קלאץ קשיא?

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

קלאץ קשיא?

שליחה דורך כוכב »

1) וויפיל לייקס האסטו ווען דו רעכנסט צוזאם אלע דיינע ניקים?

2) וויפיל פון דיינע ניקים ווייסט דיין ווייב?

3) וועלכער ניק מיינט אז ער ווייסט ווער דו ביזט אבער עכט איז עס נישט אזוי?

4) ווען איז די לעצטע מאל האסטוך געקריגט מיט דיין ווייב?

5) האסט ליב סאשי?

6) וועמענס טשאלענט האלטסטו איז בעסער, דיין מאמעס אדער דיין ווייבס?

7) ווען האסטו געהאט די פילינג אז קאמענטארן זענען נישט גענצליך איבריג?

8) וואס איז דיין סאשעל סיקיוריטי נומער?

9) ווי אפט דיליטסטו דיין בראוזינג היסטארי?

10) איז דער קאליר פון זשארזש וואשינגטאנס ווייסע הארסי געווען ווייס?

11)וואס גראמט מיט שווארץ?

12) פארוואס פאלט נישט אראפ אן עראפלאן?

13) פארוואס איז דער וויליאמסבורג בארא פארק באס אלעמאל שפעט?

14) ווי ווייט איז פון קאסוב ביז קיטוב?

15) קענסט מיר בארגן אן אלפ'ל?
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

כוכב האט געשריבן:1) וויפיל לייקס האסטו ווען דו רעכנסט צוזאם אלע דיינע ניקים?
צוזאמען מיט מיין כוכב ניק האב איך עטליכע טויזענטע
2) וויפיל פון דיינע ניקים ווייסט דיין ווייב?
איינס. איך קען צוויי פון אירע
3) וועלכער ניק מיינט אז ער ווייסט ווער דו ביזט אבער עכט איז עס נישט אזוי?
@איך אויך
4) ווען איז די לעצטע מאל האסטוך געקריגט מיט דיין ווייב?
ענדערש פרעג ווען די לעצטע מאל כ'האב מיך אויסגעקומען מיט איר
5) האסט ליב סאשי?
נישט די רויע
6) וועמענס טשאלענט האלטסטו איז בעסער, דיין מאמעס אדער דיין ווייבס?
מ'האט דאך געשמועסט אז זי קען מען ניק, קען איך נישט רעדן עכט.
7) ווען האסטו געהאט די פילינג אז קאמענטארן זענען נישט גענצליך איבריג?
ביים לייענען דעם אשכול
8) וואס איז דיין סאשעל סיקיוריטי נומער?
078-67-8907. קענסט עס עניוועי נישט מער אנזעצן.
9) ווי אפט דיליטסטו דיין בראוזינג היסטארי?
איי פלי דע פיפט
10) איז דער קאליר פון זשארזש וואשינגטאנס ווייסע הארסי געווען ווייס?
זיינע זאקן זיכער
11)וואס גראמט מיט שווארץ?
הארץ
12) פארוואס פאלט נישט אראפ אן עראפלאן?
ווייל דער אייבערשטער האלט זיין רעכטע האנט
13) פארוואס איז דער וויליאמסבורג בארא פארק באס אלעמאל שפעט?
ווייל די כינעזע זענען אנטיסעמיטען
14) ווי ווייט איז פון קאסוב ביז קיטוב?
נישט געוואוסט אז ס'איז דא א קאטוב'ע ביהמ"ד אין ב"פ
15) קענסט מיר בארגן אן אלפ'ל?
ניין. כ'האב נישט געמאכט קיין פרוזבול.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

1) 4185

2) 2 פון זיבן (מיין פערטע ניק גראמט מיט טיש)

3) מיין ניק אין מאחורי.

4) היינט נאכמיטאג

5) פוי

6) מיין מאמעס לכאורה, אבער מיין ווייב לייגט בעסערע בקר.

7) ווען כ'האב געליינט אמאל אין אן ארטיקל אז קאמענטארן זענען איבריג.

8) *** ** ****

9) יעדע נאכט

10) פון וואו זאל איך וויסן?

11) אויב זאגט מען עס מיט א קמץ, גראמט עס מיט *ארץ (טאמבל סוס אלערט)

12) ווייל ס'בלייבט אין דער לופטן.

13) ווייל זיי האלטן זיך נישט אין צייט.

14) אזוי ווייט ווי פון קיטוב ביז קאסוב (מ'דארף אדורכגיין א ברונעם).

15) ניין.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

כוכב האט געשריבן:12) פארוואס פאלט נישט אראפ אן עראפלאן?

עיין כאן ותמצא נחת
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=20394
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

שמעקי האסט עובר געווען אויף די תקנות הפורום די אשכול איז נאר פאר קלאץ כאשעס און קלאץ טעריצעם. לאלי גייט דיך שיקן א ווארענונג.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

סארי כאב נישט געכאפט, איך האף אז תשובה וועט העלפן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

איך האב עטליכה שאלות, פאר געוויסע קען דאס אויס זעהן ווי 'קלאץ קשיות', אבער איך ווארט באמת תשובות אויף די קשיות, ווי נעריש אדער קלאציש די קשיות זענען, זענען זיי דאך פארט קשיות וואס ערווארט תירוצים.

1) ווער איז אויף געקומען מיט די עצה פון א 'מקוה קארטל'?

2) ווער האט אויף געבויעט די ערשטע מקוה אין בארא פארק?

3) ווער איז אויפגעקומען מיט דעם טרינק הידוע 'סעלצער'?

4) וועלעכע מלמד איז געוועהן דער ערשטע צו ניצען א STAGE אין זיין כתה?

5) וועלעכע מקוה איז געוועהן די ערשטע צו טיילען די 'קליינע זייפלעך'?

א דאנק.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

ס'הייסט אז קראלער רב פון בארא פארק (א ביזנעסמאן) איז געווען דער ערשטער איינצופירן א מקוה קארטל. דער לאקסמיטה, לעפקאוויטש, דאוונט ביי אים, אזוי איז די זאך צושטאנד געקומען. (דער אפיציעלער תירוץ איז געווען וועגן מושחתים...)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

אקעי ייש"כ. פיר מער צו גיין.

בד"וו בערך וועלעכע יאר האט ער דאס געלאזט אינסטולירען?
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

איך ווייס נישט ווער האט געבויט די ערשטע מקוה אבער איך מיין אז די ערשטע מקוה און בארא פארק איז גיוועהן די 46 סטריט מקוה דאס האבן אלע מענער גענוצט.
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

לית דין בר נש האט געשריבן:איך ווייס נישט ווער האט געבויט די ערשטע מקוה אבער איך מיין אז די ערשטע מקוה און בארא פארק איז גיוועהן די 46 סטריט מקוה דאס האבן אלע מענער גענוצט.


דאס זיכער נישט, ווייל 52 מקוה איז געוועהן סאך פריער, יענער מקוה איז שוין געוועהן שנת תש"ז.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

איך מיין 46 איז נאך גיוועהן פריער
[tag]berlbalaguleh[/tag] אונז זיכן דיר אונז דארפו דיינע זכרונות פון תש"ה
איך גידענק נישט אזוי גוט איך בין נאך גיוועהן גאנץ אינג דעמאלס
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ווער איז אויפגעקומען מיט די איידיע אז כדי צו באקומען א באטל "מילך" דארף מען דורכגיין א רעזדשיסטער און באצאלן געלט?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

איך דארף נישט דוירך גיין א רעדזיסטער און צאלן געלט
איך גיי דוירך די רעדזיסטער איך גיב א פאון נאמבער און ער לאזט מיר עס נעמען VIP
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

איך בין נייגעריג ווער ס'איז אויפגעקומען מיט די איידיע צו אהיימשיקן גראסערי פראדוקטן אין באקסעס, א זאך וואס איז דערווייל נאר דא אין היימישע גראסעריס. א חידוש איז אז אין קאליפארניע, וואו מען האט גע'אסר'ט די פלעסטיג בעגס, האט מען נישט אדאפטירט די באקסעס פאר גרעסערע ארדער'ס, וואס דאס וואלט נישט געשטערט די פלעסטיג מתנגדים.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

פארוואס איז די שאלה מער אויף א גראסערי ווי אויף amazon b&h wal mart וכו' וכ' יעדע ארדער וואס די באקומסט קומט אין א באקס
אין קאליפארניע איז בכלל דא אזא זאך ווי גראסערי ארדערס אדער מען נעמט עס אליין אהיים?
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

גאלד האט געשריבן:איז עס די זעלבע סייענס אז א מ'קען נישט אטעמען דורך די מויל און די נאז די זעלבע צייט?

וואס פאלט דיר ביי? דו האסט שוין פראבירט צו שנארכן בהקיץ?
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פשוט ווייל אין שני מלכים משתמשים בכתר אחד, עיי' ערך זאלונים ארונים,
סארי, כ'ווייס דו גיבסט א HOOT, אבער בכדי צו פארענטפערן דיין קשיא וועסטו מיר מוזן מוחל זיין.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

ונבנתה העיר האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:איז עס די זעלבע סייענס אז א מ'קען נישט אטעמען דורך די מויל און די נאז די זעלבע צייט?

וואס פאלט דיר ביי? דו האסט שוין פראבירט צו שנארכן בהקיץ?


ביסטעך יא גערעכט, כאב אזוי עקפערעמענטעט יעצט, האבעך אויך באמערקט אז ווען מ'זינגט אדער מ'רעדט וואס דאס איז זאך זיכער דורך די אטעמען פון מויל, קיינער זינגט נישט אדער רעדט מיט די נאז, עכ"ז קומט ארויס א שטילע ליפטעל פון די נאז לעכער, והא ראי' פרוביר צו פארשטאפן די נאז ביים רעדן אדער זינגען, זעהט אויז עפעס געבט צו די נאז צו די שטימע,
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דולה ומשקה האט געשריבן:אקעי ייש"כ. פיר מער צו גיין.

בד"וו בערך וועלעכע יאר האט ער דאס געלאזט אינסטולירען?

דעיס איז שוין אן עכטע קלאץ קשיא. לכל הדיעות...! :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לית דין בר נש האט געשריבן:איך מיין 46 איז נאך גיוועהן פריער
[tag]berlbalaguleh[/tag] אונז זיכן דיר אונז דארפו דיינע זכרונות פון תש"ה
איך גידענק נישט אזוי גוט איך בין נאך גיוועהן גאנץ אינג דעמאלס

אין שנת תש"ה ביניך נאך געוועין אין פריערדיגן גילגול. איך בין געוועין אן אלטער באטשי, וואס האט געוואוינט אויף ליע עוועניו, קארנער היוז סטריעט. איך געדענק ווען די סאטמאר'ער חסידים זענען געקומען. איך האב געהאט א זכיה אז אויף מיין קארנער האט מען פארברענט דעם טמא'נעם :lol: מדינת ישראל פאן.
פרעיגט תוס' א קשיא. אין שנת תש"ה איז דאך נאך נישט געוועין קיין מדינת ישראל?! ענטפערט תוס'. קיין מדינת ישראל איז טאקע נישט געוועין. אבער נטורי חרתא איז שוין יא געוועין. און זיי האבן געוויסט אז ס'גייט זיין א מדינת ישראל...האבן זיי שוין פארברענט די פאן אויף דעים סמך...!
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

איך אויך האט געשריבן:שמעקי האסט עובר געווען אויף די תקנות הפורום די אשכול איז נאר פאר קלאץ כאשעס און קלאץ טעריצעם. לאלי גייט דיך שיקן א ווארענונג.

נע, דאונט ווארי.. שיקן א אייוועלט לינק איז א approved קלאץ תירוץ!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קעלנער האט געשריבן:כ'האב געוואלט פארשענערן דעם לשון פון א פריערדיגע תגובה, און כ'האב עס בטעות פארמעקט. פאלגענד איז די תגובה (אביסל פארראכטן). עס באלאנגט צווישן די תגובות פון לית דין בר נש און ונבנתה העיר:

גאלד האט געשריבן:1. פארוואס קען נישט א מענטש טוהן ביידע סארט צרכים די זעלבע צייט, איז עס די זעלבע סייענס אז א מ'קען נישט אטעמען דורך די מויל און די נאז די זעלבע צייט?

2. וויזוי גוגל איך אזא שאלה?

מיין קלאץ קשיא איז: פארוואס האט דער קעלנער נישט קיין קאפ? וויאזוי קען ער סערווירן? זעהט ער וואו דער טיש איז?
דער תירוץ איז, ער האט א הידדען קעמרע אין די מיטלסטע קנעפל פון זיין העמעד!... :lol:
פארשפארט