"למעשה" #3 אונזערע קינדער, אונזער צוקונפט

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

"למעשה" #3 אונזערע קינדער, אונזער צוקונפט

שליחה דורך נהורא נפישא »

עס איז נישט קיין סוד, אז ס'איז דא צעווישן אונז א באדייטנדע צאל וואס זענען נישט צופרידן פונעם לעבנסשטייגער אין וואס מיר געפונען זיך, עס איז וויכטיג צו אנערקענען אז ביפאר מ'הויבט אן טראכטן וועגן א לעזונג דארף מען דערגיין וואו די פראבלעם וואס איז גורם פאר די אומצופרידנהייט שטעקט, און דערנאך קען מען זיכן פאר א לעזונג, אויך איז וויכטיג צו אנערקענען אז נישט יעדע לעזונג איז א פולקומע לעזונג, און אוודאי איז נישט יעדע לעזונג גרינג אויסצופירן.

קודם לאמיר אנהויבן וואס איז דער פראבלעם פארוואס זייער אסאך זענען נישט צופרידען מיט אונזער סיסטעם, לדעתי שטעקט די פראבלעם אין פארנאכלעסיגייט אין חינוך הבנים, ווי מיר פאלן דורך צו באוואפענען אונזערע קינדער מיט די נויטיגע מיטלן וויאזוי זיך צו ספראווען אין אזא שטורעמישע וועלט, וואס דאס זאגט אז די לעזונג ליגט דוקא אויך אין די חינוך הבנים, זיי צו געבן א עמאציענעל-געזונטע ערציאונג וואס זאל זיי באגלייטן דורכאויס זייערע ערוואקסענע יארן, ס'איז א געוואלדיגע טעות וואס מ'מיינט אז די פראבלעם ליגט און די אייגנארטיגע חרדישע פראקטיצירונגן אדער אמונה סיסטעם, ווי איך וועל שפעטער אויספירלעך מסביר זיין.

צום ערשט א קורצע הקדמה
וואס איז דאס אויטענטישע אידישקייט?  וועלכע סעקטור אין די ברייטע רעליגיעזן ספעקטרום שטעלט פאר אויטענטישע אידישקייט? די ענטפער אויף די פראגע איז אז קיין איינס איז נישט מער אויטענטיש ווי דאס צווייטע, אפילו היינטצייטיגע חסידיזם איז נישט אידענטיש צו חסידיזם ווען ס'האט זיך פארמירט, און איך וועל מסביר זיין וואס איך מיין, אט האט איר די צוויי הויפט דינאמאנאציעס, חרדיזם און מאדערניזם, ביידע פון זיי זענען נייע ערפינדונגן מיט א קאמבענאציע פון נייע פראקטעצירונגן און געוויכט אויף פארשידנארטיגע ווערדן און אידיאלן, דאס אלעס איז אויפגעקומען אין רעאקציע צו די סביבה און צייט אין וואס זיי האבן זיך געהאדעוועט, ווי ס'איז אנטשטאנען פארשידנארטיגע רעאקציעס.

אונזערע מקורות זענען אן אוצר פון פילפארביגע מיינונגן אויף יעדע טעמע אנטבלאנגטינג אידישקייט און וואס סיי חרדיזם און סיי מאדערניזם קענען געפונען אין איר שטיצע, ווייל כאמור זענען זיי אויסגעדרוקט געווארן אין פארשידענע צייטן און סביבות, ד.ה. אידישקייט האט אין זיך דער מענטשליכער עלעמענט אז זי איז פון אייביג אן באווירקט געווארן לויט די צייט אין סביבה וואס זי האט זיך געפונען.

ווי באקאנט, אין חסידיזם--וואס איז א באוועגונג אינערהאלב חרדיזם-- האט זיך אנטוויקלט פארשידענע ערליי טראדיציעס און פראקטיצירונגן, אפטמאל פראקטיש און פאלקסטימליך, צו די זעלבע צייט-- און דאס נעמט אריין גאנץ חרדיזם בכלליות-- האט זיך אנטוויקעלט אויך פארשידענע פראקטיצירונגן וואס זענען נישט אנטוויקעלט געווארן אפילו אידיאליש נאר פשוט און פראסט זיך אנטוויקעלט מכח פארנאכלעסיגקייט.

ס'איז באקאנט, אז בדרך כלל א מענטש'ס לעבנסשטייגער גייט אין איינקלאנג צו די סביבה און וואס ער איז האדאוועט זיך, און בדרך כלל איז מען עמאציענעל פארבינדן צו די לעבנסשטייגער מיט וואס מ'איז ערצויגן געווארן, און דאס אז ער זעהט אז ס'איז פארהאן אנדערע לעבנסשטייגערן און קולטורן דארף אים נישט צו ברענגן קיין שום פארלעגנהייטן און דילעמאס.

די פראבלעם פון "אומצופרידנהייט" הייבט זיך אן ווען א מענטש ווערט באקריוודעוועט פונעם סיסטעם אין וואס ער וואקסט אויף, ווען די לעבנסשטייגער גייט אין קעגנזאץ צו זיין עמאציאנאלע וואוילזיין, עס איז נישט קיין סוד אז די "פרעשור" וואס אונזער לעבנסשטייגער ברענגט מיט זיך מיט, קלאפט בעיקר אויס אין א פארנאכלעסיגונג אין חינוך הבנים, אין וואס אסאך קינדער פון אונזער געזעלשאפט באקומען נישט א געזונטע ערציאונג פון אריינברענגן אין זיי פאזיטיווע עמאציעס און זעלבסטזיכערקייט.

אט די פארנאכלעסיגקייט ווערט בייגעשטייערט פון מערערע פאקטארן, כשלעצמי, בין איך ביי די מיינונג אז איינע פון די וויכטיגסטע ביישטייערונגן צו אט דעם פראבלעם איז, דאס טוען לעבנס-קריטישע באשלוסן נישט ריכטיג דורכגעטראכט, ווצבש"פ די וועג וויאזוי מיר טוען שידוכים, די וועג וויאזוי מיר ברענגן אראפ קינדער אויף די וועלט אן די מינדעסטע פלאן וויאזוי דאס צו סופארטן, און בכלל די געלט שווענדעריי פאר זאכן וואס מיר טוען ווייל מיר האבן נישט די קאנפידענץ צו מאכן אייגענע באשלוסן אין מיר דארפן נאכטוען וואס אנדערע טוען.

חינוך הבנים איז נישט קיין מדע מדויק, עס איז נישט דא א "סעט אוו רוללס" וויאזוי זיך אומצוגיין אין חינוך וואס ארבעט פאר יעדן צוגלייך, חנוך לנער ע"פ דרכו, יעדעס קינד איז אנדרעש און יעדע סיטואציע איז אנדרעש, עס איז אבער יא דא פארשידענע צילן וואס די עלטערן דארפן האבן פאר די אויגן ביים ערציען די קינדער, אז זיי זאלן האבן אן עמאציענעל-געזונטע ערציאונג וואס זאל זיי אויך שפעטער באגלייטן דורכאויס זייערע ערוואקסענע יארן.
המשך יבא בעז"ה
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

איידער מיר גייען ווייטער מיטן פארשטעלן געוויסע לעזונגען, איז זייער וויכטיג צו באטאנען אז מ'דארף קוקן רעאליסטיש און זיך נישט רישן אויף באלדיגע רעזולטאטן אין די נאנטע צוקונפט, נאר מ'דארף האבן פארשטענדעניש אז סיי וואספארא לעזונגען קענען נעמען א פראצעס פון צעהן, פופצען יאהר, דעמאלטס ווען ס'וואקסט אינטער די דור פון אונזערע קינדער, וואס האפענטליך וועלן מיר דאן אנהייבן שניידן די פירות פון די דאזיגע אונטערנעמונגען.

די סיבה פארוואס איך בין ביי די מיינונג אז אונזערע קינדער זענען אונזער איינציגע האפענונג, איז א חוץ דעם וואס זיי זענען למעשה אין אונזערע הענט, זעה איך נישט רעאליסטיש אז ענדערונגן זאלן קומען פון אויבן אראפ, פון די רבנים אדער עסקנים לכל קדשי ישראל, נאר עס דארף צו קומען דוקא דורך אן אויפוואכונג פון די שטילע מאיאריטעט, וואס אין בעסטן פאל האבן זיי נישט קיין שום אינטערעסע אז אונזער געזעלשאפט זאל ווערן געשלעפט מער און מער אויף רעכטס, און הגם רובא דרובא זענען אפשר לאו דוקא אומצופרידען, איז דאס נאר פארדעם ווייל ס'איז פשוט נישט זייערע גרעסטע דאגות, צו ווייל זיי קוקן שוין דערויף ווי אזאך וואס איז עולם כמנהגו נוהג, אבער ס'איז קלאר, אנע צווייפל, אז דער רוב ווערט פשוט נאכגעשלעפט פון סיי וואספארא דירעקשאן סיי ווערן געפירט, און פארשטייט זיך אז מ'רעדט דא נישט פון ראדיקאלע ענדערונגען, נאר פשוט לינדערן די שווערע פרעשור וואס אונזער געזעלשאפט ברענגט מיט זיך מיט, פארמאכנדיג די טויערן פון אויסוואלן

חרדיזם האט אזא טבע אז אויב מ'וועט זי לאזן זיך אנטוויקלן אויף די אייגענע האנט, אנע דעם וואס מנהיגים זאלן עומד זיין בראש מיט מחשבה און ראיית הנולד, וועט עס אלס ווערן געשלעפט מער און מער אויף רעכטס, און דאס איז זייער פשוט, ווייל די נעכטיגע גדרים וסייגים ווערן היינטיגע חפצאות של איסור, אאז"וו.

יעצט די פאקט איז אז די רעש'יגע מינאריטעט וואס ברענט אין זיי א רוח קנאות, און זענען בדרך כלל היציגע און קורצזיכטיגע מענטשן, נעמען אן אקטיווע ראלע אין פארמירן אונזער געזעלשאפט, בשעת ווען די שטילע מאיאראטעט האט נישט אין זיך דעם אייפער און ברען צו זיין אקטיו אפצושלאגן די רעכטע און אכשר דרא'דיגע נויגונגען.

אלזא יעצט ווען מיר קומען צו די לעזונג פון חינוך הבנים, איז נישט גענוג דאס וואס אסאך פון אונז וואס באזיצן מער באזעצענע מיינונגען לאזן די קינדער זיך גיין זייער וועג זיך איינצושאפן זעלבסטשטענדיגקייט, מיר דארפן זיין אקטיוו אריינצופרעגלן אין אונזערע קינדער געוויסע אייגנשאפטן און ווערדן, וואס ס'זאל זיי אויפבויען אלס גייסטיש געזונטע מענטשן, עס איז נישט קיין סוד אז פולע פון אונז פירן טאקע גאנץ א רואיגע און באטעמ'טע שטוב, אבער פונדעסטוועגן איז דער חינוך היבש פארנאכלעסיקט, גייענדיג פארביי טאג נאך טאג וואס אונז עלטערן וואס זענען טאקע פארנומען איבערן טאג, ווען מיר קומען אהיים צו די קינדער פארגעסן מיר אז מ'דארף נעמען אן אקטיווע ראלע אין די ערציאונג פון די קינדער.

דערפאר איז קריטיש וויכטיג אז די עלטערן זאלן דורכטראכטן מיט ישוב הדעת וויאזוי זיי קענען פארבעסערן די ערציאונג פון זייערע קינדער, צבש"פ ס'איז זייער נוצליך פאר די עלטערן צו מאכן פארשידענע אונטערנעמונגען מיט קלארע צילן וואס אלס צו טאן פאר די וואוילזיין פון אונזערע קינדער, און איינמאל מ'האט א קאנקרענטע פלאן זאל מען זיין אקטיוו טאג טעגליך דאס אויסצופירן, און אפילו מ'האט געוויסע צייטן נישט קיין געדולד זאל מען דאס כאטש טוען כחוק בלי טעם וחוק בלי יעבור.

צו די זעלבע צייט דארף מען זען צו פארבעסערן די אטמאספערע אין שטוב אז דאס זאל זיין געאייגנט פאר די האקעלע אינגע נשמות.

כוועל פרובירן פארצולייגן עטליכע געדאנקן און הגם זיי זענען פשוט, און איך מיין יעדער וועט מסכים זיין מיט זיי, קענען זיי פונדעסטוועגן זיין זייער פארנאכלעסיגט, די גוטע נייעס איז אויך אז דאס אלעס גייט נישט אנטקעגן קאנקרענטע חרדישע איבערצייגונגען.

•ס'איז זייער וויכטיג נישט צו פרעשורן די קינדער מיט הויעכע ערווארטונגען וואס זענען נישט צוגעפאסט פאר זיי, און בעסטן פאל וועט ער פארלירן מאטיוואציע און זיך אינגאנצען אפלאזן פון צופרידנשטעלן די עלטערן, און צום ערגסטן פאל קען ער נאך קריגן א נערוון צוזאמבראך, קיינמאל שטעל נישט צו די ערווארטונגען פון דיין קינד צו די הצלחה פון א צווייטן קינד, הגם ס'איז אמת אז אלע וואס האבן מצליח געווען בתורה אדער בחכמה ומדע, האבן פון זיך ערווארטעט אסאך, איז דאס אבער פארט נישט די אויפגאבע פון די עלטערן, די אויפגאבע פון די עלטערן איז צוגעבן מאטיוואציע און עמאציענאלע שטיצע.

•ס'איז אייביג וויכטיג אז ס'זאל הערשן א געוואלדיגע רואיגע אטמאספערע אין שטוב, סיי די צוגאנג צו די עקרת הבית מיט א געוואלדיגע רעספעקט און צוגעלאסענע רואיגקייט, און סיי כלפי די קינדער, די ערגסטע זאך וואס א טאטע קען טוען איז לאזן אידישע פראקטיצירונגען מאכן א רושם פון פרעשור און אנגעצויגענקייט, דאס קען פארפיינטן אידישקייט אין די אויגן פון דיינע קינדער.

•מאכן אידישקייט בעטעמ'ט, יעדע אידישע פראקטיצירונג מאכן עקסיידעט, מסביר זיין לפי הדרגתם, בסבר פנים, די סיבות און טעמים אויף די אלע זאכן וואס מיר טוען.

•קיינמאל נישט רעדן אויף מענטשן אדער קהילות וואס האבן מיינונגס פארשידנהייטן פערזענליך, העכסטענט אז דו האסט שארפע מיינונגספארשידענהייטן אויפן לעבנסשטייגער פון אנדערע וכדומה זאלסטו זיך אייביג באציען אויף די אישוס זעלבסט.

•די זעלבע איז גילטיג כלפי די צוגאנג וואס מיר דארפן האבן כלפי גויים, געבן די קינדער צו פארשטיין אז די וועלט ארבעט נישט מיט די הנחה אז לא נברא העולם אלא בשביל ישראל, ווייל די גויים ווייסן נישט פון דעם סוד, און אזא צוגאנג אין לעבן קען זיין זייער שעדליך און ברענגן א חילול השם ותורתו, געבן פאר די קינדער א געזונטע וועלט אויסקוק אין וואס די וועלט איז נישט צוטיילט גויים אנטקעגן אידן, נישט איינרעדן די קינדער זאכן וואס זענען נישט אמת ווצפש"פ אז גויים האבן אונז פיינט וכדומה, א גוטע זאך איז לערנען מיט די קינדער געאגראפיע, ווי אויך וויאזוי רעגירונגן ארבעטן, ווי אויך אויף דעם שטייגער וואס ראובן האט פארגעשלאגן, איך ווייס נאר נישט צו דער בוך וואס ער לייגט פאר איז טאקע רעאליסטיש א דבר השווה לכל נפש, אויסרייסן יעדעס ברעקל פון ראסיזם, ארויסברענגן אז מיר האבן סך הכל א תורה'דיגע לעבנסשטייגער וואס גיט אונז אן אחריות צו לעבן ערליך צו זיין א ראלע מאדעל פאר אנדערע.

•ס'איז זייער וויכטיג נישט צו האבן די טעות אז פון לאזן אונזערע קינדער זיך פירן ווי פרייע פויגל וועט דאס זיי צופירן צו זעלבסשטענדיגקייט און זעלבסטזיכערקייט, מ'דארף כסדר זיין אקטיוו, שמועסן מיט די קינדער אנקניפן א קשר מיט זיי, נישט מזלזל זיין אין זייערע באדערפענישן, ווי אויך איז קריטיש וויכטיג ארויסצוווייזן געפילן און ליבשאפט צו די קינדער, און דאס איז איינע פון די זאכן וואס איז שטארק פארנאכלעסיקט אין אונזערע רייען, נישט מכח סיי וואספארא אידיאלאגיע, נאר פשוט און פראסט נאכגעלאזטקייט.

•אויסלערנען די קינדער אז יעדער בשר ודם קען מאכן מיסטעיקס אין לעבן, פשוטע מענטשן ווי אויך צדיקים, קלוגע מענטשן ערוואקסענע מענטשן, יעדער מאכט מיסטעיקס און יעדער דארף זיך לערנען פון מיסטעיקס, אזא צוגאנג נעמט אראפ פרעשור פון די סארט קינדער וואס האבן פערפעקשעניסטישע נויגונגן וואס ברענגט צומאל אריין אין זיי א חוסר פון זעלבסטזיכערקייט.

•אויסלערנען די קינדער אז מ'טאר קיינמאל נישט זיין איבערגעאיילט צו מאכן באשלוסן אין לעבן, באשלוסן אין לעבן דארפן ווערן געטוען מיט ישוב הדעת און דורכגעטראכט.

•אויסנוצן די פאזיטיווע סערוויסעס וואס די חרדישע חינוך שטעלט צו, ווצבש"פ די סעקולארע לימודים אין וואס מ'לערנט די קינדער רעדן שרייבן אין ליינען, און רעכענען, ארויסווייזן א שטארקע אינטרעס אין זייער פארשריט, הן רעדנדיג מיט די קינדער, ווי אויך רעדנדיג מיט דער הנהלה פון די מוסדות - כדי זיי זאלן וויסן אז עס זענען דא וואס לייגן א דגוש דערויף, און דאס איז אמת מיט אלע לימודים, לאזט נישט פרעמדע השפעות וואס זענען מזלזל דערין, און פארוואנדלן דאס פאר א צייט אנברענגעריי, אריינדרינגן ביי דיינע קינדער.

צום שלוס, ס'איז נאך דא אסאך גאר וויכטיגע פונקטן, אבער די וויכטיגסטע פונקט פאר די הצלחה אויסצופירן די אלע אויבנדערמאנטע זאכן, איז אז די עלטערן זאלן אליין זיין א ביישפיל וויאזוי די קינד זאל זיך פירן, ווייל מער פון וואס מ'לערנט דעם קינד, לערנט זיך די קינד פון די מעשים און טבעיות פון די עלטערן זעלבסט.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
נאך א פשט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 218
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:12 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך נאך א פשט »

אבטולמוס האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:• קיינמאל נישט רעדן אויף מענטשן אדער קהילות וואס האבן מיינונגס פארשידנהייטן פערזענליך, העכסטענט אז דו האסט שארפע מיינונגספארשידענהייטן אויפן לעבנסשטייגער פון אנדערע וכדומה זאלסטו זיך אייביג באציען אויף די אישוס זעלבסט.

וויאזוי קען מען מחנך זיין די קינדער אז זיי זאלן נישט נתפעל ווערן פון די איצטלא דרבננ'ס וועלכע שטעקן אריין זייערע פרצופים איבעראל?


די קשיא איז א שטארקע, און א fail proof תירוץ איז נישט דא אויף דעם. דאס איז א פראבלעם אזוי ווי די (אויך יודישע) מידיא וואס בשיינט און באגלאנצט אלעס וואס איז אין רוחינו נוחה הימינו. און עס איז זייער שווער מחנך צו זיין קינער נישט נתפעל ווערן פון דעם.

אבער דא איז דאך אן אשכול פון "למעשה"....

איז למעשה, איז די עצה צוצוגיין דערצו אזוי ווי מ'דארף צוגיין צו די מידיא, צו שטיין ווייט דערפון ווי ווייט מעגליך. דאס מיינט 1) נישט אריין ברענגען אין שטוב כל העולם כולו, דער וואך וכו' 2) נישט דיסקוטירן רבי'ס און רביסטעוועס און פראנט פון די קינדער. אזוי זענען רבי'ס און רבנים נישט א זאך וואס ליגט שטענדיק אינעם קינד'ס קאפ און ממילא ווערט ער הישט נתפעל פון דעם.

צווייטענס, רעדן אסאך בשבח פון פשוטע אידען וואס זענען מופלג בתורה, גמילת חסדים, מידות, הלכה, אדער זיי וועלעכע אנדערע מעלה.



איך וויל נאך מאריך זיין אבער איך דארף גיין.
The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

אבטולמוס האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:• קיינמאל נישט רעדן אויף מענטשן אדער קהילות וואס האבן מיינונגס פארשידנהייטן פערזענליך, העכסטענט אז דו האסט שארפע מיינונגספארשידענהייטן אויפן לעבנסשטייגער פון אנדערע וכדומה זאלסטו זיך אייביג באציען אויף די אישוס זעלבסט.

וויאזוי קען מען מחנך זיין די קינדער אז זיי זאלן נישט נתפעל ווערן פון די איצטלא דרבננ'ס וועלכע שטעקן אריין זייערע פרצופים איבעראל?

זייער א גוטע פראגע, איך מיין אז די מהלך איז ווייטער ווי אויבנדערמאנט, עס פעלט זיך בכלל נישט אויס צו גיין נעגאטיוו, דאס אז אינדערהיים ווערט נישט גלאראפיצירט די אלע פוסטקייטן, וועט זיין די גרעסטע לעקציע פארן קינד וואס צו קלערן איבער די ענינים, אבער דאס וועט ווארשיינליך נאר זיין בייהילפיג ווען די עלטערן קניפן אן דעם ריכטיגן קשר מיטן קינד, און לערנען מיט אים וואס איז ריכטיג און וועם מ'דארף ארויפצוקוקן, מיט די צייט וועט דאס קינד האפענטליך אליין תופס זיין דעם ענין.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

אויך איז כדאי צוצולייגן
• אויב זעהט איר ביי אייער קינד אז ער פארמאגט אן ארטיסטישע טאלאנט, זעהט צו ארבעטען ער זאל דאס קענען ארויסברענגן מכח אל הפועל, ס'וועט אים זיין א געוואלדיגע סיפוק, עס איז דא היינט קורסן פאר קינדער פון היימישע טיטשערס אויף מוזיק און מעלעריי, עס קען אים אויך זיין א פאך וואס ער קען עווענטועל האבן פרנסה דערפון.
• די זעלבע איז אמת מיט סיי וואספארא טאלאנט, יעדעס קינד האט ערגעצוואו עפעס א כשרון אין א געוויסע זאך, ס'איז שטארק כדאי אריינצוקוקן וואס דאס איז און זעהן מיטצוארבעטן דערמיט אז ער זאל דאס קענען ריכטיג אנטוויקלן.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ס'איז דא א זייטיגע נקודה וואס קען אויך ארויסהעלפען דער אנטוויקעלונג פון א קינד צו א געזונטע סטאבילע מענטש.
אויסלערנען א קינד צו וויסען וואס ער פיהלט. איך בין זיך נוהג מיט קליינע קינדער מיינער אויסצורעדען "יעצט פיהלסטו sad, דו ביסט אנטוישט?, דו ביסט יעצט מיד" וכדו'. אסאך מאל אן ערוואקסענע מענטש ווייסט נישט פונקט וואס ער פיהלט, ממילא רע'אגירט ער אין א קרומע אופן. אז א קינד וויל אטענטשע"ן און ער ווייסט אז דאס וויל ער, וועט ער נישט בעטען א צווייטע זאך. נאר ווען ער ווייסט נישט וואס ער וויל קען ער זיך נעמען קאמאנדעווען נאר פאר אטענטשע"ן. אזוי אויך אן ערוואקסענע מענטש. ווען ער וויל דער עמוד יו"ט אדער כבוד פון א צווייטען ווייל ער ווייסט אז ער וויל אטענטשע"ן, קען ער זיך מסדר זיין. נאר ווען ער ווייסט נישט פארוואס ער וויל עס, הייבט ער אן מאכען שיטות און מאדנע מיינונגען ווייל ער ווייסט נישט וואס ער וויל.
אזוי איז אויך ביי אסאך געפילען, ותן לחכם ויחכם עוד.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

במכ''ת הרב ראובן איז דאס היפש פרעך גערעדט. איך וויל דיך טרעפן אין 15-20 יאר ארום און זעהן די גרויסע הצלחה וואס דו האסט געהאט מיט דיינע קינדער מיט אזא מהלך (אחוץ אויב דו אליינס פרעקטעסט נישט וואס דו פריטשס און שרייבסט סתם הוידל בוידל).
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

עס דארף צו זיין ערגעץ א מיטלוועג צווישן 'ראובן' און 'איך אויך'. איך פיר זיך ארויסצוברענגען קלאר פאר מיינע קינדער אז די איינציגע מעלה וואס א רבי האט איז אויב ער קען העלפן א צווייטן ברוחניות צו בגשמיות, (ווי כ'האב דאס שוין כ"פ אויסגעשמועסט דא אין שטיבל). אויב דער רבי טוט דאס איז ער זייער ארויפגעקוקט און אז נישט איז ער גארנישט ווערט.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דער מיטל וועג איז פשוט ארויסצוברענגען די שיינקייט פון סיי וועלכן איד וואס העלפט א צווייטן, אפגעזעהן צי ער איז א רבי פאר מיליאנען אדער א פשוט אידל. ד.ה. מען טוט רעספעקטירן דאס עצם טאט פון העלפן. נישט פארגעטערן 'דעם מענטש' ווייל 'דער רבי' האט געהאלפן. והוא הדין מיט ערליך דאווענען, אדער סיי וועלכע עבודת ה'. דער איד אויף מערב וואס העלפט איינעם איז גענוי די זעלבע חשוב ווי דער איד אויף מזרח, אדער רבי שליט"א.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער 'סיסטע"ם' האט אזוי גוט איינגעבאקען דער משוגע'ס אז 'דער וואס בארעדט רעבע'ס וועט נישט האבען קיין גוטע קינדער', (אדער בעסער געזאגט 'פרעג נישט וואס איז געשען מיט יענעמ'ס קינדער'!) אז אפילו ביי די דערהויבענע דענקער'ס פון ק"ש איז אריינגעקראכען דער גלויבונג. ווען א טאטע איז א ליידיגייער און ער בארעדט רעבע'ס (צו נישט) האבען זיין קינדער א קליינער טשאנ'ס צו זיין וואוילע ערליכע אידען. איינער וואס איז אן אויסגעהאלטענער מענטש, ער טוט וואס ער דארף טוהן, ער דינט דער באשעפער מיט שכל און ארנטליכקייט, און ער פארדאמט די מנוולים און דרייקעף מיט שכל און צו דער זאך, האט נישט וואס מורא צו האבען. מ'דארף ארויס רייסען דער נפש הבהמי צוזאמען מיט'ן אריינלייגען א נפש האדם אינערווייניג.
מכה נפש בהמה ישלמנה
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: "למעשה" #3 אונזערע קינדער, אונזער צוקונפט

שליחה דורך פאליטיקאנט »

אינטערעסאנט קיינער האט נישט צוגעלייגט, "סיפורי צדיקים".

סיפורי צדיקים האט לעצטנס איבערגענומען די מוסר ספרים ביי אונז און הגם פאר קינדער איז עס אסאך אינטערעסאנטער און גרינגער צו פארשטיין ווי שטיקער מוסר, דארף מען אכטונג געבן "וועלכע מעשיות" מ'דערציילט און דאס קען מען צוטיילן אין פינעף קאטעגאריעס:

-דערהויבענע מופתים: - א שטייגער ווי קפיצת הדרך - אדער סתם רוח הקודש וועלכע האבן נישט קיין שום מוסר השכל (און זענען בדרך כלל הוילע שטותים) זיך ארויסצולערנען אבער קענען זיין שפאנענד.

-חסד: - א שטייגער ווי די שינאווא האט אוועקגעגעבן זיין שטיוול פאר אן ארימאן - דאס איז לעבעדיגע מוסר און געבט גאר שטארק אריין פאר'ן קינד אז דאס הייסט אן אדם גדול און דאס רעספעקטירן מיר.

-חכמה: - א שטייגער ווי ר' יהונתן אייבשיץ און אבן עזרה - דאס זענען מעשיות פון אונזערע גדולים (לאו דוקא אדמורים) וועלכע האבן ארויסגעוויזן שטוינענדע חכמה בתורה ומדע, און אין סתם וועלטליכע זאכן, דאס הייבט די אויסזען פון ריכטיגע גדולים ביים קינד, און ברענגט ארויס אז א גדול איז סאך מער פון בלויז שולחן ערוך.

-קפידות: דאס זענען מעשיות וועלכע זענען גאר צוויפלהאפטיג און אסאך מאל גרויליג כאילו עפעס א געוויסע צדיק האט געהאט קפידות אויף יעדע זאך אן דערפאר וויי געטון אנדערע אידן... דאס האט נישט קיין שום פשט און טוט נאר שאטן פאר'ן קינד (אפשר איז עס נועד אריינצוגעבן א פחד מוות פאר רבי'נס...)


- מעשיות פון סתם פשוט'ע אידן (חסידים ואנשי מעשה) וועלכע האבן זיך איבערגעגעבן פאר א צווייטן בכל מצב שהוא - דאס קען גאר אסאך אויפטון פאר קינדער, עס ווייזט אז חסד און טון ריכטיג איז נישט א נחלת גדולים, נאר א נחלת הכלל, נישט דאס גדלות ברענגט רעספעקט, נאר חסד און מעשים טובים ברענגען גדלות און רעספעקט.



למעשה: ווען מען דערציילט א שיינע מעשה ביים שבת טיש צו סיי ווען זאל מען בעיקר דערציילן פון חסד און חכמה וואס דאס טוט ארויסברענגען א שיינקייט צו אידישקייט און א געפיל פאר יעדע איד, און אויב א קינד קומט אהיים פון חדר מיט א מעשה וועלכע איז בגדר קפידה זאל מען שיין מסביר זיין אז אונזערע גדולים האבן זיך נישט אזוי געפירט נאר געוויסע האבן נישט ריכטיג פארשטאנען זייערע הנהגות (אדער קלארשטעלן אז דאס איז שקר).

לגבי מעשה מרכבה (מופתים / גולם) זאל יעדער טון לויט די אומשטענדן פונעם מעשה אבער ארויסהייבן אז דאס איז נישט די עיקר פון אונזערע גדולים, און נישט צו דעם שטרעבן מיר.

בכלל זאל מען שטעלן א טאן גאנץ פרי אז מעשיות זענען נישט עובדות להלכה און דיקטירן נישט גארנישט, נאר עס איז געמאכט ארויסצונעמען די מוסר השכל דערפון.
פארשפארט