מהלכת בדרכה -מלכה פיוטרקובסקי

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1840
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6098 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2319 מאל

מהלכת בדרכה -מלכה פיוטרקובסקי

שליחה דורך גראדעמעכעלע »

mehalehet_bedarka(1).jpg1899988279.jpeg
mehalehet_bedarka(1).jpg1899988279.jpeg (6.26 KiB) געזען געווארן 1144 מאל


די רעבעצין /אשת הלכה/פוסקת הלכה מלכה פיטורבסקי איז שוין לאנגע יארן עוסק אין פארלערנען גמרא אין הלכה אי די לעצטע עטליכע יאר האלט זי זיך גענוג בר סמכא צי פסקנ'ן שאלות אין יעצט איז זי ארויסגעקימן מיט א ספר מיט א צאל פין די שאלות וואס זי האט.געפסקנט אין זי איז מסבר די מהלך.פארוואס זי האט אזוי געפסקנט ווי פארשטענדליך אז א פרוי האט גי גאטס. ארויס ציקימן מיט א ספר שו''ת בהלכה מיז זי זיין 'סאמטינג דיפרענט 'אין אירע שטעלונגען זענען גאנץ קאנטרעווערשול זי טיט דורך די שאלה צי פרויען מעגן לייגן תפילין זי מיז אנערקענען אז אלע פוסקים בלי יוצא מן הכלל האבן אנגענימן לאיסור אבער זי פרובירט שטארק ארויסציברענגן אז נישט אלע ראשונים האלטן אזוי אין אז עס וואלט כדאי געווען ווען מען קען ווען איבערטראכטן אין טוישן
נאך א אינטערעסאע נושא איז צי פרויען מעגן זאגן קדיש וואס פארשטייט זיך איז זי שטארק נוטה להתיר אין זי בויעט זי אויף א דיוק אין חות יאיר אז ער שרייבט 'ויש למחות' אויף א פרוי וואס זאגט קדיש פארוואס זאגט ער נישט פשוט אז עס איז אסור? אלא מאי ווייל באמת איז עס נישט
אין אוודאי האט זי א גאנצע שמועס בנוגע בירט קאנטראול וואס זי איז מתיר צי מונע זיין גראד נאך די חתונה אויב וויל מען נאך ענדיגן קאלעדז אין אויך איז זי מחדש להלכה באזירט אויף א מאמר וואס זי האט געזען אויף די אינטרנט איז די חיוב פין לערב אל תנח ידך איז נאר צי האבן נאך א אינגל אין א מיידל נאך דעם איז נישטא קיין שום חיוב
נאך א אינוערעסאנטע נקודה פונעם ספר וואס איז לכאורה א דירעקטע תוצאה פין דעם אז די מחברת איז א אשה איז א אסאך פין די דיונים הייבט זי אן מיט ט עמאשענעל מעשה ווי די פרק אויף קדיש פין א יתומה
ווי פארשטענדליך האט די ספר פאראורזאכט א שטורעם דא קען מען זיין א מאמר ביקורת פין רב יואל קטן אין א ענטפער פונעם רעבעצין אויפן פורום פין אוצה''ח

מרת' מלכה איז אויך א שטיקל עסקן אויף עניני אביוז זי האט געגרינדעט א פורום צי באריכטן מעשים שלא יעשו אין זי איז אקטיוו צי נעמען שריט ווי עס פעלט זיך אויס זעע אויך דא פין וויקעפידיע
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גראדעמעכעלע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר