פריינדליך האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:איך וויל נישט גיין ווייטער, ווייל איך רעספעקטיר יעדן רבי'ן פאר די גוטע זאכן וואס ער טוט, אבער אז מען שטופט מיר ארויס פון בויך, וועל איך מגלה זיין טפח פון מיינע מחשבות, טיף טיף אין הארצן, כ'האב עס מורא ארויסצוזאגן ווייל מען קען מיך נאך פארשטיינערן, אבער מה אעשה, אזוי האלט איך, אז די 2 ברודער האבן נישט קיין יראת שמים, די תורה אינטערעסירט זיי אין די לינקע פיאה, און דער באשעפער בכלל נישט, זיי מיינען בלויז זעך און נאכאמאל זעך, די אלע תקנות איז נאר פיער פרעשור פון די עסקנים טעראריסטן אדער אין בעסטן פאל אפאר געלט-גייציגע סוחרים וועלכע ווילן מען זאל נוצן זייערע פראדוקטן, און פני הדור כפני הכלב, וואס מען בעהט זיי צו מוחה זיין זענען זיי מוחה און מאכן תקנות. אויב האב איך איינעם וויי געטון בעהט איך שוין איבער. קען זיין איך בין נישט גערעכט. אבער דאס איז מיין ארימע דעה. מען נוצט אידישקייט פאר די אייגענע אינטערעסן, מען מאכן די תורה א "קרדום לחפור בה".
אויף איינער ווי די איז נאר שייך צו ענדיגען מיט די גמרא האומר מאי אהני לי רבנן אפיקורס הוה,
ווי געווענליך זאגט מען אז עפל פאלט נישט ווייט פון בוים, עס וועט זיין זייער אינטערסאנט צו זען וויאזוי דיינע קינדער וועלען אויסזען, ערליכער ווי די זיכער נישט, לאמיר כאטש האפן אז קיין חילול השם זאלען זיי נישט מאכען,
משמע מהא אז די צוויי ברודערס זענען מכשיל אסאך אידען מיט כפירה.
פין היינט אין ווייטער בין איך שטאלץ צי זיין א כופר, לויט די דעפינישן פין כפירה.