"למעשה" #2 אנאלטער בחור!
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
"למעשה" #2 אנאלטער בחור!
אונזער סיסטעם (אוי! שוין ווייטער דעם מיאוס'ע ווארט) האט אויף איר קאנטע א שלל פון "גוגל-סוירטש-פרייע" טערמינען וואס קלעבט אויף אונזער ציבור ווי ארבעס צו די... (נע! וואס עפעס? ליימעביענס צום דאך). וויקיפידיע איז דערווייל נאכנישט אנגעקומען מגדיר צו זיין טערמינען א שטייגער ווי: שטאפן-היט ווס "פלאכע-היט מאטעריאל, באשוי, שפיצל-לעידי, כאפצעם, וכדומה. דאס זענען היימיש-האטשענדירענדע ניואנסעס וואס פארנעמט נישט קיין ארט (דערווייל) אינעם אפיציעלן פלאץ ווי טערמינען ווערן דעפינירט.
איינע פון די טרויעריגסטע היימישע טערמינען וואס "אונזער סיסטעם" ג'ענערירט מיט אינפלאציע איז דער מושג; אנאלטער-בחור! אנאלטער בחור האט נישט קיין פלאץ אינעם טעגליכן הו הא, ער האט נישט קיין אפיציעלע פליכטן מיט וואס צו באשעפטיגן דעם טאג. ס'איז נישט פארהאן קיין מאנופעסטאציע/פראגראם/סדר היום פאר "אנאלטער בחור".
אפיציעל ענדיגט זיך די ישיבה יארגאנג ביי "אכטצן און א דריי-פערטל." אויפן הייסן מארקעט איז מען; צווישן אכטצן און דריי חדשים, ביז ניינצן און צוויי חדשים, לא פחות ולא יותר "בדיוק גמור" (נישט ח"ו פארמישן מיטן "בדיוק" פון חתונה בריוולעך און מלווה מלכה'ס). אונטער אכטצן און דריי חדשים איז דא א מקום לחשוש "פארוואס עפעס אזוי פרי? ער איז דאך קוים אכטצן, וואס איז די איילעניש, מסתם זוכן זיי אים צו פטר'ן ווייל זיי האבן פיטער אויפן קאפ, עפעס מוז דא זיין דא נישט אין ארדענונג. די זעלבע ווען דער מדובר איז שוין איבער ניינצן און דריי חדשים, "פארוואס איז אים נישט געגאנגען עד כה, הא? דער שדכן האט א תירוץ דערויף? ער דרייט מיטן צונג."
איז אזוי, אזא איינער וואס זיין מזל האט אים פונקט נישט געשפילט פאזעטיוו במשך די קריטישע עלף חדשים, ווערט אינגאנצן פארוואגעלט און פארוועלקט, מ'קלאסיציפירט אים ווי עפעס א "יו-עף-או אין א לאבאטאריע, ווי א קרפף יותר מבית סאתיים שלא הוקף לדירה. טאטע מאמע ווערן צובראכן, זיי שפירן אין דעם ווי אן אפשפיגלונג אויף זייער אייגענעם שטאנד אין די אויגן פון אנדערע. באשולדיגונגען הייבן אן פליען אין אלע ריכטונגען, אלע זענען פארווייטיגט און שפירן זיך שולדיג איבערן מצב.
די עצה ארויסצוקריכן דערפון איז פשוט נישט אריינצוקריכן דערין.
דער עכטער אמת איז דאך טאקע אזוי, א אינגער טוטער פון אכטצן אהאלב איז נישט דאס בעסטע אידעאל צו קלייבן שידוכים. עלטערן דארפן זיך חזר'ן כסדר; "ס'גייט מיר בכלל נישט אן דעם יארגאנג פון ווען מיין קינד גייט צום מזל אונטער די חופה," נו ווערט ער עלטער, איז וואס, די טשאנסן אז דיין קינד זאל ח"ו בלייבן א גלמוד איז נאענט צו זערא.
איינמאל די עלטערן זענען איבערצייגט אז די גאנצע פראבלעם איז א פאפירענע טיגער, איז צייט זיי זאלן אנהייבן פרעגלן אין די קינדער דעם זעלבן צוגאנג, נאך אפילו אין די אינגערע יארן. האלטן אין איין זאגן צו די קינדער וואס איר האלט, אזוי מסיח לפי תומו, וועגן דעם ענין. דעמאנסטרירט זיי דעם פאקט אז ווי עלטער מ'איז, איז מען אסאך מער רייף אויסצוקלייבן א לעבנס באגלייטער.
ווען דאס קינד איז שוין - נעבעך נעבעך - אנגעקומען אין די "פינסטערע" יארן, לאזט אים נישט ווערן צובראכן, בארואיגט אים אז ס'איז בכלל נישט זיין שולד, ס'איז בעצם נישטא קיין שום סבה פאר "שולד" ס'האט בעצם גארנישט פאסירט! ער איז א הומאן-ביאונג מיט א צלם אלקים אפילו רוב פון זיינע חברים זענען שוין "צוכאפט/פארכאפט" געווארן. באאיינפלוסט אים צו טרעפן א זשאב, אויב איז ער נאך אנגעוויזן אויף אייער יוריסדיקציע, פארשטייט זיך, דאס איז ביי יעדן קינד אנדערש. אויב איר זעט אז ער האט געקליבן א מהלך פון זעלבסטשטענדיגקייט, דאן לאזט אים גיין זיין אייגן וועג, ס'איז צייט איבערצוגעבן די לייצעס ווי ס'שווער ס'זאל נאר נישט אנקומען. אויב איז ער געקנאטן פון אזא טייג איז פאסיג אים צו שטופן ער זאל זיך לערנען "א פאך" ווילאנג זיינע הוצאות זענען נאכנישט ווי אויף הייוון.
צום שלוס: א קליינע אילוסטראציע וואס ווארפט א ליכט אויפן אבסורד און לעכערליכקייט פונעם טערמין "אנאלטער בחור."
מ'טראגט עימיצען אן א בחור, די ערשטע שאלה איז "ווי לערנט ער?" אויב איז דער תירוץ, "ער האט א פיינעם זשאב, פארדינט שיין." ווערט דער יעניגער באליידיגט און שוימט "ווי שעמסטו דיך נישט אנצוטראגן פאר מיין טאכטער אזא ליידיגייער!"
אבער אין פאל ס'רעדט זיך גאר פון א גרוש פאר א גרושה - קען זיין אפילו דעם זעלבן עלטער ווי דער פריערדיגער בחור - איז די ערשטע שאלה "ווי ארבייט ער? פארדינט שיין?" אויב קומט אן ענטפער "ער זיצט נאך אין כולל און מוטשעט זיך" וועט דער אנטווארט זיין " דו שעמסט דיך נישט אנצטראגן מיין טאכטער עפעס א לא לנו?"
גיי פארשטיי ווי אזוי עסן פיקלס ביי זיבן שבע ברכות'ער דרייט איבער א נושא מקצה אל קצה .

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום מאטי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- נאך א פשט
- ידיד השטיבל
- הודעות: 218
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל
בא חבקוק והעמידן על אחת, ובחור בזעלבסטשטענדיגקייט יחיה.
זעלבסטשטענדיגקייט איז די וויכטיגסטער זאך. איינמאל א בחור איז באמת זעלבסטשטענדיג דעמאלטס וועלן די אנערע זאכן שוין נישט זיין א פראבלעם. דאס דארף מען אריינגעבן אין די קינדער אפילו נאך פאר זיי ווערן בחורים און גרויסע מיידלעך.
א גרויסער (נישט אנאלטער) בחור אדער מיידל וואס איז אינגאנצען זעלבסטשענדיג ווערט נישט צובראכן און אנגעזעצט ווייל סאסייעטי זאגט אז די ביסט אלט און האט נישט מורא צו נעמען א דשאב אדער טוהן פארשידענע אנדערע זאכן ווייל סאסייעטי לאזט נישט.

The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 878
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
- האט שוין געלייקט: 1386 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל
i think this is a very important topic, but you didnt discuss yet how he should deal with social life, you said he should do what he wants and not be afraid of society, but we have another issue of his social life because he doesnt have a family and not a yeshiva... its a big problem! x
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
chusid האט געשריבן:i think this is a very important topic, but you didnt discuss yet how he should deal with social life, you said he should do what he wants and not be afraid of society, but we have another issue of his social life because he doesnt have a family and not a yeshiva... its a big problem! x
גערעכט, און נאך א פראבלעם וואס מ'רירט נישט אן דא, וואס געהערט אפשר נישט מלפני הפרגוד.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 23
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 2:33 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל
געווען א איד וואס האט זיך אריינגעצויגן אין א נייע געגנט אין איז די ערשטע מאל געקימען אין שול דאווענען, אריינקימענדיג אין שול זעהט ער ווי דער גאנצער עולם דאווענט שטייענדיג אויף איין פיס, נישטא קיין בענק קיין טישן.
דער איד אלץ מאטער אויס גאנץ א באקוועמער מענטש האט קיין ברירה געהאט, סוף כל סוף ווער וויל דיין זיין א יוצא מין הכלל, האט ער זיך אויך אזוי געשטעלט דאווענען מיט איין פיס אין די ליפט.
ויהי היום נאך איטליכע וואכן דער איד איז שוין געווארן היימיש דארט, האט ער אפגעמאכט עד כאן געניג זיך מיטגעמאכט אין האט אנגעהויבן ארויסקימען מיט ארטיקלען אינעם לאקאלן צייטונג קעגן דעם נארישן מקור לויזן מנהג ער האט געווארפן פאשקעווילן געשריגן פארפירט אין פראבירט יעדן איבערצייגן זיי זאלן אויפהערן מיט דעם שטות.
ביז איין טאג קומט אים צי א קליגער איד אין זאגט אים, איך פארשטיי איר ווילט יעדער זאל טוישן זיין געוואינהייט כדי גרינגער מאכן פאר אייך דאס דאווענען, איר מוזט אבער פארשטיין סאיז נישטא צי וועם צי רעדן ווייל אויב מענטשן האבן מסכים געווען צי דאווענען שטייענדיג אויף איין פיס יארן לאנג אן קיין פראטעסט טא ווייזט עס דען נישט פאר אייך פין וועם מרעדט דא? דאס זענען מענטשן מיט קליינע מוחות מיט גאר ווינציג שכל איר וועט זיי נישט טוישן ווייל זיי האבן בכלל נישט וואס עס פעלט זיך אויס צי פראדעצירן וואס אזוינס איר ווילט פין זייער לעבן האבן זיי טוהען שוין אזוי זיבעציג יאר, זייט מוחל איר זענט יא א בר דעת אין איר פארשטייט יא אז דאס איז טאטאל טופשות גייט דאווענען אין אן אנדערע שול אדער צוהט אייך אוועק פין דאנען, וועלעכער קליגע מענטש וויל דען אויפציהען דורות צווישן אזוינע אידיאטען.
לעינינו, ניינציג פראצענט ארטיקלען אינעם שטיבל זענען באזירט צי קאמפלענען אויף די סיסטעם, רבותי די וואס לייענען די ארטיקלען האבן שוין מסכום געווען צי ארטיקל נאך בעפארן דאס לייענען, נישטא וואס צי רעדן סאיז דא א קליינע פראצענט בעלי דעת וועלעכע זענען אין טיפע דעפרעסיע פינעם מצב דא ביי אונז, אבער זייט וויסן רובא דרובא מענטשן זענען מסכום צי שטיין אויף איין פיס זייער גאנץ לעבן אין זענען בכלל נישט אימשטאנד צי תופס זיין וואס איר רעדט, איר גייט זיי נישט טוישן אפילו מיטן א בוקס צים קאפ.
אז איר ווילט א טויש זייט מוחל לך לך מארצך, כאפט דעם וואנדער שטעקן אין אנטלויפט פין דא באצייטענס, דא ברויך מען שטייען אויף איין פיס.

הייבט זיך נישט אהן, די נאמבער פון פיינע בחורים וואס גייען ארבייטן (לויט ווי איך זעה) ווערט אלס מער און מער, כן יעזור, און אזוי דארף עס צו זיין. טראכט אריין, ווען איינער אפערט דיך "יעצט צו סיינען א יששכר זבולון וואלסטו עס אנגענומען? ניין, איז (א דריי מיט די פינגער) פארוואס א אלטע בחור זאל זיין אנדערש?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 883
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 798 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל
Re: "למעשה" #2 אנאלטער בחור!
מדיסקאסט אנאלטער בחור קיינער רעדט נישט פין וועלכע יארגאנג מגייט אריין אין גדר פין אלט
די פותח האשכול לייגט אראפ פין 11 חדשים פין די 18 כמיין דאס איז איבערגעטריבען.
היינט אנאלטער בחור הייבט זיך אן נישט פאר 23 אין סאיז שוין דא ישיבות פאר די age אפגערעדט אז אויב מלערנט אין ארצינו הקדושה.
אין פין 23 אין ארויף לאמיר דאן זיין צו ער מעג ארבעטן גאנצער טאג האלבע טאג נאר זיך לערנען א פאך.

דאס מענטשעלע שפילט........
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 23
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 27, 2015 3:09 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:מדיסקאסט אנאלטער בחור קיינער רעדט נישט פין וועלכע יארגאנג מגייט אריין אין גדר פין אלט
די פותח האשכול לייגט אראפ פין 11 חדשים פין די 18 כמיין דאס איז איבערגעטריבען.
היינט אנאלטער בחור הייבט זיך אן נישט פאר 23 אין סאיז שוין דא ישיבות פאר די age אפגערעדט אז אויב מלערנט אין ארצינו הקדושה.
אין פין 23 אין ארויף לאמיר דאן זיין צו ער מעג ארבעטן גאנצער טאג האלבע טאג נאר זיך לערנען א פאך.
למשל איך ביז די 32 האב איך געהאט די טיטל א בחור אין די יארן
היינט האב איך די נאמען אלס עלטערער(פראבלעמאטישער) בחור!!
אגב א אמת׳דיגע ייש״כ פאר מאטי פאר די חיזוק אין זיין תגובה איך האב עס יעצט געזען די ערשטע מאל עס איז ממש עד להפליא מגלגלין זכות ע״י .........
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 33
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 10:50 pm
- האט שוין געלייקט: 425 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
Re: "למעשה" #2 אנאלטער בחור!
זיניגער האט געשריבן:געווען א איד וואס האט זיך אריינגעצויגן אין א נייע געגנט אין איז די ערשטע מאל געקימען אין שול דאווענען, אריינקימענדיג אין שול זעהט ער ווי דער גאנצער עולם דאווענט שטייענדיג אויף איין פיס, נישטא קיין בענק קיין טישן.
דער איד אלץ מאטער אויס גאנץ א באקוועמער מענטש האט קיין ברירה געהאט, סוף כל סוף ווער וויל דיין זיין א יוצא מין הכלל, האט ער זיך אויך אזוי געשטעלט דאווענען מיט איין פיס אין די ליפט.
ויהי היום נאך איטליכע וואכן דער איד איז שוין געווארן היימיש דארט, האט ער אפגעמאכט עד כאן געניג זיך מיטגעמאכט אין האט אנגעהויבן ארויסקימען מיט ארטיקלען אינעם לאקאלן צייטונג קעגן דעם נארישן מקור לויזן מנהג ער האט געווארפן פאשקעווילן געשריגן פארפירט אין פראבירט יעדן איבערצייגן זיי זאלן אויפהערן מיט דעם שטות.
ביז איין טאג קומט אים צי א קליגער איד אין זאגט אים, איך פארשטיי איר ווילט יעדער זאל טוישן זיין געוואינהייט כדי גרינגער מאכן פאר אייך דאס דאווענען, איר מוזט אבער פארשטיין סאיז נישטא צי וועם צי רעדן ווייל אויב מענטשן האבן מסכים געווען צי דאווענען שטייענדיג אויף איין פיס יארן לאנג אן קיין פראטעסט טא ווייזט עס דען נישט פאר אייך פין וועם מרעדט דא? דאס זענען מענטשן מיט קליינע מוחות מיט גאר ווינציג שכל איר וועט זיי נישט טוישן ווייל זיי האבן בכלל נישט וואס עס פעלט זיך אויס צי פראדעצירן וואס אזוינס איר ווילט פין זייער לעבן האבן זיי טוהען שוין אזוי זיבעציג יאר, זייט מוחל איר זענט יא א בר דעת אין איר פארשטייט יא אז דאס איז טאטאל טופשות גייט דאווענען אין אן אנדערע שול אדער צוהט אייך אוועק פין דאנען, וועלעכער קליגע מענטש וויל דען אויפציהען דורות צווישן אזוינע אידיאטען.
לעינינו, ניינציג פראצענט ארטיקלען אינעם שטיבל זענען באזירט צי קאמפלענען אויף די סיסטעם, רבותי די וואס לייענען די ארטיקלען האבן שוין מסכום געווען צי ארטיקל נאך בעפארן דאס לייענען, נישטא וואס צי רעדן סאיז דא א קליינע פראצענט בעלי דעת וועלעכע זענען אין טיפע דעפרעסיע פינעם מצב דא ביי אונז, אבער זייט וויסן רובא דרובא מענטשן זענען מסכום צי שטיין אויף איין פיס זייער גאנץ לעבן אין זענען בכלל נישט אימשטאנד צי תופס זיין וואס איר רעדט, איר גייט זיי נישט טוישן אפילו מיטן א בוקס צים קאפ.
אז איר ווילט א טויש זייט מוחל לך לך מארצך, כאפט דעם וואנדער שטעקן אין אנטלויפט פין דא באצייטענס, דא ברויך מען שטייען אויף איין פיס.
אזעלכע פערל ווערטער.