פאליטיק אין "קאווע שטיבל": קומט שטימען!
- פראפעסאר שפירא
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל
יידל האט געשריבן:עקזיט פאולס ווייזן אז נומער 3 האט די מערסטע שטימע ביזדערווייל, אבער דאס איז נאר צווישן 22 ניקס פון 65.
ניין נומער 4 איז דערווייל די געווינער, ווייל ציזאמען מיט די שטימען פאר נומער 5 האט עס מער ווי נומער 3, אין די וואס האבען געשטימט פאר נומער 5 זענען זיכער ענדרעש מסכים צי נומער 4 ווי צי נומער 3,
- פראפעסאר שפירא
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל
געשטימט אויף נומער 4, חאטשיג מיר גייטעס נישט אן אזוי ווי ביז יעצט, אבער ווייל כ'זעה אז ס'דא ניק'ס וואס ס'באדערט זיי, איז זאל עס זיין אין א עקסטערע פורום, אין ווער ס'האט נישט ליב זאל נישט דארט אריינקומען,
למעשה קוקט אויס ווי א גרויסע רוב זענען מסכים אויף א עקסטערען פורום אין די אישו ווערט ציטיילט צווישען די וואס ווילען נישט ס'זאל ארויפקומען צווישען די אקטיווע אשכולות אין די וואס וואס ווילען יא, איז לכאורה די בעסטע אז ס'זאל זיין נאך א קנעפעל פין אקטיווע אשכולות אן דעם פאר די וואס ווילען עס נישט, אין די אלטע קנעפעל פאר די וואס ווילען עס יא, אזוי וועט א גרויסע רוב זיין ציפרידען, ושלום על ישראל,

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום פראפעסאר שפירא, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- קלאר
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1230
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
- האט שוין געלייקט: 162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל
אווי וויי! איך קען נישט שטומען
די וואלען איז פראוד!!!
איך גיי שנעל זיך נעמען שרייבן נאך תגובות ביז 75 צו קענען שטומען,
ביי די נעקסטע וואלען (כ'קען קוים ווארטן) וועל איך אטאמאטיש זיין רעגיסטרירט
די וואלען איז פראוד!!!
איך גיי שנעל זיך נעמען שרייבן נאך תגובות ביז 75 צו קענען שטומען,
ביי די נעקסטע וואלען (כ'קען קוים ווארטן) וועל איך אטאמאטיש זיין רעגיסטרירט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קלאר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:יידל האט געשריבן:עקזיט פאולס ווייזן אז נומער 3 האט די מערסטע שטימע ביזדערווייל, אבער דאס איז נאר צווישן 22 ניקס פון 65.
ניין נומער 4 איז דערווייל די געווינער, ווייל ציזאמען מיט די שטימען פאר נומער 5 האט עס מער ווי נומער 3, אין די וואס האבען געשטימט פאר נומער 5 זענען זיכער ענדרעש מסכים צי נומער 4 ווי צי נומער 3,
אשפג. דאס איז אזוי ווי זאלסט זאגן אז דילאן האט געווינען, ווייל די וואס האבן געקליבן אקאנער, ווילן ענדערש דילאן ווי וואלעסקעז...
די אמת איז אז די וואס האבן געוויילט נומער 5 קענען ווען אימער טוישן צו 4. סאו, אויב ווילן זיי טאקע ענדערש 4 ווי דריי, קענען זיי טוישן.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- פראפעסאר שפירא
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל
ניין, כ'דיסאגרי, למשל טאמער די פארמעסט ווערט צווישען 3 אין 4, דאן רעכענט מען פאר 3 אויך די שטימען פין 1 אין 2, אין מען רעכענט פאר 4 אויך די שטימען פין 5,
דאס איז די מציאות וואס די מענטשען וואלטען ענדרעש געוואלט, זיי ואלטען געוואלט נאכמער אבער דאס זיכער, כ'מיין ס'פלעין קאמען סענס, אבער אזוי ווי כ'האב שוין דא געשריבען אז לויט וויזוי די מציאות שטעלט זיך אויס, איז דא א אופן צי ציפרידען שטעלען א גרויסע רוב,

- שלמה המלך
- ידיד ותיק
- הודעות: 802
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל
איך קען אויך פארלייפיג נישט שטימען, אבער כ'וועל פארט אריינווארפען מיינע צוויי צענט אפשר וועט דאס מאכן א רושם ביי די שטים בארעכטיגטע (לאביונג איז מותר.. יא?)
פאר די אלע פאליטיק ליב האבער פארשטיי איך נישט פארוואס זיי זיצען נישט רואיג אינען פארק דהיידי, זיץ דארט מיש אריין אין יעדע טעמע פאליטיק ווי ווייט די קענסט, אין פאר אונז אלע וועלמער אויך דארט באזוכען ווען מיר וועלן זיין אין דעי מוד, אבער פארוואס אנ'חזר'ן במלוא מובן המלה דעם שיינעם בע'טעמ'טן קאווע שטיבל?!
די פאקט איז א קאווע שטיבל איז א בע'טעמ'טע רואיגע ארט (דערווייל) ווי מ'קען ברייט ארומרעדן ענינין וואס מ'שמועסט נישט געווענדליך און אנדערע היימיש רעדענדיגע פלעצער אדער איז מען פשוט אומבאקוועם אויסשמועסן די זאכן אין ביהמד"ר / מקוה, משא"כ דא דרייען זיך היפש נערמאלע מענטשן מיט א שכל הישר, און מיט דיבוק חברים ווערן זאכן מחוורין כשמלה.
אבער ווען די תינוקות מישן זיך אריין און מיינען ווייל זיי האבן רשות כתיבה איז א חוב צי רעאגירן אויך יעדע נושא דאס איז זייער ווייטאגליך, מ'מישט אריין עקעלדיגע פאליטיק וואס קריכט שוין ארויס פון יעדענס נאז לעכער, און די גאנצע נושא ווערט פארוואנדעלט אין פאליטיג, נישט נאר ס'ווערט גרויליג נאר עס פאנגט זיך אן נצחון מויד'ס און דעס גאנצע קאווע באקומט א טעם פון זויערע מילך......
למשל איך האב רעאגירט גאינעם אשכול וועגען ר' חיים יושע פון מאנסי פון די תנאים, איך באלאנג בכלל נישט צי סאטמאר און מ'האט נישט גערעדט פון דעם בכלל מ'האט גערעדט פון די שמחה, האט איינער געפרעגט אויב די מאנסיער רב האט טאקע נישט קיין געשוויסטער, גלייך איז מען אויפגעשפרינגען אז ס'איז דא נאך מאנסיער רב'ס, מהר"א מהרז"ל באבוב אין ווישניץ וכו' פוי!!! פארוואס מיז אריינקומען אין יעדע שמועס גרויל? ווען עס איז נישט דא ווי צי מישן [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] און די שרייסט "דעמעקראטיע" לאמיך זיך אויסגעבען מיין געדאנקען גאנג פארשטיי איך נאך די טענה (נישט אז איס גערעכט) אבער און צייט וואס עס איז דא א גאנצען גיט גייענדיגען פארק, זיץ דארט און מיש צואה כל זמן שלבך חמץ און דארפסט ניטאמאל לובש זיין שחורים.
עכ"פ צום שלוס: כ'האף די נערמאלע באזעסענע יודן דא וועלן האבן א בעסערע שטימע ווי די וואס האבן געוואויט פאר אבאמא....

שלמה המלך האט געשריבן:פאר די אלע פאליטיק ליב האבער פארשטיי איך נישט פארוואס זיי זיצען נישט רואיג אינען פארק דהיידי, זיץ דארט מיש אריין אין יעדע טעמע פאליטיק ווי ווייט די קענסט, אין פאר אונז אלע וועלמער אויך דארט באזוכען ווען מיר וועלן זיין אין דעי מוד, אבער פארוואס אנ'חזר'ן במלוא מובן המלה דעם שיינעם בע'טעמ'טן קאווע שטיבל?!
פונקט ווי יענער קען דיר נישט איינטיילען וואס צי שרייבען לויט זיין גוסטע, קענסטו נישט אינטיילען פאר יענעם לויט דיין גוסטע, וואס מען קען טוהן איז עס ציטיילען אין א עקסטערע פארום,
האסט עס נישט ליב גיי נישט דארט,
- שלמה המלך
- ידיד ותיק
- הודעות: 802
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל
צילוב דעם איז דא א וואויטינג פלאץ ווי יעדער זאגט זיין מיינונג.... קיק איבער מיין הקדמה וועסטי זעהן ווי איך האב געשריבען איך וועל אריינווארפען "מיינע" צוויי צענט...
דייין מיינונג איז פונקט אזוי חשוב און אפשר מער! איך האב גערעדט מיין מיינונג... פעער?
און אויב שמעקט דיר נישט מיין מיינונג דעמאלץ.... (שויןס'פאנגט זיך אן א פרישע פאליטיק... איים סטאפינגט איט רייט העער)
דייין מיינונג איז פונקט אזוי חשוב און אפשר מער! איך האב גערעדט מיין מיינונג... פעער?
און אויב שמעקט דיר נישט מיין מיינונג דעמאלץ.... (שויןס'פאנגט זיך אן א פרישע פאליטיק... איים סטאפינגט איט רייט העער)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 88
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 12, 2012 5:34 pm
- האט שוין געלייקט: 18 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל
איך האב נישט קיין רעכט צי וואטען אבער אריין ווארפען מיינע צווי צענט קען איך זיכער.
איך האלט אז א גיטע איידיע וואלט געווען ווען מלאט יא שרייבען אלע חזר׳רייען (no censorship). אבער סזאל האבען א אנדערע קאליר אזוי אז דער וואס סאיז נישט איטערסירט אין דעם זאלל עס קענען גרינג אויסמיידען. אזוי אפילו סוועט זיין ביי אקטיווע אשכולת וועט עס נישט אזוי שטארק שטערן. און אויב א אשכול וועט אנהייבען צי פארפארען וועט מען עס גלייך באמערקען און איינער וואס סאינטערסירט נישט וועט עס קענען גרינג איבערהיפען.

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
שלמה המלך האט געשריבן:איך קען אויך פארלייפיג נישט שטימען, אבער כ'וועל פארט אריינווארפען מיינע צוויי צענט אפשר וועט דאס מאכן א רושם ביי די שטים בארעכטיגטע (לאביאינג איז מותר.. יא?)
שימעלע האט געשריבן:איך האב נישט קיין רעכט צי וואטען, אבער אריין ווארפן מיינע צוויי צענט קען איך זיכער.
איר דערמאנט מיך פון די וואסער וואס די פישעלעך שווימען דארט, און יעדער ווארפט דארט אריין זיינע צוויי צענט... איך קלויב אלעס צוזאמען, און איך קען ווערן א עושר...........
לענינינו. איך האב געשטימט אינגאנצן נישט צוצולאזן די פאליטיק. ס'איז עקלדיג ברוחניות ובגשמיות, ס'איז א טיים-קילער אן קיין שום נוצליכע רעזולטאטן, קיינער האט נאך נישט איבערצייגט דעם צווייטן אפילו פעם אחת. בפרט יעצט אין בין המצרים, ווען מ'דארף מתקן זיין די שנאת חנם וואס האט גורם געווען אונזער ביטערן חורבן.
וירח ה' את ריח הניחוח
- קלאר
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1230
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
- האט שוין געלייקט: 162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל
מיין שאלה איז, וואס וועט אריינגיין אין די קאטעגאריע פין פאליטיק?
עס זענען פאראן שרייבער וואס עפענען גאנצע אשכולות אינטער פארשינדענע מאנטלען
למשל די אשכול פין די זאלונים קעגן דער בלאט - מכלומרשט אלס זשוראליזום, אדער דער אימשולדיגער אשכול פין די וואלען צו קאמפיינען פאר אחים לדעה/נידערמאן
ווער וועט פסקנ'ן וואס הייסט פאליטיק אין וואס נישט?
אז איינער וועט שרייען אז יענעם'ס תגובה איז פאליטיש געצילט, אין יענער באהאלט זיין אמת'ע ציהל ווער וועט זיין באגלייבט?
עס זענען פאראן שרייבער וואס עפענען גאנצע אשכולות אינטער פארשינדענע מאנטלען
למשל די אשכול פין די זאלונים קעגן דער בלאט - מכלומרשט אלס זשוראליזום, אדער דער אימשולדיגער אשכול פין די וואלען צו קאמפיינען פאר אחים לדעה/נידערמאן
ווער וועט פסקנ'ן וואס הייסט פאליטיק אין וואס נישט?
אז איינער וועט שרייען אז יענעם'ס תגובה איז פאליטיש געצילט, אין יענער באהאלט זיין אמת'ע ציהל ווער וועט זיין באגלייבט?
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
קלאר האט געשריבן:מיין שאלה איז, וואס וועט אריינגיין אין די קאטעגאריע פין פאליטיק?
עס זענען פאראן שרייבער וואס עפענען גאנצע אשכולות אינטער פארשינדענע מאנטלען
למשל די אשכול פין די זאלונים קעגן דער בלאט - מכלומרשט אלס זשוראליזום, אדער דער אימשולדיגער אשכול פין די וואלען צו קאמפיינען פאר אחים לדעה/נידערמאן
ווער וועט פסקנ'ן וואס הייסט פאליטיק אין וואס נישט?
אז איינער וועט שרייען אז יענעם'ס תגובה איז פאליטיש געצילט, אין יענער באהאלט זיין אמת'ע ציהל ווער וועט זיין באגלייבט?
קלאר, א גוטע קשיא!
דער כלל איז, אז רוב טענה'ריי איז האלב געפילן און האלב שטותים. אויב ווערט מען אריינגעווארפן אין געפילן, און מען הייבט אן פערזענליכע אטאקעס, און מען קען נישט אויסשמועסן ענינים סתם שכל'דיג ווי א דרויסענדיגער מענטש, דאן איז עס נישט פאליטיק, נאר פערזענליכע אטאקעס.
וירח ה' את ריח הניחוח
- קלאר
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1230
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
- האט שוין געלייקט: 162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל
באריסטא האט געשריבן:טעפל האט געשריבן:איך האב איבער 75 תגובות אבער כ'קען נישט שטימען..גיי ווייס פארוואס??
שטים בארעכטיגטע ווערן באשטעטיגט ווען אן אנקעטע פאנגט זיך אן. ווייזט אויס אז דעמאלס האסטו נאך נישט געהאט געשריבן 75 הודעות.
מען וואלט געדארפט לאזען וויסן א דעדליין זיך צו רעגיסטרירן פאר די וואלן
אוי, וואלטען געווען הייסע טעג אין קאווע שטובל,
אלע נייע שרייבער וואלטן געזיכט ווי מען קען פירקלען ביז 75...
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
קלאר האט געשריבן:למשל די אשכול פין די זאלונים קעגן דער בלאט - מכלומרשט אלס זשוראליזום
זייט ווען איז קארל א זאלי? און פארוואס עפעס "מכלומרשט"? איך האב אריינגעשטעלט דיין תגובה אין "לאגישע שטרויכלונגן" אשכול.
יא, ווען מ'האט אוועקגעדרייט די בלאט אשכול פון איר זשורנאליסטישע סטאנדארט צו פאליטיק האט עס מיך געבאדערט, אבער דער עצם שמועס איבער איר דזשורנאליסטישע און ליטעראטורישע סטאנדארט האט עפעס מיט פאליטיק?!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יידל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- קלאר
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1230
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
- האט שוין געלייקט: 162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל
יידל האט געשריבן:קלאר האט געשריבן:למשל די אשכול פין די זאלונים קעגן דער בלאט - מכלומרשט אלס זשוראליזום
זייט ווען איז קארל אן ארויני? און פארוואס עפעס "מכלומרשט"? איך האב אריינגעשטעלט דיין תגובה אין "לאגישע שטרויכלונגן" אשכול.
יא, ווען מ'האט אוועקגעדרייט די בלאט אשכול פון איר זשורנאליסטישע סטאנדארט צו פאליטיק האט עס מיך געבאדערט, אבער דער עצם שמועס איבער איר דזשורנאליסטישע און ליטעראטורישע סטאנדארט האט עפעס מיט פאליטיק?!
דאס איז דאך די פראבלעם
יענער עפנט א אשכול מכלומרשט ווייל עס באדערט אים זשורנאליזום ווען זיין גאנצע ציהל איז בלויז פאליטיק
אין די קריטיק וואס ער שרייבט אויפן בלאט איז פינקט אזוי דא אויפן איד פארוועם ער נעמט זיך אן
(פארוואס דיך באדערט עס? קען זיין ווייל.....)
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
קלאר האט געשריבן:דאס איז דאך די פראבלעם
יענער עפנט א אשכול מכלומרשט ווייל עס באדערט אים זשורנאליזום ווען זיין גאנצע ציהל איז בלויז פאליטיק
אין די קריטיק וואס ער שרייבט אויפן בלאט איז פינקט אזוי דא אויפן איד פארוועם ער נעמט זיך אן
(פארוואס דיך באדערט עס? קען זיין ווייל.....)
נאכאמאל "מכלומרשט". וויאזוי ווייסטו אז זיין ציל איז בלויז פאליטיק? אפשר איז זיין ציל טאקע יא זשורנאליזם?
די האסט פארפעלט צו ברענגן ראיות אז די קריטיק וואס ער ברענגט אויפן בלאט איז דא אויפן איד. ער האט דאך געברענגט דוגמאות פון שרייבער אין בלאט וואס ווייסן נישטאמאל איבער וואס זיי שרייבן. קענסט ברענגן די זעלבע פון "דער איד"?
די ביזט אזוי מלא נגיעות אז דו האסט פארפאסט צו זען אז קארל נעמט זיך בכלל נישט אן פארן איד. בסך הכל שרייבט ער פארוואס די בלאט איז ערגער. און וויפיל מאל קארל האט דיר מסביר געווען אז מ'קען פיינט האבן דעם בלאט אן זיין א זאלי, און פארקערט גאר, ער האלט אז אין די פאליטישע שטרייטן איז דער איד גאר ערגער ווי דעם בלאט האסטו פארשטאפט דיין אויערן און אנשטאט ענטפערן צו דער זאך האסטו בלויז ווידערגעהאלטן אז אלע וואס וואגן זיך צו שרייבן קעגן די בלאט האבן זאלוינישע נגיעות. טול קורה!
לא רעב ללחם. לא צמא למים.