מהלכת בדרכה -מלכה פיוטרקובסקי

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
[NAMELESS]

מהלכת בדרכה -מלכה פיוטרקובסקי

שליחה דורך [NAMELESS] »

mehalehet_bedarka(1).jpg1899988279.jpeg


די רעבעצין /אשת הלכה/פוסקת הלכה מלכה פיטורבסקי איז שוין לאנגע יארן עוסק אין פארלערנען גמרא אין הלכה אי די לעצטע עטליכע יאר האלט זי זיך גענוג בר סמכא צי פסקנ'ן שאלות אין יעצט איז זי ארויסגעקימן מיט א ספר מיט א צאל פין די שאלות וואס זי האט.געפסקנט אין זי איז מסבר די מהלך.פארוואס זי האט אזוי געפסקנט ווי פארשטענדליך אז א פרוי האט גי גאטס. ארויס ציקימן מיט א ספר שו''ת בהלכה מיז זי זיין 'סאמטינג דיפרענט 'אין אירע שטעלונגען זענען גאנץ קאנטרעווערשול זי טיט דורך די שאלה צי פרויען מעגן לייגן תפילין זי מיז אנערקענען אז אלע פוסקים בלי יוצא מן הכלל האבן אנגענימן לאיסור אבער זי פרובירט שטארק ארויסציברענגן אז נישט אלע ראשונים האלטן אזוי אין אז עס וואלט כדאי געווען ווען מען קען ווען איבערטראכטן אין טוישן
נאך א אינטערעסאע נושא איז צי פרויען מעגן זאגן קדיש וואס פארשטייט זיך איז זי שטארק נוטה להתיר אין זי בויעט זי אויף א דיוק אין חות יאיר אז ער שרייבט 'ויש למחות' אויף א פרוי וואס זאגט קדיש פארוואס זאגט ער נישט פשוט אז עס איז אסור? אלא מאי ווייל באמת איז עס נישט
אין אוודאי האט זי א גאנצע שמועס בנוגע בירט קאנטראול וואס זי איז מתיר צי מונע זיין גראד נאך די חתונה אויב וויל מען נאך ענדיגן קאלעדז אין אויך איז זי מחדש להלכה באזירט אויף א מאמר וואס זי האט געזען אויף די אינטרנט איז די חיוב פין לערב אל תנח ידך איז נאר צי האבן נאך א אינגל אין א מיידל נאך דעם איז נישטא קיין שום חיוב
נאך א אינוערעסאנטע נקודה פונעם ספר וואס איז לכאורה א דירעקטע תוצאה פין דעם אז די מחברת איז א אשה איז א אסאך פין די דיונים הייבט זי אן מיט ט עמאשענעל מעשה ווי די פרק אויף קדיש פין א יתומה
ווי פארשטענדליך האט די ספר פאראורזאכט א שטורעם דא קען מען זיין א מאמר ביקורת פין רב יואל קטן אין א ענטפער פונעם רעבעצין אויפן פורום פין אוצה''ח

מרת' מלכה איז אויך א שטיקל עסקן אויף עניני אביוז זי האט געגרינדעט א פורום צי באריכטן מעשים שלא יעשו אין זי איז אקטיוו צי נעמען שריט ווי עס פעלט זיך אויס זעע אויך דא פין וויקעפידיע
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

איך מיין אז איר גישה צו מניעת הריון, איז נובע פון א טיפערען בליק אויף קינדער און עלטערן, אז קינדער איז נישט סתם א סעקסועאלער תוצאה, נאר עס איז פארהאנען א אינערע רצון און מענטשען צו האבען קינדער, איינמאל דאס איז נאך רויע, פאר וועלכע סיבה עס זאל נאר זיין, שנה ראשונה, קאלעדזש וכו' איז דיין גאנצע קינדער געהאבעכס, זרע לבטלה... סאיז נישט סתם אז זי זארגט פאר צופיל מענטשען אויפ'ן וועלט...כמיין צו זאגען סתם א מקיל, עס קומט פון א הבנה עמוקה בענין המשכת הדורות.
סאו וואט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 397
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל

שליחה דורך סאו וואט »

א מענטש וואס לאזט איבער נאר טעכטער, מעגן דו טעכטער קלאר זאגען קדיש און ביהמ"ד יתום. דאס גאנצע יאר. עיין פתחי תשובה יו"ד סימן שע"ו ס"ק ג'.
I AM SICK AND TIRED ALREADY
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

סאו וואט האט געשריבן:א מענטש וואס לאזט איבער נאר טעכטער, מעגן דו טעכטער קלאר זאגען קדיש און ביהמ"ד יתום. דאס גאנצע יאר. עיין פתחי תשובה יו"ד סימן שע"ו ס"ק ג'.


איך קען נישט די סוגיא אבער דא איז א שטיקל פין איינע פין די בקורת
חד המקורות שמביאה פיוטרקובסקי המתירים אמירת קדיש לאישה במניין שבבית הוא דברי באר היטב לר' יהודה אשכנזי על השולחן ערוך, ובהם נאמר: "וכל שכן לבת, אין לה קדיש כלל בבית הכנסת, ואם רוצים לעשות לה מניין – רשות בידם" (עמ' 280). המחברת כותבת שהבאר היטב פוסק כמו הרב יעקב ריישר, שהתיר ב"שבות יעקב" לילדה בת ארבע לומר קדיש במניין שבבית. אולם דברים אלה אינם נכונים בעליל, והמחברת לא זיהתה שהציטוט הוא למעשה סיכום דעתו של בעל כנסת יחזקאל, כמו שנזכר שם מפורשות מעט קודם לכן, עם שמצויה טעות ואמור להיות "ואם רוצים לעשות להם" במקום "לעשות לה". את דעתו של הכנסת יחזקאל מזכירה פיוטרקובסקי עצמה שני עמודים קודם לכן (עמ' 278).
באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך פידלער »

איך ווייס נישט צו דאס בעלאנגט דא אדער אין די "קאווע שפייען" אשכול. די קעפל It's Time for Rabbis to Defer to Women מאכט מיך עס אהערשטעלן.

http://www.jpost.com/Opinion/Its-time-f ... men-379551
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

איז דאס דער ערשטע פון אזא סארט?
מ'ווייסט אז דורך אויס די היסטורי' זענען פרויען וואס האבן פאר געלערנט שיעורים פאר תלמידים מאחורי וילון.

בכלל איז דא וואס זענען שטארק נוטה אז דער ספר הלכה המפורסם "כל בו", וואס דער בית יוסף ברענגט אסאך צו, האט א אשה געשריבען.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
פארשפארט