א אינגערמאן איז געשטאנען איין נאכט ביים 'ברידזש' צו כאפן א 'היטש' קיין קר''י, מיטאמאל שטעלט זיך
כ"ק אדמו"ר מ'דאבשינא שליט"א אפ, זאגט אים, די פראנט איז אנגעלייגט מיט פאפירען, זעץ זיך אין בעק אויף מיין זייט, ס'דא א סיט.
זיי פארען זיך אזוי געמיטלען אויפן 17 ווי די רבי שליט"א זינגט זיך אונטער די נייע דאבשינא ניגונים, מיט אמאל דערמאנט זיך די אינגערמאן אז אפשר קען ער האבן אויך א 'היטש' אויף צוריק , גיט ער דעם רבין א קלאפ אין פלייצע, מיטאמאל גיט די רבי ארויס אזעליכע משונה'דיגע פחדים'דיגע קולות ,פארלירט דעם רעדל און פליעט אראפ פונם הייוועי אריין אין וואלד, די קאר גיט זיך ב''ה א האסטיגען שטעל אפ פארנט פון א בוים.
נאכן זיך אביסל באריאיגען זאגט אים די רבי, אויפן מינוט האב איך מיר פארגעסען אז איך האב דיר אין קאר און ווען די האסט מיר געגעבען די קלאפ אין פלייצע, האב איך געמיינט אז די 'בר מינן' וואס איז אין קאר קלאפט מיר פאר א תיקון...
מ'דארף שוין נישט דערציילען אז די אינגערמאן איז פון דארט אנטלאפען 'כל בו נשמתו' ווי די גוי ביי די מרור...
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID