כלל ישראל נעמט אינטער א הינגער סטרייק

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

כלל ישראל נעמט אינטער א הינגער סטרייק

שליחה דורך קלאר »

אין ליכט פין די ביטערע גלות וואס מיר זענען שוין אזויפיל יארען
האט זיך כלל ישראל ארויסגעלאזט אין א הינגער סטרייק פארגאנגענע זינטוג צו לייגן דרוק אויף די מקטריגים
וועלכע פייטן קעגן אינז שוין לאנגע יארען קעגן אויסלאזען דעם הייליגען פאלק פונעם פינסטערן גלות
אין זעלבן טאג וואס מיר צייכענען אפ די ביטערע יארטאג פין די צרות וואס מיר האבען געליטן י''ז בתמוז וועלכע איז אויסגעפאלען שב''ק
מיר האבען זיך געפירט מיט מנהיגי אבילות אין געזאגט קינות

ווי מיר זעהן האט דאס ליידער נישט געונג אויפגעטוהן אין מיר זענען נאך אלס אינעם ביטערן גלות
ע''כ, האבען מיר זיך אינטערגענומען צו האלטן נאך 3 וואכען ימי בין המצרים,
ווי מיר וועלן זיך ווייטער נוהג זיין מיט געוויסע מנהגי אבילות ווי עס ווערט אויסגערכנט אונעם שו''ע

אויב ביז ר''ח אב וועלן מיר ח''ו נאך אלס נישט אויסגעלייזט ווערן
דאן וועלן מיר פארשטערקערן אינזער אבילות, מיר וועלן אפי' נישט עסן קיין פלייש אין זיך נישט ארומוואשען אין טוהן נאך פיל מער מנהיגי אבילות
אין האפענטלוך וועלן מיר פועלן די גאולה שלימה

אין מיר געבן אן אלטומיום אויב ביז 9 טאג אין אב - די טאג וואס די רשעים האבען פארברענט אינזער הייליגע בתי מקדש, וועלן מיר חס ושלום נאך אלס נישט זיין אויסגעלייזט
וועלן מיר זיך ווידער ארויסלאזען אין א גרויסע הינגער סטרייק אויף גאר אן אגרעסיווער פארנעם
פארשטייט זיך מיר וועלן אויסווארטען דעם שב''ק אין ווארטן אויף י' אב
אבער אנגעהויבן פין מוצש''ק וועלן מיר פאסטן אין זאגען קינות
ניטעמאל וועלן מיר מאכען הבדלה מוצש''ק ווי יעדע וואך
אויך די פרויען וועלן אזוי טוהן אין קינדער לויט זייער מעגליכקייט
מיר וועלן זיך פירן מיט גאר שטרענגע מנהגי אבילות פול מער פין די לעצטע טעג
אריינגערכנט אויסטוהן די שיך אין זיצן אויף דער ערד אא''וו
מיר וועלן פארגיסן טייכן טרערן וואס גייט גלייך ביז צום כסא הכבוד
אין נישט מסיח דעת זיין פין אבילות אפי' פאר קיין מיניט

מיר וועלן זיך שארף האלטן צו אינזער מהלך
מיר האבען שוין נישט קיין אנדערע ברירה
אין דאן וועלן מיר ברעכן די טויערן אין איינמאל פאר אלעמאל אפשטולן די משטינים אין זוכה זיין צו די גאולה שלימה


(דיסקלעימער, מיין תגובה איז נאר לסבר את האוזן,
מיר סטראשען נישט קיינעם
מיר טרויערן אויף די געוואלדיגע אבידות וואס מיר האבען פארלוירן אין מיר זענען מתפלל אויף ישועות ה' במהרה
אין האפענטליך וועט מען תשעה באב מקריב זיין קרבנות אין ירושלים עיה''ק)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קלאר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פיינע ווארע!!!
באניצער אוואטאר
נס קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

שליחה דורך נס קאווע »

אז די קענסט יא וואס האמער געדארפט ווארטן ביז דו ווערסט אויסגעשפארט
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

ס'גרויסע צרות

שליחה דורך קלאר »

אויב גייט עס ווייטער אזוי
וועט מען דארפן קומענדיגע זינטוג האלטן א פרישע אין שטערקערע הינגער סטרייק
מען וועט אנהייבן פונעם זמן מוצש''ק מיט גאר שטרענגע רעגאלאציעס

מיר דארף ברעכן טויערן ווי פריער
עס איז מער נישט אויסצוהאלטן
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
פארשפארט