היסטארישער שלום אין סטוטשין!
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
היסטארישער שלום אין סטוטשין!
אין א שטוינענדע אנטוויקלונג איז נעכטן געשלאסן געווארן א שלום אפמאך צווישן די צוויי סטוטשינער הויפן: ק''ק תולדות יהודה בראשות הרב הצדיק רבי מאטל זילבער, און ק''ק מנחת יהודה בראשות הרב הצדיק רבי אליעזר יודקאווסקי.
ווי באקאנט הערשט א קאלטער קריג פאר לאנגע יארן צווישן די צוויי מחנות --הויפטזעכליך צוליב וואס תולדות יהודה באנוצט זיך מיט'ן נאמען סטוטשין - - וועלכע איז נעכטן געקומען צו אן ענדע מיט דעם אפמאך, אז ק''ק תולדות יהודה וועט זיך רופן תלמידי סטוטשין און נישט חסידי סטוטשין.
אריגינעל איז געווען דער פארלאנג אז רבי מאטל זאל גענצליך אפלאזן דעם נאמען סטוטשין, אויף וואס ארויף רבי מאטל האט געגעבן זיין אנטווארט, אז עס נישט בידו, ער איז נישט בעל בית און קען עס נישט פארלאנגען פון זיין עלטערן עולם וואס זענען אויף אן אמת אריגינעלע סטוטשינער חסידים.
א געהויבענער און אייגנארטיגער מעמד לחיים איז פארגעקומען אין שטוב פון הרב שרגא האראוויץ, ראש ישיבת בית מאיר, ווי די צוויי אדמורי''ם האבן זיך ווארעם באגריסט און געוואונטשען איינער דער אנדערע. רבי מאטל האט אפילו געוואוסט צו פארציילן אן אנעקדאט פון פריערדיגן רב ווי ער זאל לאזן פאלן ווערטער אז זיין רצון איז אז די המשכה זאל בלייבן ביי יוצאי חלציו.
די מסיבה האט זיך געענדיגט ווען הרב יודקאווסקי האט געאפפערט א רייד אהיים מיט זיין קאר פאר רבי מאטל...
כלל ישראל פרייעט זיך מיט דער שמחה פון די צוויי קהלות הקודש, ווען תלמידי חכמים מרבין שלום בעולם האט באקומען דעם פשוטן זין פון ווארט, און עס איז אלעמענס טיפער האפענונג אז מהם ילמדו וכן יעשו אין אלע צעשפליטערטע קהלות קדושות בישראל, והעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו.

צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
הדא הוא דכתיב עושה שלום בסטוטשין הוא יעשה שלום בבאבוב ובסאטמער ועל כל ישראל. זאלן זיך אלע לערנען א קל וחומר מה דאך אויב א מחלוקה וואס משלאגט זיך נישט נישט אויף קיין בנין נישט אויף קיין געלט נישט אויף קיין חפצים נישט אויף קיין חסידים נאר אויף א דיוק אין לשון הלעדערהעד פון א גרופע וואס האט נישט קיין פופציג משפחות קען אנגיין בכל תוקף צוואנציג יאר ביז די עלטערע מענטשען וועלן כאפן אז עס איז נישט קיין חיוב דאורייתא צו זיין קינדעריש, און מ'מעג זיך מפשר זיין, אידאך קל וחומר א מחלוקת ווי עס זענען דא בנינים מיט געלט מיט חפצים מיט חסידים.. אופס ס'שטימט נישט די קל וחומר. שוין, עושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
מאראנצןזאפט האט געשריבן:די מסיבה האט זיך געענדיגט ווען הרב יודקאווסקי האט געאפפערט א רייד אהיים מיט זיין קאר פאר רבי מאטל...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לעיקוואד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
אז מ'רעדט פון די צוויי צדיקים לבית סטוטשין איז מיר אינטערעסאנט פון עס נעמט זיך אז זיי האבן צוויי באזונדערע מנהגים לגבי מצות סוכה. ביי ר' מאטל בלאקירט מען די גאס מיט די סוכה, אבער מ'צענעמט עס תיכף נאך יו"ט. ביים פופציגער איז מען זיך אבער נוהג צו לאזן די סוכה שטיין א גאנץ יאר.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אז מ'רעדט פון די צוויי צדיקים לבית סטוטשין איז מיר אינטערעסאנט פון עס נעמט זיך אז זיי האבן צוויי באזונדערע מנהגים לגבי מצות סוכה. ביי ר' מאטל בלאקירט מען די גאס מיט די סוכה, אבער מ'צענעמט עס תיכף נאך יו"ט. ביים פופציגער איז מען זיך אבער נוהג צו לאזן די סוכה שטיין א גאנץ יאר.
לכאורה איז דאס תלוי אין דער מחלוקת זייערע בדרכי העבודה בנוגע צו המשכת דרך ראפשיץ בזמננו. עס איז ידוע אז דער ראפשיצער רב האט געזאגט זיין נשמה איז מושרש אין מצוות סוכה און האט אגאנץ יאר עוסק געווען אין דעם. ממילא ביי אבדק"ק מנחת יהודה וואס פירט זיך ממשיך זיין דרך ראפשיץ כמות שהוא פירט מען זיך האלטן די סוכה אגאנץ יאר. ר' מאטיל אבער האלט אז דער ריכטיגער המשכה פון דרך ראפשיץ איז דאס מתבל זיין מיט ליטווישע תורות בבחינת שילוב פחד יצחק ותורה ודעת בבית יהוד"ה, ממילא טאקע די סוכה מאכט מען מיט די גאנצע קנאק, אבער מען רעכנט זיך אויך מיט די פשטות אז אגאנצע יאר דארף נישט זיין א סוכה אין די גאס.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- דריידל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1146
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
- געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
- האט שוין געלייקט: 1132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל
מענין לענין שלא באותו ענין,
א רבי איז אוועק און איבערגעלאזט צוויי זין. איינער האט זיך אויפגעהויבן, אלעס איבערגעלאזט פאר'ן ברודער און געגאנגען וואינען אין אן אנדערע שטאט. ביים יארצייט איז ער געקומען צו פארן און זיך באטייליגט ביים ברידער'ס טיש אבער צו זיין ערשטוינונג האט די רבי זיך אוועקגעדרייט פון אים און נישט פארטוישט א ווארט. נאכ'ן טיש גייט ער צו צום רבין און פרעגן: כ'האב דיר דאך אלעס אוועקגעגעבן, פארוואס קען מען נישט לעבן בשלום? ענטפערט די רבי: גערעכט, אבער מ'זעמיר דאך ברודער...

פארדריי די דיר דיין קאפ
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:הדא הוא דכתיב עושה שלום בסטוטשין הוא יעשה שלום בבאבוב ובסאטמער ועל כל ישראל. זאלן זיך אלע לערנען א קל וחומר מה דאך אויב א מחלוקה וואס משלאגט זיך נישט נישט אויף קיין בנין נישט אויף קיין געלט נישט אויף קיין חפצים נישט אויף קיין חסידים נאר אויף א דיוק אין לשון הלעדערהעד פון א גרופע וואס האט נישט קיין פופציג משפחות קען אנגיין בכל תוקף צוואנציג יאר ביז די עלטערע מענטשען וועלן כאפן אז עס איז נישט קיין חיוב דאורייתא צו זיין קינדעריש, און מ'מעג זיך מפשר זיין, אידאך קל וחומר א מחלוקת ווי עס זענען דא בנינים מיט געלט מיט חפצים מיט חסידים.. אופס ס'שטימט נישט די קל וחומר. שוין, עושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו.
ס'שטימט שוין איין מאל דיין קל וחומר!
מה דאך ווען די מחלוקה באשטייט איבער א נוסח אויף א צעטל, וואס לו יהא מ'וואלט נישט שלום געמאכט, וואלט די מחלוקה קיינעם נישט געשאדט, נישט בגוף און נישט בממון, אזויווי ס'וועלן עדות זאגן די לעצטע צוואנציג יאר, און דעסטענוועגען דאך האט מען שלום געמאכט. אוודאי און אוודאי ווען די מחלוקת איז נוגע יענעם'ס געלט, און יעדע רגע איז א שאלה פון גניבה, גזילה און חילול השם, איז אוודאי וויכטיג צו מאכן שלום!
לאמיר האפן אז דאס וועט זיין א מוסר השכל פאר קהל אמונת ישראל ד'וואלפסאון און קהל נצח ישראל ד'סקולען, צו ברענגן זייער לאנג-יעריגע קאפף (איבער דעם נאמען "ישראל") צו אן ענדע.
Under influence
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
[justify]דאס איז נישט שלום. דאס איז מכניע געוועהן איין צד. ווען יאפאן האט זיך אונטערגעגעבן נאך הארישאמע און נאגאסאקי, איז עס געוועהן א מעמד שלום? ניין. עס איז געוועהן א מעמד הבעת הכנעה וקבלת נזיפה. דא, ווען ר' יודל איז געקומען (מיט זיין אייגן קאר) צו ר' מאטל אויף א לחיים, נאר נאכדעם וואס ר' מאטל האט באוויליגט צו טוישן דער נאמען פון חסידי צו תלמידי (זעהט אויס אז ביי זיי איז דער דעפינירנדע ווארט מער וויכטיג ווי דער שם העצם), איז עס א מעמד הכנעה ווי ר' מאטל איז געקומען מאשר זיין אונטערטעניגקייט און פארלוסט. כאטש אפשר איז איז ער א צדיק פאר מוותר זיין, אבער דאך, א מעמד שלום איז עס נישט. שלום וואלט געוועהן ווען ביידע הייסן ווייטער חסידי סטוטשין און פונדעסטוועגן דאך לעבן זיי בשלום.[/justify]
(- - -)
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
פישל'ע העררינג האט געשריבן:[justify]דאס איז נישט שלום. דאס איז מכניע געוועהן איין צד. ווען יאפאן האט זיך אונטערגעגעבן נאך הארישאמע און נאגאסאקי, איז עס געוועהן א מעמד שלום? ניין. עס איז געוועהן א מעמד הבעת הכנעה וקבלת נזיפה. דא, ווען ר' יודל איז געקומען (מיט זיין אייגן קאר) צו ר' מאטל אויף א לחיים, נאר נאכדעם וואס ר' מאטל האט באוויליגט צו טוישן דער נאמען פון חסידי צו תלמידי (זעהט אויס אז ביי זיי איז דער דעפינירנדע ווארט מער וויכטיג ווי דער שם העצם), איז עס א מעמד הכנעה ווי ר' מאטל איז געקומען מאשר זיין אונטערטעניגקייט און פארלוסט. כאטש אפשר איז איז ער א צדיק פאר מוותר זיין, אבער דאך, א מעמד שלום איז עס נישט. שלום וואלט געוועהן ווען ביידע הייסן ווייטער חסידי סטוטשין און פונדעסטוועגן דאך לעבן זיי בשלום.[/justify]
אבי געקאטשקעט.
רעדסט שוין באלט ווי ר' אהרן, וואס דארף מען זיך קריגען, זאל זיין ווי איך וויל און שוין.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
קאווע טרינקער האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:הדא הוא דכתיב עושה שלום בסטוטשין הוא יעשה שלום בבאבוב ובסאטמער ועל כל ישראל. זאלן זיך אלע לערנען א קל וחומר מה דאך אויב א מחלוקה וואס משלאגט זיך נישט נישט אויף קיין בנין נישט אויף קיין געלט נישט אויף קיין חפצים נישט אויף קיין חסידים נאר אויף א דיוק אין לשון הלעדערהעד פון א גרופע וואס האט נישט קיין פופציג משפחות קען אנגיין בכל תוקף צוואנציג יאר ביז די עלטערע מענטשען וועלן כאפן אז עס איז נישט קיין חיוב דאורייתא צו זיין קינדעריש, און מ'מעג זיך מפשר זיין, אידאך קל וחומר א מחלוקת ווי עס זענען דא בנינים מיט געלט מיט חפצים מיט חסידים.. אופס ס'שטימט נישט די קל וחומר. שוין, עושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו.
ס'שטימט שוין איין מאל דיין קל וחומר!
מה דאך ווען די מחלוקה באשטייט איבער א נוסח אויף א צעטל, וואס לו יהא מ'וואלט נישט שלום געמאכט, וואלט די מחלוקה קיינעם נישט געשאדט, נישט בגוף און נישט בממון, אזויווי ס'וועלן עדות זאגן די לעצטע צוואנציג יאר, און דעסטענוועגען דאך האט מען שלום געמאכט. אוודאי און אוודאי ווען די מחלוקת איז נוגע יענעם'ס געלט, און יעדע רגע איז א שאלה פון גניבה, גזילה און חילול השם, איז אוודאי וויכטיג צו מאכן שלום!
לאמיר האפן אז דאס וועט זיין א מוסר השכל פאר קהל אמונת ישראל ד'וואלפסאון און קהל נצח ישראל ד'סקולען, צו ברענגן זייער לאנג-יעריגע קאפף (איבער דעם נאמען "ישראל") צו אן ענדע.
דאס איז אלץ נאך דיין הנחה אז א נאמען איז גארנישט, און איז נישט שייך צו האבען קיין בעלות אויף דעם. לענ"ד ביסטו נישט גערעכט.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- דריידל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1146
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
- געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
- האט שוין געלייקט: 1132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל
מאראנצןזאפט האט געשריבן:אריגינעל איז געווען דער פארלאנג אז רבי מאטל זאל גענצליך אפלאזן דעם נאמען סטוטשין, אויף וואס ארויף רבי מאטל האט געגעבן זיין אנטווארט, אז עס נישט בידו, ער איז נישט בעל בית און קען עס נישט פארלאנגען פון זיין עלטערן עולם וואס זענען אויף אן אמת אריגינעלע סטוטשינער חסידים.
הייסט מדרגות אין עבודת השם קען ער יא מאנען פון זיינע חסידים אבער אזא נערישקייט ווי טוישן א נאמען איז טאא מאטש. איך פארשטיי אז ער קען נישט צווינגן אבער ער מעג מגלה זיין דעתו ברבים אז ער וויל זיך נישט רופן סטוטשין און ס'איז אום נישט ניחא.
א שאד אז ס'נישט געדרוקט אין זוהר אדער אין תניא אז ס'איז אן ענין מוותר צו זיין אויף א נאמען
פארדריי די דיר דיין קאפ
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
דריידל האט געשריבן:מאראנצןזאפט האט געשריבן:אריגינעל איז געווען דער פארלאנג אז רבי מאטל זאל גענצליך אפלאזן דעם נאמען סטוטשין, אויף וואס ארויף רבי מאטל האט געגעבן זיין אנטווארט, אז עס נישט בידו, ער איז נישט בעל בית און קען עס נישט פארלאנגען פון זיין עלטערן עולם וואס זענען אויף אן אמת אריגינעלע סטוטשינער חסידים.
הייסט מדרגות אין עבודת השם קען ער יא מאנען פון זיינע חסידים אבער אזא נערישקייט ווי טוישן א נאמען איז טאא מאטש. איך פארשטיי אז ער קען נישט צווינגן אבער ער מעג מגלה זיין דעתו ברבים אז ער וויל זיך נישט רופן סטוטשין און ס'איז אום נישט ניחא.
א שאד אז ס'נישט געדרוקט אין זוהר אדער אין תניא אז ס'איז אן ענין מוותר צו זיין אויף א נאמען
טאקע געלייקט, אבער ס'איז נישט גענוג... אלזא
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
דאכציך די טענה פון ר' מאטיל איז נישט מדויק אז ער האט נישט קיין שליטה איבער זיינע חסידים חסידי סטיטשין, הגם עס איז גאנץ פשוט און פראסט אמת, פאר ווער עס קען די דינאמיקס פון דער קבוצה, און דאס האט גארנישט מיט דרשנען מדריגות אין עבודה וחסידות. אבער דאס איז נישט באמת געווען נאר א תירוץ, נאר ער האט באמת געהאלטען עס קומט זיך סיי פאר די חבורה און סיי פאר סטיטשין זעלבסט עס זאל הייסען אזוי, אבער מ'האט דאך שוין שלום געמאכט ממילא אין להאריך..
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 2
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 8:22 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
אביסעל מער פרטים וועגען די אזוי גערופענעם שלום, וואס איך האב געהערט פון סטיטשינער חסידים (50).
שוין איבער 20 יאהר וואס זיי רופען זיך סטיטשין אין דאס האט גורם געוועהן אז ר' מאטיל איז גערופען געווארען סטיטשינער רבי, אפילו עס איז דא אייניקעל וואס איז יושב על כסא אבותיו הק' כרצונם וכרצון צדיקי הדור, בזמן וואס זיי זענען נישט ערלויבט זיך משתמש זיין מיט די נאמען. וואס ווי יעדע פארשטייט איז דאס גורם אסאך עגמ"נ פאר ר' אליעזר'ל און פאר זיינע חסידים בכל קצות תבל, אז א אומגערופענעם קהלה ווערט א שותף מיט סטיטשין (חוץ וואס זיי פירען זיך היפוך שבהיפוך).
זיי בכל תירוצים שבעולם האבען נישט מכיר זייערע גניבה, אין יעצט איז געקומען א נקודה וואס די עולם עפענט זיך די אויגען אז ער איז נישט ערלויבט זיך משתמש מיט די נאמען (למשל אסאך מוסדות אין צייטונגען רופען זיי נאר " תולדות יהודא" אויך ווערען זיי געפרעגט דורך נדיבים פאר זייערע קרן הבנין) האבען זיי מחליט געוועהן 'שלום'.
שלום וואלט געמיינט צו פארשטיין זייערע עוולה, אז סטישינער רבי אדער א שמחה אין סטיטשין זאל מען נישט האבען ספיקות פון וועם מען רעדט, ווייל עס איז דא 1 יורש, אין אזוי ווי ער האט אליין מודה געוועהן אז ער וויסט אז דאס האט די רב ז"ל געוואלט, (אפילו זיי דארפען נישט זיין הסכמה).
ווען זיי זענען געקומען צו טיש האבען זיי נישט פארשטאנען זייער עוולה, אין ""נישט געבעטען מחילה"" אויף די גרויסע עולה פון צונעמען ר' אליעזר'ס ירושה אין פון די סטיטשינע חסידים דורי דורות וואס זענען ר' אליעזר אהנהענגערס, נאר זיך פארענפערט אז עס איז געווארען פון זיך אליין, ווייל די ביהמ"ד הייסט חסידי סטיטשין וכו', ר' אליעזר וואס זעהט אז נישט שלום איז די מטרה, נאר זיך כשר מאכען אויף די גאס, און אזוי ווי יאהרען וואס ער האט א כח הבלגה און פארלאנגט נישט גארנישט, נאר האלט אז יעדע דארף פארעכטען אליין זייער עוולות, האט יעצט וויטער גארנישט געבעטען זאל מסלק זיין פון איהם די נאמען סטיטשין, נאר געזאגט אויב אזוי רוף דיר תלמידי סטיטשין.
די שאלה איז אויב ביסט געקומען בעטען שלום, פארוואס ווען מען רעדט פון תלמידי סטיטשין, ביסטו מסכים אויף דעם, וואס איז די נפק"מ, נאר ווי לאנג די בהמ"ד הייסט סטיטשין, וועט זיך גארנישט אויף די גאס טוישען, אין וועסט ווייטער גערופען ווערען סטיטשינע רבי, אלא מאי מיינט מען נאר זיך צו כשר מאכען אופן גאס, וואס פארקויפטסטו מעשיות. עס איז נרא הוספת חטא על פשע.
משל למה"ד, איינער גאנבעט פון איינעם מיליאהן דאלער, אין ער קומט איהם מסביר זיין אז עס איז בטעות ער האט נישט געוואלט, אין יענר זאגט איהם האלט א האלב מיליאן דאלער, אין ער האלט עס, וועט איינער זאגען אז זיי האבען געמאכט שלום?
שלום אמיתי וואס מיינט אראפנעמען פון זיי די ווארט סטיטשין, קען געשעהן אהן גיי צו ר' יענקעל הורוויץ, דאס איז א פעולה וואס דארף געטוהן ווערען, און אויב דאס וועט געטוהן ווערען מיט א מחילה פון ר' אליעזר (וואס נישט אויף אלעס האט ער ד רעכט מוחל צו זיין (אולי), גלייב איך וועט זיין שלום. און אויב נישט קענען זיי פארקויפען שלום אבער גארנישט האט זיך געטוישט, אין יעדע זאל דן זיין לויט זיין קאפ וואס איז הייליג אין וואס נישט.
חוץ פון דעם איזאפילו לשטתם קלאהר אויסגעשמועסט אז ער וועט זיך נישט רופען סטיטשינער רבי וכדו', אין אז ער איז געפאהרען קיין א"י אין עס שטייט אויפן צעטיל "קהל תולדות יהודא דתלמידי סטיטשין ע"ש רבינו זצוק"ל, אין שזענען מודיע אז רבינו שליט"א איז געקומען קיין א"י צו די יאהרצייט פון רבינו זי"ע. וועט איינער טראכטען אז עפעס האט זיך געטוישט????????
אלא מאי שלום מיינט נאר פארדרייען די גאס א קאפ, וואס זיי פרובירען צו זיין מומחים, איז עס איז עומד בעוולה, וואס זיי האבין יעצט מודה געוועהן אז עס איז נישט ריכטיג.
תן לחכם ויחכם עוד

- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
מבין דבר האט געשריבן:משל למה"ד, איינער גאנבעט פון איינעם מיליאהן דאלער
ממש דומה לנמשל...
איך בין בכלל נישט באקאנט אין סטוטשין והגלילות, אבער עס איז מיר א חידוש פלא ווי עס זענען דא ערוואקסענע מענטשן וואס קענען זיך נעמען צום הארצן אזוינע זאכן, ווי כאילו עס וואלט זיך געהאנדעלט פון א מיליאן דאלער.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
מבין דבר האט געשריבן:וואס ווי יעדע פארשטייט איז דאס גורם אסאך עגמ"נ פאר ר' אליעזר'ל און פאר זיינע חסידים בכל קצות תבל, אז א אומגערופענעם קהלה ווערט א שותף מיט סטעישאן.
נישט יעדער פארשטייט. איך פארשטיי נישט! זיי מיר מסביר פארוואס עס איז גורם עגמת נפש פאר די סטיטשינער רבי. זיי מיר מסביר פארוואס א רבי א מנהיג ישראל גייט אן אזעלכע נארישקייטן. זיי מיר ביטע מסביר פארוואס א צדיק קען נישט זיין א מעביר על מידותיו און יענעם מוחל זיין אפילו ער נוצט די נאמען סטיטשין. מיטן קריאת השם ווערט ער שוין א שותף?
מיין מטרה איז אז דו זאלסט וויסן קלאר אז איך פארשטיי נישט.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
איך בין טאקע זיכער טאמער וואלט ר' מאטיל מכריז געווען ער איז נישט סטיטשין וואלטן אלע זיינע חסידים גלייך געגעאנגען דאווענען ביי ר' לעיזער.. זיי זענען דאך אלע דארט פשוט ווייל זיי האבען א טעות געהאט פון די צעטל וואס שטייט אז רבינו שליט"א קומט צו די יארצייט פון רבינו זי"ע. ..
.
.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- קינד_אן_קייט
- היימישער באניצער
- הודעות: 495
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
- האט שוין געלייקט: 728 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:איך בין טאקע זיכער טאמער וואלט ר' מאטיל מכריז געווען ער איז נישט סטיטשין וואלטן אלע זיינע חסידים גלייך געגעאנגען דאווענען ביי ר' לעיזער.. זיי זענען דאך אלע דארט פשוט ווייל זיי האבען א טעות געהאט פון די צעטל וואס שטייט אז רבינו שליט"א קומט צו די יארצייט פון רבינו זי"ע. ..
.
לשיטתך, פארשטיי איך טאקע נישט חסידי ר׳ מאטיל, אי משום הא, צו וואס דראפעווען זיי זיך אנצוהאלטן און אויסצוקוועטשן דעם נאמען סטיטשין דייקא?
אז דער נאמען האט א קנאפע ווערט אינדרויסן פונעם לעטטערהעד, נעם אבי א נאמען און שטאלציר בלויז מיט פנימיות, וזהו זה.
(כ׳נעם אן אז דיין סארקיזם איז געצילט אויף חסידי מהר״א, מעגליך אז דו האסט גאר טאקע געמיינט חסידי מהר״ם ולא קשיא).
כאן, חבל טבור הארץ.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
ריכטיג, מסתם פאר חסידי ר מאטל גייט בכלל נישט אן צו הייסט ער סטיטשין אדער מאנעסטריטש. די וואס עקשנען זיך זענען די וואס זענען טאקע חסידי סטיטשין במקור, וואס זענען א חלק עיקרי פון די מייסדים פון בית מדרש, וואס פארוואס זאלן זיי נישט רופען זייער בית מדרש בית מדרש חסידי סטיטשין, דאס זענען זיי דאך.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 878
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
- האט שוין געלייקט: 1386 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:ריכטיג, מסתם פאר חסידי ר מאטל גייט בכלל נישט אן צו הייסט ער סטיטשין אדער מאנעסטריטש. די וואס עקשנען זיך זענען די וואס זענען טאקע חסידי סטיטשין במקור, וואס זענען א חלק עיקרי פון די מייסדים פון בית מדרש, וואס פארוואס זאלן זיי נישט רופען זייער בית מדרש בית מדרש חסידי סטיטשין, דאס זענען זיי דאך.
איז דאס א רוחניותדיגע תאוה אדער גשמיותדיג?
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com