ווי איז אברהם אבינו געבוירען געווארען?

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2730
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

ווי איז אברהם אבינו געבוירען געווארען?

שליחה דורך דולה ומשקה »

דער אבן עזרא נעמנט אן על פי פשוטו של מקרא אז אברהם אבינו איז געבוירען געווארען אין אור כשדים, זיין ראיה איז פון דער פסוק (בראשית יא כח) "וימת הרן על פני תרח אביו, בארץ מולדתו באור כשדים".

דער רמב"ן איז שטארק חולק אויף דעם, ווייל פון דעם פסוק איז בכלל נישט דא קיין ראי' אויף אברהם, דא שטייט אז אור כשדים איז געוועהן דער געבורטס שטאט פון הרן, עס איז בכלל נישט מוכרח אז אברהם אבינו איז אויך דארט געבוירען.

ווען אברהם אבינו האט געשיקט אליעזר צו טרעפן א ווייב פאר זיין זוהן יצחק, האט איהם אברהם אזוי געזאגט (בראשית כד ד): "כי אל ארצי ואל מולדתי תלך, ולקחת אשה לבני ליצחק". און צו ווי האט איהם אברהם אבינו געשיקט? נישט קיין אור כשדים, נאר אברהם האט געשיקט אליעזר קיין ארם נהרים עיר נחור, וואס דאס איז בכלל נישט "אור כשדים".

אברהם אבינו איז געוועהן פון די אייניקלעך פון 'שם בן נח', די כשדיים זענען געוועהן אייניקלעך פון חם. חז"ל זאגען אונז (בבא בתרא צא ע"א) אז אברהם איז געבוירען געווארען אין כותא. דער רמב"ם (מורה נבוכים ח"ג כט) ברענגט א ראי' צו דער חז"ל פון ספרי האומות.

נאר פון דער נביא ישעיה (כג יג, ועי' ברד"ק שם) איז משמע אז די כשדיים האבן אסאך ארום געוואנדערט, זיי האבען איינגענומען שטחים או שפעטער זענען געקומען אנדערע וואס האבען פארטריבען די כשדיים, אזוי איז געגאנגען חוזר חלילה, ווען מ'האט זיי פארטריבען זענען זיי געגאנגען ווייטער און כובש געווארט דארט. מחמת דעם אין שפעטערע תקופות האט מען גערופען ארם נהריים מיטן נאמען 'ארץ כשדים', ווייל זיי זענען דארט אנגעקומען און זיך דארט באזעצט פאר א לענגערע תקופה.

אלזא, הרן איז געבוירען אין דער ארגינעלע אור כשדים, וואס דער תורה דערמאנט, משא"כ אברהם אבינו איז געבוירען געווארען אין 'כותא' וואס דאס איז אין דער געגענט פון ארם נהריים, וואס אין א שפעטערע תקופה האט מען דאס גערופען 'ארץ כשדים', אבער דאס איז בכלל נישט דער ארגינעלע 'אור כשדים'.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר