אנוש איז געוועהן דער זוהן פון שת בן אדם הראשון. שת האט איהם אזוי גערופען על שם "מה אנוש כי תזכרנו", דער 'בכור שור' אז שוין בימיו האט די מענטשען אנגעהויבען צו רופען די נעמען פון זייער קינדער בשם ה' אזוי ווי "מחוייאל - מתושאל".
אנוש איז איינע פון די ד' לשנות ווי מרופט א מענטש (אדם, גבר, אנוש, )וויבאלד הבל איז גע'הרגט געווארען, אלע דורות זענען אפגעמעקט געווארען ביין מבול, אין נאר פון אנוש איז געבליבען דורות נאך דער מבול משא"כ פון די אנדערע קינדער פון שת. אין טאקע מהאי טעמא האבען די מלאכים געזאגט "מה אנוש כי תזכרנו ובן אדם כי תפקדנו".
נאך לידת אנוש איז די תורה מפסיק איז זאגט "זה ספר תולדות אדם", לערנט די מדרש ארויס "מכאן ואילך נתקלקלו הדורות, ונבראו אנשים בצורה אחרת", הייסט בכלל נישט אין דעם זעלבע צורה פון אדם הראשון.
אין דער פסוק שטייט "אז הוחל לקרוא בשם ה'", הוחל איז א לשון פון תחילה. דער 'אבן עזרא' זאגט פשט "מגזרת תחלה והטעם שהחלו להתפלל", הייסט דאס פאר א גרויסע מעלה פון זיי, אז זיי האבען אנגעהויבען צו דאווענען, אזוי ווי דער 'תרגום': "ביומןהי חלו בני אנשא מצלאה בשמם דהשם", אין דאס איז לשבח. דער רד"ק איז מסביר אז ביז דער דור אנוש איז בכלל נישט אנגעפאלען אז תפילה העלפט, נאר זיי האבען געטראכט אז דער גזירת המקום אין להשיב, אבער בימי אנוש האבען זיי אנגעהויבען צו דאווענען. אסאך פרעגן אז מ'זעט שוין אז אדם הראשון האט געבעטן אויף רעגן, נאר ס'דא וואס פארענפערען אז אדם הראשון האט געבען לכבוד המקום, אבער די דור אנוש האט געבען בעד ישיעות ורפואות.
אבער פון רוב מדרשים איז משמע אז בימי דור אנוש איז נאר געוועהן א ירידה, נישט קיין עליה, דער הייליגע מהר"ל מפראג שרייבט (גור אריה בראשית ד כו): "והראב"ע שפירש אותו לשבח אין רוח חכמים נוחה הימנו, לפי שיש ללמוד מענין הפרשה דלא בא לספר בשבחם, וכי אפשר לפרש להיות קוראים עתה בשם ה', ומצאנו כאשר החל לרוב היו תמיד חוטאים יותר, ואיך נאמר אכשר דרי".
נאר די כוונה איז אז זיי האבען אנגעהויבען "לקרוא שאר דברים" בשם ה', זיי האבען געמאכט 'שאר דברים' אזוי ווי דער זון אין לבנה אדער די מערכת השמים צו אלהות (אפגעטער), אין די דור אנוש האט אנגעהויבען צו דאווענען אויך צו זיי. אזוי ווי דער רמב"ם שרייבט (פ"א הל' עבודת כוכבים ה"א): "בימי אנוש טעו בני האדם טעות גדול ונבערה, עצת חכמי אותו הדור ואנוש עצמו מן הטועים היה, וזו היתה טעותם אמרו הואיל והאלקים ברא כוכבים אלו וגלגלים להנהיג את העולם, ונתנם במרום וחלק להם כבוד, והם שמשים המשמשים לפניו, ראויין הם לשבחם ולפארם ולחלוק להם כבוד, וזהו רצון הא-ל ברוך הוא לגדל ולחלק מי שגדלו וכבדו, כמו שהמלך רוצה לכבד העומדים לפניו וזהו כבודו של מלך".
וממילא לויט די ווערטער פון דער רמב"ם איז אויך די כוונה פון "הוחל" לשון תחילה, נאר זיי האבען דעמאלס אנגעהויבען צו דאווענען לשמש ולירח. קען זיין טאקע און אונזער חומשים אין דער נוסח אין דער תרגום איז נישט "מצלאה" נאר מלצלאה", אז זיי האבען אויפגעהערט דאווענען פארן באשעפער, נאר אנגעהויבען צו דאווענען לשמש וירח.
רשיה"ק איז מפרש "הוחל" מלשון 'חולין'. הוחל קען אויך זיין א לשון המתנה אזוי ס'שטייט לא יחל דברו, אין ווי דער רשב"ם איז מבאר "שלא יתעכב מלעשותו", אויב אזוי קען זיין אז די כוונה שהתחילו "להתעכב" מלקרוא בשם ה', אדער פון דער לשון "חלילה" אז זיי האבען אויף געהערט מלהתפלל לה'. דער 'חזקוני' הוחל איז פון לשון 'נתבטל' מלשון הפסוק לא יחל דברו, לא "יבטל דברו", ממילא אויך די כוונה שביטלו התפלה להשי"ת.
דער 'ספורנו' איז מפרש אז הוחל לקרוא בשם השם, אז דעמאלס האבען די צדיקי הדור אנגעהויבען דרש'ענען להרבים את שם ה', כעין וואס ס'שטייט "ויקרא שם בשם ה' א-ל עולם", ווי באלד זיי האבען געדארפט סותר זיין די דיעות פון די עובדי כוכבים וגלולים וואס האט זיך דעמאלס אנגעהויבען.
דור אנוש
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
דור אנוש
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

יצירת גולם
בפירוש הרא"ש (בראשית ד כו) ברענגט ער אזוי: "אז די בני דורו פון אנוש איז געקומען אין געפרעגט צו אנוש: וואז איז דיין טאטעס נאמען?
אנוש: שת
בני דורו: וואס איז דער נאמען פון דיין טאטעס טאטע?
אנוש: אדם
בני דורו: וואס איז די נאמען פון אדם'ס טאטע?
אנוש: ער האט נישט געהאט קיין טאטע, נאר דער באשעפער האט באשאפען א גולם פון די ערד, אין דער באשעפער האט אריין געבלאזט א נשמת חיים.
האבען די בני דורו געפרעגט צו אנוש ווי אזוי טוט מען דאס, אין זיי האבען גלייך גענומען א שטיק ערד אין זיי האבען געמאכט א גולם, אין א שד איז אריין אין די נאז לעכער פון דעם גולם, אין דער גולם האט אנגעהויבען צו לעבען. די בני אנוש האבען דאס געזעהן האבען זיי געזאגט "זה אלקינו", אין אנגעהויבען גלייבען אין דעם שד. אין דאס איז וואס שטייט אין מדרש "אתם קראתם לעבודה זרה שלכם בשמי, אף אני אקרא למי הים".

-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 74
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:59 pm
- האט שוין געלייקט: 55 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
דור אנוש - והמבול לשליש העולם
מבול בימי דור אנוש
שטייט אין מדרש (שמות טו ז) אז פאר די מבול בימי נח איז געוועהן א מבול פאר דעם, וואס ביי דער ערשטע מבול איז חרוב געווארען רוב וועלט אנדערש ווי בימי נח ווי דער גאנצע וועלט איז נחרב געווארען. רש"י זאגט טאקע אז יענע מבול איז געוועהן בימי דור אנוש, וזה לשונו (בראשית ו ד): אע"פ שראו באבדן של דור אנוש שעלה באוקיינוס והציף שליש העולם לא נכנע דור המבול ללמוד מהם".
דער ירושלמי דערציילט (שקלים כו א) שטייט אין פסוק "אל הימה המוציאם" זה הים הגדול, פארוואס הייסט דער ים הגדול 'מצואים'? דאס איז כנגד די צוויי מאהל ש'יצא', צוויי מאל וואס דער ים איז ארויס געגאנגען, איינמאל איז דער ים ארויס מגדרה בימי דור אנוש, אין דער צווייטע מאל בדור הפלגה.
אין דער ירושלמי איז דא א פלוגתתא ביז ווייט דער די צווי מאהל האט דער ים פארפלייצט. ר' לעזר בשם רבי חנניה בראשונה יצאה עד קלבריאה, ובשני' יצא עד כפי ברבריאה. ר' חנניה בראשונה יצא עד כיפי ברבריאה, ובשניי' יצא עד עכו ועד יפו.
אבער פאר אונז לויט דעם איז מבואר אז דער ים אוקיינוס וואס נעמנט ארום דער וועלט, דער וואסער איז געפארען צום מזרח זייט פון דער וועלט, אין דעמאלס איז אויס געפארעמט געווארען דעם הים התיכון וואס אונז ווייסען היינט בזמן הזה, וואס דורך דורך דעם ים התיכון גייט מען צו ארץ ישראל און מצרים. ווייל רבי אחא בשם ר' חנניה זאגט אז בשני' יצא עד עכוד ויפר, דאס זענען שטעט פון ארץ ישראל וואס געפינט זיך על שפת ים התיכון אויף דער מזרח זייט.
און פון די ווערטער פון ר' לעזר בשם רבי חנניה בראשונה יצא עד קלבריאה, קלבריאה איז ביים עק פון די דרום זייט פון איטאליע וואס געפינט זיך זיך ביים צפון זייט פון דעם ים התיכון. אזוי אויך ברבריאה וואס בימי קדם געוועהן א מדינה אויף דער צפון זייט פון אפריקע וואס איז ביים דרום זייט פון דער ים התיכון.
איז מוכח פון דעם אז דער ים אוקיינוס יצא מגדרו בדור אנוש אין פארפלייצט דער גאנצע ערד פון איהר מזרח זייט ביז קלבריאה (איטאליע), אין דארט האט זיך געשאפען א נייע ים, דער 'ים אוקיינוס', אין בימי דור הפלגה איז דער ים ים גרעסער געווארען צו איהר מזרח זייט ביז ברבריאה (אפריקא). אדער לויטן אנדערע מאן דאמר אז בימי דור הפלגה האט דער ים הגדול פארפלייצט דער חלקת הארץ וואס האט זיך געפינען ביי ברבריאה (מצד מזרח) ביז עכו ועד יפו. לפי זה וועט אויסקומען א גאר אינטרעסאנטע חשבון אז דער גאנצע שטח וואס היינט געפינט זיך אין איהר דער ים התיכון, איז געוועהן יבשה בימי בימי דור אנוש. און לכאורה איז זי געוועהן גיט באזעצט מיט איינוואוינער, ווייל אויב נישט וואס דען איז דער שטראף, פונקט יענעם שטח צוויי מאהל צו ווערען פארפלייצט אדער אויס געברייטעט ווערען מיט מער וואסער.

Re: דור אנוש
שינויים בדורו של אנוש
אין מדרש (בר"ר כג ו) שטייט אויס גערעכנט פיר זאכען וואס זיך געטוישט בימי אנוש בן שת. בערג זענען געווארען שטיינערדיג, טויטע מענטשען האבען אנגעהויבען צו שטינקען (אין מיט רמה ותולעה), דער פנים פון דער מענטשען האבען זיך אויך געטוישט געווארען ענדליך צו מאלפעס (קוף, מאנקי'ס בלע"ז), אין מענטשען זענען געווארען הפקר צו די מזיקים.
דער ילקוט שמעוני (בראשית רמז מז) לייגט צו נאך דריי זאכען איז געשעהן, איינס דער ים אוקיינוס האט פארפלייצט שליש היבשה, צווייטע זאך אז מקודם איז דער כל העולם כולו געוועהן במישור וערבה אבער יעצט זענען זיי געווארען פיל מיט פעלזן שטיינער אין טאלען אין גריבער, דער דריטע דער הויך פון מענטש איז געפאלען אזוי ווי עס שטייט והגבוהים ישפלו.
מפורשים פרובירען מסביר זיין דעם ילקוט אז די בערג איז ערשט געווארען בימי דור אנוש, ווייל פון די פסוקים איז משמע אז די בערג זענען באשאפען געוואען בשעת בריאת העולם שנאמר (עמוס ד יג) "יוצר הרים ובורא רוח", אין אזוי אויך (תהלים צ) "בטרם הרים ילדו ותחולל ארץ ותבל". וצ"ע.

- פשוט-קאמפליצירט
- ידיד ותיק
- הודעות: 873
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
- האט שוין געלייקט: 866 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל
Re: דור אנוש
דולה ומשקה האט געשריבן:אין דער פסוק שטייט "אז הוחל לקרוא בשם ה'", הוחל איז א לשון פון תחילה. דער 'אבן עזרא' זאגט פשט "מגזרת תחלה והטעם שהחלו להתפלל", הייסט דאס פאר א גרויסע מעלה פון זיי, אז זיי האבען אנגעהויבען צו דאווענען, אזוי ווי דער 'תרגום': "ביומןהי חלו בני אנשא מצלאה בשמם דהשם", אין דאס איז לשבח. דער רד"ק איז מסביר אז ביז דער דור אנוש איז בכלל נישט אנגעפאלען אז תפילה העלפט, נאר זיי האבען געטראכט אז דער גזירת המקום אין להשיב, אבער בימי אנוש האבען זיי אנגעהויבען צו דאווענען. אסאך פרעגן אז מ'זעט שוין אז אדם הראשון האט געבעטן אויף רעגן, נאר ס'דא וואס פארענפערען אז אדם הראשון האט געבען לכבוד המקום, אבער די דור אנוש האט געבען בעד ישיעות ורפואות.
אבער פון רוב מדרשים איז משמע אז בימי דור אנוש איז נאר געוועהן א ירידה, נישט קיין עליה, דער הייליגע מהר"ל מפראג שרייבט (גור אריה בראשית ד כו): "והראב"ע שפירש אותו לשבח אין רוח חכמים נוחה הימנו, לפי שיש ללמוד מענין הפרשה דלא בא לספר בשבחם, וכי אפשר לפרש להיות קוראים עתה בשם ה', ומצאנו כאשר החל לרוב היו תמיד חוטאים יותר, ואיך נאמר אכשר דרי".
בדרך אפשר יש לפרש אז ביים דור אנוש האבן מענטשן אנגעהויבן דעפינירן דעם אין סוף וואס מיר ברואים קענען נישט אנהייבן משיג זיין. נעמט אין אכט: "אין סוף" פאר זיך איז א קאנצעפט וואס מיר מענטשן האבן באשאפן. דער אויבערשטער איז מופשט פון יעדער השגה, אריינגערעכנט דער קאנצעפט פון נישט קענען משיג זיין. ביז'ן דור אנוש האבן מענטשן זיך מבטל געווען און מדבק געווען אין דעם עפעס וואס דער שכל קען נישט משיג זיין. ביים דור אנוש האבן מענטשן שוין אנגעהויבן "מאכן סדר" און ראציאנאליזירן. דאס איז א גרויסע ירידה, ווייל עס מאכט אזויפיל שווערער דאס דביקות.
(אזוי האב איך אפגעלערנט דעם פסוק. איך האף אז עס שטייט פון א פריערדיגן.)
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?