דער מוסר השכל וואס מאשקע קומט אונז לערנען!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

דער מוסר השכל וואס מאשקע קומט אונז לערנען!

שליחה דורך פעדער »

בס"ד
יארן לאנג האט מאשקע געארבעט, האקענדיג האלץ אין דעם שטיקל פעלד וואס ער האט אויסגעדונגען ביים פריץ. די ארבעט איז געווען ביטער שווער און די מאגערע איינקנופט האט קוים געקלעקט צו קענען מפרנס זיין זיין הויזגעזונד, אבער צופיהל ברירות האט ער נישט געהאט, און אזוי האט ער זיך געמיטשעט פון צופרי ביז ביינאכט האפענדיג צום גוטן.

אין א טאג ווען מאשקע שטייט אין וואלד און האקט האלץ, איז מיטאמאל א שטיק האלץ אוועקגעשפרינגען פון הונטערן האק, און האט מיט א זעץ געלאנדעט אויף די ערד ארויסלאזענדיג א הארטע ווידערקלאנג, מאשקע האט פאר א רגע אפגעשטעלט די ארבעט און זיך אראפגעבויגן קוקן פון וואו דער ווידערקלאנג איז געקומען. זוכענדיג צווישן די צווייגן און דערנער, האט ער צו זיין ערשטוינונג זיך אנגעקלאפט אין א אייזערנעם אלטן פארזשאווערטן קעסטל, וואס איז זיך געלעגן האלב באגראבן אין די ערד, עפענענדיג דאס קעסטל האט א געשריי זיך ארויסגעריסן פון זיין האלדז. די קעסטל איז פול געווען מיט בליטשקעדיגע גאלדענע רענדלעך.

מאשקע האט נישט געגלייבט וואס זיינע אויגן זעען, "מער וועט ער נישט דארפן ליידן פון הונגער און נויט, מהיום והלאה וועט ער האבן געלט וויפיל ער וואונטש'ט זיך נאר, זיינע קינדער וועלן מער נישט אויסגיין פאר הונגער, און זיין ווייב וועט שוין נישט דארפן ארומגיין זיך אנבארגן געלט ביי די שכנים פאר צרכי שבת .

אבער טראכטענדיג פון זיין ווייב איז אים ביטער געווארן אויפן הארצן, ער האט זיך געטראפן מיט א געפערליכע פראבלעם, ער וועט איר מוזן פארציילן פון וואו עס קומט צו אים אזא אוצר, און זי, ווי שטענדיג וועט זיך נישט קענען האלטן דאס לויזע צינגל אירע, און ביז אייניגע טעג וועט די גאנצע שטאט זיך דערוויסן איבער זיין געפינס, מער פעלט אים נישט אויס. די פריץ וועט איינמאנען דעם אוצר פאר זיך, מיט די טענה אז די וואלד מיט אלעס וואס געפינט זיך אין איר, געהער צו אים.

מאשקע טראכט, און ס'פאלט אים ביי א געדאנק. ער גייט אין מארק, און קויפט א לעבל ברויט, א געזאלצן פישל, און א פלעשל וואסער. דערנאך קערט ער זיך אום צו זיין וועלדל, און לייגט אראפ דאס ברויטל אויף איינע פון די צווייגן, די פיש האט ער גוט פארשטעקט צווישן די געדעכטע ווילדע געוואוקסן, און דאס פלעשל וואסער האט ער באהאלטן הונטער א גרויסן שטיין. ערגעצוואו דערנעבן אין א הויפן העלצער און צווייגן האט ער אריינגעשטופט דאס קעסטל פונעם מטמון, און צוריקגעלייגט אין איר עטליכע גאלדענע מטבעות.

צומארגנס ווענדעט זיך מאשקע צו זיין פרוי און זאגט: געדענקסט נאך ווען דו האסט אמאל געוואלט קומען מיטהאלטן וויאזוי איך ארבעט אין וואלד? אלזא, קום לאמיר צוזאמען ארויסגיין אהין, און איך וועל דיר צייגן וויאזוי איך האק אפ די העלצער.

די פרוי איז געווען אויסער זיך פאר פרייד אויף די געלעגנהייט וואס איז איר אונטערגעקומען, און געשיקט זענען זיי ביידע געגאנגען צום וואלד. מאשקע האט איר געצייגט ווי פלייסיג און פלינק ער איז מצליח אפצוהאקן א בערגל האלץ, און אזוי האט די פארל פארברענגט אין וואלד דעם גאנצן פארמיטאג.

די זון וואס איז פריער געשטאנען אינמיטן הימל האט גענויגט צו מעריב און מאשקע איז שוין געווען מיד און ערשעפט. "איך בין זייער הונגעריג" האט מאשקע אויסגערופן צו זיין ווייב.
"איך בין אויך הונגעריג" האט דאס ווייבל געזאגט, " אין הויז איז קיין עסן נישטא, און אנשטאט קאכן, האב איך פארברענגט אין וואלד דעם גאנצן פארמיטאג"

"איינמאל האט מיר אן אלטער זקן אנפארטרויעט אז די דאזיגע וואלד פארמאגט א וואונדערליכע אייגנשאפט, נעמליך, "עס איז דא א ארט דא וואו עס וואקסן עסן אויף די ביימער" קום לאמיר צוזאמען זוכן דעם פלאץ, און אזוי וועלן מיר קענען זעטיגן אונזער הונגער.

שפאצירן זיך אזוי מאן און ווייב צווישן די שטעגלעך אין וואלד, באטראכטענדיג גוט די ביימער, ווען פלוצלונג האט די פרוי זיך האסטיג אפגעשטעלט, און מיט התרגשות געוויזן אויף איינע פון די בוימער, קוק מאשקע! אט האבן מיר געפינען א ברויט וועלכע וואקסט זיך דארט אויף'ן בוים. מאשקע איז ארויפגעקראכן אויפן בוים און אראפגעקליבן דאס ברויטל.

"אבער וואס וועלן מיר צובייסן מיט די ברויט? האט די פרוי געפרעגט ארומקוקענדיג אין יעדן ריכטונג, און ווידער האט זי ערשטוינטערהייט באמערקט דעם געזאלצן פישל ליגענדיג צווישן די געוואוקסן. "אט האבן מיר א זאלציג פישל האט זי געשריגן מיט פרייד. "און וואס וועלן מיר צוטרונקען? האט מאשקע געפרעגט. גאר שנעל האט דאס ווייבל אויך אנטדעקט דאס פלעשל וואסער וואס האט 'ארויסגעשפראצט' פון אונטערן שטיין.

דאס איז ווירקליך א וואונדער-וואלד, האט די פרוי געזאגט פאר איר מאן, און פארגעזעצט צו זוכן פרישע אוצרות, און מיטאמאל האט זי איינגעמערקט אינעם קעסטל וואס איז געלעגן נישט ווייט, אין וואו עטליכע גאלדענע מטבעות האבן זיך געפינען. איר אומגעהויערע פרייד איז געווען אין לשער.

אפאר טאג זענען פארביי, און די שמועה איבער מאשקע'ס רייכטום האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט אין שטאט, אין איינציגע שעה איז שוין דער פריצנ'ס דינער געשטאנען ביים טיר און איינגעלאדנט מאשקע אויף א דרינגנדן באגעגעניש (מיטינג) מיטן זיין האר .

'א גוטן מאשקע' האט די פריץ געשמייכלט א באדייטפולער שמייכל, ווען מאשקע איז אריינגעקומען אין זיין פאלאץ, 'וואס איז נייעס ביי דיר'?
'ברוך ה', גארנישט ספעציעל' האט מאשקע געענטפערט
און וויאזוי איז פרנסה'? האט שוין דער פריץ געהעכערט זיין שטום
'מ'קען זיך נישט אפרעדן' האט מאשקע געזאגט, "מ'באגענוגט זיך מיט וואס מ'פארמאגט'
'מ'באגענוגט זיך מיט וואס מ'פארמאגט'? האט די פריץ אויסגעשאסן, 'איך הער אז דו ביסט פלוצלונג רייך געווארן! איך הער אז דו האסט געפינען א קעסטל פול מיט גאלדענע רענדלעך'!
'איך'? האט זיך מאשקע געוואונדערט, 'ווער האט דיר אזאנס איינגערעדט'?
'אזוי האט דיין ווייב פארציילט פאר מיין פרוי' האט דער פריץ געזאגט מיט כעס, 'זאלסט וויסן אז אלץ וואס געפינט זיך אין וואלד באלאנגט פאר מיר, און אויב וועסטו מיר נישט ברענגען זאפארט דאס אוצר, וועל איך דיר אריינשליידערן אין טורמע

מאשקע האט גרימאסירט מיטן געזיכט, און געזאגט: 'אדוני הפריץ' מיין פרוי איז א קראנקע, און צומאל פאנטאזירט זי זאכן וועלכע זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן....

'מיין ווייב האט מיר דוקא געזאגט אז דיין פרוי האט אויסגעזען זייער ערנסט'

'ווייסטו וואס, לאז דיין דינער שיקן נאך מיין פרוי, וועסטו זיך איבערצייגן אליין וואספארא משוגענע זי איז.

'איין טאג בין איך געגאנגען מיט מיין מאן אין וואלד' האט די פרוי א ציטערדיגע פארציילט, נאכדעם וואס די דינער האט איר געברענגט צום פריץ, 'מיר זענען אויסגעהונגערט געווען, און פלוצלונג האבן מיר געזען א גאנצע ברויט וואקסן אויף איינע פון די ביימער, דערנאך האבן מיר געפינען געוואוקסן וואס פלאנצן געזאלצענע פיש, און אויך האבן מיר דערנאך געטרונקען פון א פלעשל וואסער וועלכער אן אלטע שטיין האט ארויסגעשפאלטן. און אין ענדע האבן מיר אויך געטראפן א קעסטל מיט רענדלעך'...

איך פארשטיי, איך פארשטיי,' האט די פריץ געזאגט פאר מאשקע מיט א קענבארע אנטוישונג 'גייט פון דאנעט, דו מיט דיין צעפיפענע ווייב און לאזט מיר במנוחה!
-------
צומאל הערט זיך א געשיכטע, אדער דיסקרובציע פון עפעס , פאנטאסטיש, אומגלויבליך, און אוממעגליך צו קענען האבן פאסירט אין די ווירקליכקייט. אבער ווער עס געפינט זיך אין די ענינים, ווייסט אז די פאקטן זענען ריכטיג. דער פריץ למשל איז געווען איבערצייגט אז מאשקע'ס פרוי איז צעדרייט און אומרעאליסטיש, אבער מאשקע האט גאנץ גוט געוואוסט אז וואס זי פארציילט איז ריכטיג אקוראט ווי זיי האבן פאסירט.

אין די דאזיגע טעג פאנגן זיך אן די די ימי בין המצרים, וואס אין זיי איז ירושלים חרוב געווארן, חז"ל פארציילן אונז אז יארן בעפארן חורבן ווען די בית המקדש איז נאך געשטאנען מיט איר פראכט, האט ירמיהו הנביא אנגעווארנט די אידן אז אויב וועלן זיי נישט תשובה טאן, וועט די בית המקדש חרוב ווערן און אידישע קינדער וועלן פארטריבן ווערן אין גלות, קיינער האט נישט געגלייבט און יעדער האט געטראכט אז ער איז אראפ פון זינען, ער פאנטאזירט! אבער ווי פארשטענדליך איז ער גערעכט געווען מיט יעדן ווארט, און די חורבן איז צום סוף אנגעקומען.

היינט ווארטן מיר און האפן אויף די גאולה שלימה, ביאת המשיח, און בנין בית המקדש. עס איז שווער אסאך מאל זיך צו באהעפטן מיט דעם געדאנק, און עס הערט זיך אומגלויבליך, אבער מיר ווייסן אלע און גלייבן אז פונקט ווי די נבואות אויפן חורבן זענען גענצליך, און אויספירליך מקוים געווארן, אזוי וועט די נבואת הנחמה וגאולה אויך פולקאם מקוים ווערן במהרה בימינו אמן.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

איך האב שוין אמאל געזען דעם ארטיקל ערגעצוואו אין עברית
זייער שיין אראפגעלייגט שכוח פעדער אבער אביסל קריטיק מעג איך זאגן פארוואס רעדסטו אזוי לאנג פון די משל און די נמשל קוים אפאר שורות?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

שליחה דורך פעדער »

ריכטיג . איך האב עס איבערגעטייטשט פון יענעם ארטיקל.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
randy_couture
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 1:59 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך randy_couture »

זייער שיין הרב פעדער. אפילו סנאר איבערגעטייטשט דאס דארף מען אויך קענען. אבער אזוי ווי טאמבאל סאס האט געשריבן איז די נמשל זייער קורץ.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

א גוטער בעל דרשן לייגט אראפ די משל מיט אלע פיטשעווקעס, און דער נמשל דארף שוין ווערן מובן מאליו. מיט נאך אפאר קורצע ווערטער ווערט ארויסגעברענגט די נקודה גענצליך, און מער איז שוין איבריג.

יישר כח פעדער (שוין געלייענט אויף אייוועלט)
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט