערנעמען זייער בלוט און שווייס (הגם די זילבערס זענען געקנופט און געבינדן מיט די עסטעבלאשמענט פון אמונת ישראל, דאס אז ס'איז געווען ליטווישע יונגעלייט ווייס איך נישט פון וואו דו נעמסט דאס, אבער אזויפיל ווייס איך קלאר אז איינע פון די זילבערס איז געווען פון די ערשטע זיבן טובים) א מזל האבן זיי אז דער דיין איז א תם ומתמם עם תמימים אן קיין שום פאליטישע חשבונות, אז קיינער קען נישט זאגן קיין שלעכט ווארט אויף אים. ס'דא נאך א פראבלעם אז דער דיין איז א חסיד פון טאטן און אויך דער עלטסטער, און איז נישט אינטערעסירט אפזיצן זיין לעבן מיט די מאניס, אבער כ'גלייב הגר'מ וועט אים אונטערפירן צו די ריכטיגע צייט, והכל על מקומו יבוא בשלום.
נאך צוויי פרטים איבער דער כאראקטער פון אמונת ישראל, סאיז מן הסתם די ערשטע שול וואו מ'האט געקענט זיצן און לערנען א גאנצן טאג, און די ביהמ"ד דינט ווי א געוואלדיגע מקום תורה מיט א לייטישן אוצר הספרים. נאך אן אינטערעסאנט זאך אז סאיז א שול מיט טויזנט זיצן אבער אן א מקוה, בבחינת די שמוץ מאך ביי יענעם.
עניוועיס, הערליכע ארבעט יין שרף.
בנוגע די גבאות'שאפט דארט איז אלעס קליינע קינדערלעך, איין ערנסטע גבאי האט ער איינע פון די לבנוניס, וועלכע איז א געזונטע בחור אויף צוויי פוס.
ווען איך בין געווען דארט צום ערשטן מאל ביי שבת אחים בין איך היבש שאקירט געווארן צו זען אז ס'איז א רבי'סטווע מיט אלע פיטישווקעס. אפילו די קלינעטעל זעט אויס כאניאקיש און שוואנצאניש גארנישט ווייניגער ווי רחמסטריוןקע. ער האט פונקט אזוי פארשוויצטע בחורים מיט רויטע בערד וואס שאקלן זיך אויף די פארענטשעס, וככל הגוים בית ישראל מיטן אויסנאם אז דער רבי גייט א הוט.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום כוכב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.