הארצרייסנד: פרישע טעראר אטאקע אין ירושלים - צוויי טויט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

באמת, קומט זיך פאר די לעכטיגע שרה'לע א ספעציעלע קינה, מען דארף נישט צופיל ארבייטען אויפן געפיל...אבער געוואלד דאס עצלות, מיט שטימע שרייענדע קולות וועל איך צו מיר איבערחזרען מיין בקשה צו גאט:
אבער מיט די ביטערע זיך באפאסן
די געפילן עס רייסן
שטעכן און בייסן
אוממעגליך זיך ארויסרייסן
פון אירע שווערע קייטן

מען רצח'עט, מען שיסט
בלוט זיך עס גיסט
קינדער אויפן מאמע'ס ברוסט
נאס פון די טרערן וואס פליסט
ליבער, די לעצטע קוש דו קריגסט

אוי, רויט דער ארום
טויטע קערפערס אומעטום
אוי, מוחות אן קיין קרום
דער יצירה, שטום
אוי, דער געפיל פארברענט דער יקום

ווען א טראגעדיע פאסירט
דער געפיל פארפירט
צושוידערט און דערשראקן מען שפירט
ביז טרערן גערירט
אוי דער געפיל עס בריט

פאר ליבשאפט פאר'שיכור'ט
דער געפיל ציט מיט קראפט
ווען דער ליבלינג מען פארלירט
אוי, עס קרענקט די בענקשאפט
די נאסטאלגיע, די זינען רירט

גאט,
דערהייבן דער געפיל פון פיין און ווייטאג קענסטו
נאר ווייל דו האסט אלעס געמאכט און א כל יכול ביסטו,
אבער פון אונז שוכני בתי חומר וואס ווילסטו,
עס רייסט דער געפיל, לבנו נשברו ונדכו,
וויאזוי דאס דערהייבן פון אונז, פארלאנגסטו,
אדער נעם אוועק דער געפיל אטום את ליבנו,
אדער געב אונז א במסתרים, ותבכה נפשינו

באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

די הארצרייסענדע ווערטער פונעם זיידען געמישט מיט טרערן לאזען מיך נישט אפ ווי ער לייגט אראפ וויפעל יארן די טאטע מאמע האבען געווארט אויף קינדער און זענען ענדליך געהאלפען געווארן, זיי זענען געגאנגען צום כותל צו אפגעגעבן א שבח והודאה פארן אייבערשטער פאר דאס קינד און געכאפט א בילד פונעם אויסגעבטענע קינד אויפען וועג אהיים אראפקומענדיג פונעם באן קומט א אראבער אן על חרביך תחיה׳ניק און פארט אריין אין קעריזש פונעם קינד פונעם זעץ איז זי געפלויגען 15 פיס אין די לופט און געלאנדעט מיט קאפ אראפ אויפען שטיינערנעם פלאר און קורץ דערנאך אויסגעהויכט די נשמה הי״ד

די לעצטע בילד ביים כותל
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

עיני עיני יורדה מים. די בראך איז אומבאשרייבליך.
הרופא לשבורי לב יחבש לעצבותם.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יעצט געהערט אז די עלטערען האבן געווארט צוויי דריי יאר פאר קינדער און נישט דרייצען וכן מעיד הבילד ווי די טאטע איז מספיד קוקט אויס גאר יונג,
ח''ו נישט אז די טראגעדי' איז עפעס נישט אזוי גרויס און שודערליך ה''י נאר למען האמת כן היא
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

דא זעט מען ווי זיי קומען אראפ פון די טרעין און....הי״ד
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=7sr879gBtX0[/youtube]
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

זענען די עלטערן אקעי?
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

ברוך דיין האמת:

20 יעריגע גיורת און פרומע סעמינאר סטודענטקע, וועמענס נאמען איז איינגעהאלטן צוליב א פארלאנג פון די משפחה איז באשטעטיגט צווייטע קרבן פון די פיגוע דריסה פאריגע וואך.

ויהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר.
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 502
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

@KolHaolam: JERUSALEM: BDE - 18 y/o frum seminary girl from Ecuador injured in last weeks light rail terror attack has passed away from her injuries, BT
פארשפארט